מיכאל אברהם

אפענער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 17, 2024
מעסעדזשעס
671
רעאקציע ראטע
1,815
מיכי אברהם איז פון די גרעסטע אידישע פילאזאפן און דענקער בזמנינו, ער איז שוין אסאך דערמאנט געווארן דא אין קרעמל, אבער האט דערווייל נאכנישט זוכה געווען אין אן אשכול פאר זיך, דערפאר וועל איך גיין פתיחה.

אין די לעצטערע שעות איז ארויפגעגאנגען אויך יוטוב א דעבאטע צווישן מיכי און ירון ידען א באקאנטער חוזר בשאלה וואס פירט אן מיטן ארגון דעת אמת, עס איז כדי אויסצוהערן און זיך באלעקן די פינגער מיט די חומר למחשבה.
View: https://www.youtube.com/watch?v=DxQ8rxFF_aI


עס איז קלאר אז מיכי איז אריינגעקומען סאך שטערקער ווי ירון ידען האט ערווארטעט, אבער איך וויל דא אויסשמועסן מיין קריטיק אויף מיכי'ס טעזע, וואס גייט בערך אזוי.

1) סתירות, בלבולים וכדו' פון די תורה איז נישט קיין טענה, ווייל איינמאל מ'נעמט אן אז דאס איז געטליך קען מען אלעס פארענטפערן (בבחינת הוי דן את כל האדם לכף זכות).
2) מאראל איז אן עקסטערע סעט פון חיובים חוץ פון הלכה און ווען די צוויי זענען זיך סותר איז עס נישט אנדערש פון א מאראלישע סתירה.
3) ער נעמט אן מכח פילאזאפישע ארגומענטן אז א גאט עקזיסטירט, און ער וויל עפעס פון אונז, און נישט נאר מאראל (וואס איז פאר אונזער תועלת און איז נישט מסביר וואס ער וויל פון אונז) נאר עפעס מער ווי דעם, ממילא איז צו ערווארטן א התגלות אז גאט זאל אונז זאגן וואס צו טוהן.
4) די מסורה (נישט די געשריבענע תורה) זאגט אונז איבער א התגלות און אז די תורה האט גאט געגעבן.

די אלע ארגומענטן צוזאמען מאכן עס שכל'דיג אנצונעמען אז גאט האט זיך מגלה געווען און געגעבן די תורה.

אוודאי איז דא אסאך נקודות וואס מ'קען זיך דינגען און שפעקולירן, מהיכי תיתי אז גאט וויל עפעס פון אונז, מאכט דען סענס פאר א כל יכול עפעס צו וועלן? ווער זאגט אז מאראל האט מיט גאט? אבער די גרעסטע פראבלעם פון זיין ארגומענט איז, נניח אז מיר עקספעקטן א התגלות פון גאט, איז נאכאלס מן היושר אז ווען עס איז דא א מסורה איבער א התגלות אז מיר זאלן באטראכטן דאס וואס די מסורה גיבט אונז איבער אז גאט האט אונז מגלה געווען צו זעהן אויב עס לייגט זיך אויפן שכל אז דאס איז עפעס וואס קומט פון גאט. אוודאי אויב מיר וועלן אננעמען די מסורה אויף Face Value וועט מען שוין קענען פארענטפערן אלע קשיות, אבער פארוואס זאל מען נישט נעמען די תוכן פון די התגלות אלס עפעס וואס זאל אונז העלפן מאכן די באשלוס אויב דאס קומט פון גאט אדער נישט? (ירון ידען פרעגט די זעלבע אין א געוויסע וועג)

מ'קען פרובירן צו זאגן אז אויב אזוי בלייבן מיר אן קיין התגלות און היות דאס איז עפעס וואס איז ערווארטעט איז ענדערש אלעס צו פארענטפערן, אבער די טענה איז נישט ריכטיג, ווייל וואס איז מיט די מענטשן וואס האבן געלעבט אין די יארן פון די וועלט פאר בריאת העולם, זיי האבן דאך אפילו לשיטת מיכי נישט געהאט קיין התגלות, אויב אזוי אפשר שטייען מיר נאך אויך פאר א התגלות וואס גייט נאכקומען?
 
לעצט רעדאגירט:
ירון ידען מוז איך וואטשן, אפילו אז ס'קומט מיט'ן פרייז פון אויסהערן מיכי'ס בויכוויי לוינט זיך עס.
 
שכח פארן צוברענגן און מסכם זיין. כ'האב זייער הנאה געהאט.

אפאר מחשבה'לעך בשעתן הערן.
1) סתירות מתוך הספר איז נישט קיין אפפרעג ווי לאנג מ'קען דן זיין לכך זכות. איינמאל ער נעמט אן ס'איז גאטס רייד.

ער איז אויך מודה אז במידה מסוימת אויב די קשיות זענען צופיהל און צו שטארק וואלט עס געווען סיבה צו אפווארפן זיין אמונה אין מסורה.
ווי ער זאגט שפעטער אז מ'קען טאקע נישט זיין הונדערט פראצענט זיכער, און ער וואלט נישט געהארגעט אינעם נאמען פון תורה ווען ס'איז סותר זיין מאראל. (כ'האב גוט פארשטאנען?) ס'נאר אז ער קען אננעמען צו גיין מיט דעם וועג פון תורה.

