מיעסע חסידישע ווערטער - יסודתם מהררי קודש

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
209
רעאקציע ראטע
1,648
פונקטן
213
מיר חסידים פונעם לעצטן דור זענען אלע אויפגעוואקסן מיטן איסור קעגן "מיעסע ווערטער". א איד האלט דאס מויל ריין. מען וועט היינט נישט הערן אן ערליך אידיש קינד, א חשובער איד זיך באניצן מיט אזעלעכע אויסדרוקן ווי "קוש מיר אין טאכעס", "ער האט אים ביים פיפיק" אדער אנדערע אויסדרוקן אדער וויצן וואס דערמאנט פריוואטע מקומות. אזעלעכע אויסדרוקן וועט מען היינט רופן ״חאזעריש״. (נישט אויסצומישן מיטן אנדערן חזעריש וואס מיינע קארג)

דער חידוש איז אבער, אז ביז לעצטנס האט מען נאך אזעלעכע אויסדרוקן געקענט הערן אפילו ביי שיינע אידן מיט זיבן שורה׳דיגע בערד.

וועל איך דא דערמאנען עטליכע ווערטליך און אויסדרוקן, געהערט פון צדיקים פונעם לעצטן דור. חסידישע אידן וועלעכע געדענקען די רבי'ס וועלן ווייסן פון וועלעכע רבי'ס מען רעדט. איך שרייב פון זכרון, זיי זענען דערפאר נישט דוקה די פונקטליכסטער גירסה, אבער אומגעפער גייען זיי אזוי:

"אין די סיגיטער דינאסטיע האט איין רבי א ספר מיטן נאמען ייטב פנים (גוטן פנים), אן אנדער רבי א ספר מיטן נאמען ייטב לב (גוטן הארץ), וואלט געווען פאסיג אז דער ספר פונעם קומענדיגן סיגעטער רבי'ן זאל זיין ייטב פיפיק".

"געווען א איד, אן עני ואביון, אנטפלעקט זיך צו אים אליהו הנביא אין א שבת נאכמיטאג און זאגט אים, "אין הימל האט מען געהערט דיין געבעט, וועק זיך אויף, אלעס וואס דו גייסט מאכן די ערשטע נאך שבת וועט ווערן גאלד". וועקט זיך דער איד אויף און גרייט זיך צו מאכן א גרויסער צימעס, זאל דאס ווערן גאלד, גייט ער אבער צוערשט אין בית הכבוד, ווערט די דאזיגע גאלד".

פאלגנד איז גארנישט קיין וויץ נאר א מעשה מיט א מוסר השכל.

"ליגט דער חסיד ותיק דער גוסס ארום גענומען מיט חסידים, פלוצלינג שרייט דער גוסס אויס "קוש מיר אין תחת". וואס באדייטן אזעלעכע ווערטער פון א צדיק פאר יציאת נשמה. איז מסביר איינע פון די צדיקים אזוי, דעם צדיק איז אריין געדאנקען פון גאווה בעפאר זיין טויט, האט ער געשריגן אויפן יצר זאל אים צורוה לאזן און אזוי ארום זיך דערנידערט. פירט דער צדיק אויס - ״און אזוי איז זיין הייליגער נשמה ארויס מיט קוש מיר וכו' וכו',

"צוויי בחורים האבן גע'שם'ט אין ישיבה. פרעגט מען דער ראש ישיבה, ווער איז בעסער, שמואל אדער נתן? וואס פארא פראגע, זאגט דער ראש ישיבה, נתן'ס קאפ קומט נישט צו שמואל'ס הינטירשטן!

א באוואוסטער חב״ד׳סקער משפיע האט געמוסרט זיינע בחורים׳לעך צווישן אנדערן בזה הלשון: ‎״ס'דא בחורים וואס גייען עסן בא בלא-בתים ... א בלא-באס איז א דבר מזוים (מזוהם) ‎פארוואס גייט מען צום בלא-באס ... צו טרינקען דארטן געלע און גרינע וואסער דערנאך ווערט דער בויך פעט און מ'שעמט זיך גיין אין מקוה … ״ס'זעצן זיך בחורים אוועק אין א קאר און מ'פארט ... וויהין פארט מען ... ער פארט אין בארא פארק ‎וואס פארסטו אין בארא פארק ... עסן פֵּיי -צדיק'לאך ...

"פלעגן חסידים זאגן, אז א חסיד רעדט זאל עס זיין מיט קאפ, און נישט מיטן אחוריים.

"אז דער קאפ איז א קאפ איז דער בארד א בארד, ווידער אבער, אז דער קאפ איז א תחת איז דער בארד א שוואנץ".

