מאי אהבה?

כלבין דחציפין

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
591
רעאקציע ראטע
3,450
פונקטן
413
ווי איך פארשטיי איז אהבה נישט דווקא איין זאך נאר א געוויסע משפחה פון געפילן איז לאמיר זיי אויסרעכענען

1. טענג׳יבּעל און סענסארי. מען האט ליב א סטעיק, א קעדילעק, און סעקס. פיזישע ליבשאפט.

2. ראמענס. די גוטע געפיל ווען מען איז מיט א פרוי (נישט סעקשועל)

3. שולד. די אהבה צי א קינד, מען איז זיי שולדיג צי ליבן (צי מען איז טאקע שולדיג צי נישט איז נישט נוגע, אבער אזוי פילט מען)

4. קאמיטמענט און קערן. דאס איז די שווערסטע מסביר צו זיין אבער עס איז אזוי. נעם אוועק די ראמענס און סעקס איז דא א ליבע ביי א ווייב (לאו דווקא א ווייב, אבער די מערסטע שייך) וואס ברענגט זיך ארויס דורך קאמיטמענט און קערן פאר יענעם, פארשטייט זיך אז דאס דארף גיין אויף ביידע זייטן אז עס זאל ארבייטען.

5. אהבה שאינה תלויה בדבר. איז א איינרעדעניש ס׳נישטא אזא זאך
 
לעצט רעדאגירט:
אהבה קומט דאך פון די הנאה וואס א מענטש קריגט פון דעם אנדערן, איז דאך די הנאה וואטעווער איט איז א חפצא - א דבר - נו וואס איז די אפטייטש פון אינה תלויה בדבר זו אהבת דוד ויהונתן?

איז דער פשט אז די אהבה וואס איז גיוועהן פערסאנעל צווישן דוד און יהונתן, האט איבערגעוואויגן די עקספעקטעבל פירוד וואס זאל זיך דעוועלאפן וועגן די מלוכה נאכפאלגער, ווייל יהונתן האט געוואוסט אז די מלוכה וועט זיך אוועק רוקן פון איהם צו דוד, און אעפ"כ האט ער אנגעהאלטן די אהבה, און ער האט נאך ערמעגליכט פאר דוד צו אנטלויפן ניצול צו ווערן פון שאול המלך, איז די כוונה "אינה תלויה בדבר" די אהבה איז נישט פאר גשמיות וועלטליכע באלוינונג, נאר עפעס א ריוח פון נפש און רוח וואס איז איהם געווען מער וויכטיג ווי די מאטעריאלע בענעפיטס פון האבן א מלוכה.

עס קען אויך זיין אז יהונתן איז געווען א פרייוועט אריענטעט פערזאן, און ער האט פארגינען די מלוכה פאר זיין חבר דוד, איז די משנה רופט עס אינה תלויה בדבר.

דער רמב"ם זאגט אז די אהבה פון דוד און יהונתן איז געווען א ענין אלקי והוא המדע האמיתי, האהבה ההיא אי אפשר שתסיר לעולם מפני שסבתה מתמדת המציאות, לכאורה זאגט ער אז זיי האבן דעוועלאפט צווישן זיך אהבה ווייל זיי האבן געלערנט צוזאמען חכמת אלהות, און עס איז געווארן דורך דעם א קשר פון א גדר - אם יתן איש את כל הון ביתו באהבה בוז יבוזו לו - אהבה האט נישט א פרייז עס איז טאקע אינה תלויה בדבר, איט איז פרייסלעס, מה כסף יערכו לו.
 
Back
Top