- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 22, 2024
- מעסעדזשעס
- 240
- רעאקציע ראטע
- 677
איך האב לעצטנס געכאפט א שמועס מיט אן אייניקל פון הגאון ר' אברהם לייטנער ז"ל. דער ר' אברהם איז באקאנט אלס דער רבי פון די עקסטרעמע בני יואל.
זאגט מיר דער אייניקל, אז דער זיידע איז געווען יארן לאנג רב אין אורוגוויי און זיך דארט אויסגעלערנט א פליסיגע שפאניש! דאס איז געווען זיין פיפטע אדער זעקסטע שפראך! ער האט זיך אויך אויסגעלערנט ענגליש אלס בחור און ער האט געקענט א פליסיגע ענגליש, טאקע מיט אן אקצענט, אבער ער האט געקענט די שפת המדינה פון יעדע מדינה וואו ער האט געוואוינט!
איך האב דאס בודק געווען מיט פילע אייניקלעך פון פריערדיגע רבנים, און כמעט אלע האבן באשטעטיגט מיט א פשטות אז דער זיידע האט גערעדט פליסיג דעם שפת המדינה. אריינגערעכנט ריח"מ פריעדמאן, דעברעצינער רב, מנחת יצחק, ר' טוביה ווייס גאב"ד, און נאך פילע.
שטעלט זיך די שאלה אזוי:
די אלע רבנים האבן געהאלטן פאר א פשטות אז מען דארף קענען דעם שפת המדינה, ופשוט הוא. זיי אליינס האבן זיך געפלאגט און זיך דערלערנט דעם שפראך! וויאזוי און פארוואס איז פארוואנדלט געווארן אין א דבר אסור עפעס וואס אלע פריערדגע רבנים האבן אליינס געטוען? איי זיי האבן געלערנט ענגליש הערשט נאך די חתונה? אבער פאר די חתונה האבן זיי געקענט זייער לאקאלע שפראך! ביי רוב איז ענגליש געווען זייער דריטע אדער פערטע שפראך!
ווען און וויאזוי איז דאס געשען אז עס איז געווארן א טריפה'נע לימוד?
נאך איין שאלה. ביי די אונגארישע איז שטארק איינגעפירט משוגע צו מאכן די מיידלעך אז אל תטוש תורת אמך! מען מוז רעדן אידיש! שטעלט זיך די שאלה, אונזערע אונגארישע באבעס האבן קוים געקענט אידיש! אלע האבן גערעדט אונגאריש! איז ענגליש טמא'נער פון אונגאריש? פארוואס?
איך בין נישט אינטערסירט אין פרוסטראציעס איבער'ן היינטיגן סיסטעם. איך וויל באמת פארשטיין, פארוואס און וויאזוי איז דאס געשען? קען מען דעס צוריקדרייען? וואס האבן די אלע אויבן דערמאנטע רבנים געהאלטן איבער דעם? גראדע, ר' אברהם'ס אייניקל טענה'ט אז דער זיידע האט געהאלטן אז מען דארף קענען א נארמאלע ענגליש, ופשוט הדבר. די שאלה איז, ווען און וויאזוי איז עס געווארן טריפה?