דער באקאנטער אידישער האנט שפראך, איז, א פייג. מען שטעלט דעם גראבן פינגער צווישן די צוויי גרויסע פינגער. עס איז נישט אויסגעשלאסן אז עס איז ארגינעל גאר נישט קיין פייג. ליבערש ווי היינט דער מיטלסטער פינגער... א שטיקל ראיה דערצו האב איך, עס ווערט געברענגט פון ר' פנחס'ל קאריצער, אז מאכן דעם פייג צייכן איז א סימן פון ניאוף.

דאכט זיך אז אזויווי אין די אלגעמיינער וועלט איז אפיציעל די שפראך היינט געווארן מער לייטערער, אזוי איז ביי אידן. ווי עס גויאישט זיך אידישט זיך.

די היינטיגע דור דארף זיך אבער סוף סוף נישט שעמען, קיין מיעסע ווערטער אין פאבליק וועט מען טאקע נישט הערן, אבער צווישן קיפקעס אדער צווישן זיך האט מען ממציא געווען נייע ווערטער, אנשטאט די אלטע ווערטער פון די שטילער מסורה וועלעכע די טאטע האט נישט געלאזט ארויס זאגן. א קורצע ליסטע:

קוש מיר וואו די אידן האבן געריהט. ישקינו. מאכט אין די הויזן. א פישער. האט אים ביים פיפיק. גיי קאק אין ים סוף. א פארץ קאפ. דער רבי איז מפליץ. א לחם משנה טאכעס. א שמיר געשפאלטענער הינטישטער. א מחילה גדולה. מחילתא. ידו על התחתונה וכהנה וכהנה לא אלמן ישראל….
 
פיין, פיין. אזוי ווי אייביג!
איין רבי א ספר מיטן נאמען ייטב פנים (גוטן פנים), אן אנדער רבי א ספר מיטן נאמען ייטב לב (גוטן הארץ),
דאס איז גראדע דער זעלבער רבי, רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל מסיגעט.

קוש מיר וואו די אידן האבן געריהט. ישקינו. מאכט אין די הויזן. א פישער. האט אים ביים פיפיק. גיי קאק אין ים סוף. א פארץ קאפ. דער רבי איז מפליץ. א לחם משנה טאכעס. א שמיר געשפאלטענער הינטישטער. א מחילה גדולה. מחילתא. ידו על התחתונה וכהנה וכהנה לא אלמן ישראל….
האסט פארגעסן 'לאז אריין יעדן פריקען סאטמארער'...

בכלל, אז דו ברענגסט פון חב"ד, דארף מען וויסן אז אין חב"ד איז עס דא זייער אסאך.

עולם הזה הייסט דאך אחוריים (מלשון אלהים אחרים), פארציילט מען אויף ר' מענדל פוטערפאס, אז ער איז אמאל געווען אין מאנהעטן, האט ער געזאגט זעהט אויס אז דא איז די צואה פון די אחוריים... (עפעס אזוי). בפרט פון ר' מענדל איז דא אסאך אזעלכע ווערטער און ווערטלעך.

איינמאל איז ער געזעסן אין די אלול טעג מיט א חבורה (דאכט זיך מיר נאך אין רוסלאנד) און מ'האט פארברענגט, כטוב לבו ביי"ש פלעגט ער לאזן זיין צונג אביסל פריי, אבער דא איז ר' בערקע חן געזעצן ביי די פארברענג, און ער פלעגט זיך בייזערן אויף ר' מענדל'ס שפראך. נאך אפאר כוסות האט ר' מענדל געזאגט ער האט א גוטן משל צו זאגן איבער די ענין פון תשובה, ער האט נאר מורא אז ר' בערקע וועט זיך רעגן, האט אים ר' בערקע געזאגט דעמאלטס פארצייל עס נישט, נאך אפאר מינוט זאגט ר' מענדל, אבער ס'איז א וויכטיגע מוסר השכל, זאגט אים ר' בערקע האלט דיך איין, נאך אפאר מינוט האט ר' מענדל געזאגט איך קען מיך נישט איינהאלטן, האט ער געזאגט א משל, מיט א איד וואס האט געדרייט כפרות, און אינמיטן די כפרות האט די תרנגול אראפגעלאזט זיין שמוץ אויפן איד, אזוי מיט אלע בגדים וכו', דער איד שטייט דארט אזוי אינמיטן און ער ווייסט נישט וואס צו טון, און ר' מענדל פרעגט דעם עולם, וואס זאל ער טון? דער עולם קוקט אים אזוי אן... וואס הייסט וואס זאל ער טון - זאגט ר' מענדל - ער זאל עס שנעל אפוואשן...​

וכן הלאה, וכן הלאה. וכבר הזכרתי כאן מעשה נוסף מר' מענדל ע"ה.
 
@כספי אוי האב איך געלאכט
yahoo.gif
 
Back
Top