[אגב. ער זאגט אז חז''ל זענען זיכער נישט רייד פון גאט און זיי קענען האבן א טעות. (ווי חז''ל זענען אליין מודה אפי' שיגידו לך על ימין שהוא שמאל, אין און נאך פלעצער. אבער ביי די חרדים הערט עס זיך ווי כפירה) אבער ער גייט נאך ווייטער מיט דעם ער וואלט נישט געפאלגט חז''ל ווען זיי זענען מנגד צו זיין מאראל.]

3) מכח פילזופישע חשבונות האלט ער

1. ס'דא א גאט
2. ער האט באשאפן דעם וועלט פאר א סיבה (תועלת)

דא הייבט זיך אן אפאר אומגעזאגטע הנחות
3. די סיבה איז אויף אונז אהער צו שטעלן. [נישט אויף אנדערע, און נישט בדרך ממילא וכדו']
4. די סיבה מיז זיין עפעס וואס מיר פארשטייען פארוואס ס'לוינט אים. (ס'קען נישט זיין אז ער פארדינט עס פון אונזערע עקזיסטענס כמו שהוא אנדעם וואס מיר זאלן פארשטיין און וויסן).
5. (געזאגטע הנחה) מאראל קען נישט זיין די סיבה ווייל די תועלת דערפון איז נאר א געזונטע סעיף חברה. [ע"פ הנ''ל אז אונז דארפן פארשטיין וואס גאט פארדינט דערפון]
6. מוז בהכרח זיין אז גאט וועט מגלה זיין דעם סיבה. נישט מכח המצפון (אינטואישין)
7. אויב רעדט ער נישט צו מיך, לכאו' האט ער גערעדט צו אנדערע אז זיי זאלן מיך זאגן.
8. אויב גאט זאגט וואס ער וויל דארף עס מער נישט שטומען מיט מיין שכל און אינטואישין. די סיבת בריאת העולם קען זיין פשוט כ'זאל לייגן תפילין. (והיינו כ'דארף מער נישט פארשטיין פארוואס ס'איז אים ווערד בריאת העולם)
און דאס איז אפי' ווען כ'נעם נאר אן א מסורה אז ער האט עס געזאגט צו אנדערע.

4) דאן קומט ער אן צום מסורה מיט אן ערענסטן בליק, ווייל ס'זאגט דאך אז ס'וועט אנפילן זיין פאזל.

הגם ווען נישט זיין דילעמא מיטן פיליזאפישן חשבון פון נומער דריי וואלט ער נישט אנגענימען דעם מסורה.
אבער היות ס'פילט אן דעם פאזל, נעמט ער עס אן און איז בכלל נישט בודק דעם תוכן בדרך חקירה צו וויסן אויב ס'איז פון גאט, נאר בדרך לדון לכך זכות, צו פארענטפערן גאטס רייד.
 
היינט אויסגעהערט דעם אינטערוויו, אין אנפאנג בין איך זייער בייז געוועהן אויף ירונ'ען פאר'ן אריינקומען אזוי שוואך, אפילו זיין קול איז געוועהן וואקעלדיג און ער האט גערעדט ווי א נעבעך. אבער דערנאך האב איך געטראכט אז מיין גאנצע ערווארטונג איז געוועהן אויפגעבלאזן, כ'מיין וואס קען מען דען שוין ערווארטן פון א שמועס צווישן צוויי אזעלכע סארט מענטשן? ירון טענה'ט אז די גאנצע ענין איז קינדערישע גערעדעכץ און ממילא ארויסגעווארפן צייט, זאגט מיכי ווילאנג איך האלט קעגן עס ארויפצווינגען אויף דיר וואס גייט דיך אן אז איך שפיל מיך מיט מיינע שפילצייג? דו זיי פארנומען מיט דיינע שפילצייג, איך וועל זיין פארנומען מיט מיינע שפילצייג, און א שאד מ'האמיר זיך געטראפן. ווייל למעשה איז ירון נישט קיין מורא'דיגע פילאזאף, זיין גאנצע שטארקקייט איז אז ער איז א ריזן תלמיד חכם און ידען און ער קען דיך אפקראצן יעדע שטיקל בעיבישקייט און טפשות וואס איז נאר געשריבן און געזאגט געווארן פון ווען גאט האט געעפנט דאס מויל פונעם ערשטן אייזל ביז היינט, מיכי ווידער זאגט גראד פון אנפאנג אז ס'גייט איהם ווייניג אן ווי קלוג אדער נאריש ס'איז ווייל נאך אלעם באפרידיגט עס זיין באדערפעניש זיך איינצורעדן אז ער האט ארויס די בריאה, כלומר די ענטפערס וואס פיזיקס האט איהם נישט געגעבן האט ער געטראפן אין פילאזאפיע/רעליגיע און דאס איז זיין שפילצייג וואס קיינער האט נישט קיין רעכט פון איהם אוועקצונעמען.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top