מיין דייעט דזשורני

ציצית קניפער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 9, 2026
מעסעדזשעס
49
רעאקציע ראטע
263
פונקטן
53
אלץ א איבערוואגליכער אינגערמאן וואס מיטשעט זיך שוין זייט אלץ אינגעל מיט איבערוואג וויל איך דא שערן מיין דזשערני.

אלץ אינגעל פלעגט מיין מאמע מיך משוגע מאכן פארן זייט אווערוועיט, איך בין געווען בערך צוואנציג פונט איבער וואגיג, עס האט מיר געשטערט אז איך בין איבערוואגיג, אבער די פרעשור פון מיין מאמע האט מיר געמאכט טון דאס פארקערטע און דוקא נישט זיך צושטעלן צי קיין דייעט. אלץ בחור האט מיר יא געכאפט א שטיקל הירהור תשובה, ובפרט אז די עניין פון שידוכים איז געווארען א נושא און איך האב נישט געוואלט ענדיגן מיט א גראבע כלה. דעמאלטס איז געווען די תקופה וואס הערשל מייזלס איז געווען פאפולער, איך האב עם אויסגעהערט אויף קול מבשר, און איך בין פארקויפט געווארן פאר עם, איך האב פארלוירן זייער אסאך אויף זיין דייעט, איך בין אראפ פון 230 ביז 180, איך בין געווארען א גוד לוקינג בוי, און ברוך השם איך בין א חתן געווארען צי א דארע מויד.

די רגע נאכן ברעכן טעלער האב איך פארלוירן די גאנצע מאטיוועישען פאר מיין דייעט, און איך האב מיך צוריק גענומען פרעסן, ביי מיין חתונה ביין איך שוין געווען אביסל גראב געשטימט, און ביז צוויי יאר נאכן חתונה האב איך צוריק געגעינט אלע וועיט וואס איך האב פארלוירן. מיין ווייב האט מיך אנגעהויבן פרעשערן צי דייעטן, איך האב נאך אמאל פרובירט מייזלס דייעט אבער די מאטיוועשען איז נישטא געווען, מייזעלס דייעט ארבעט טעכניש, אבער מען דארף האנבן א דרייוו צי נאר עסן פיש, פלייש, און אייער און נישט נהנה זיין פון קיין גוטע עסן. למעשה אן קיין דרייוו ארבעט נישט מייזעלס, בין איך אריבער צי קעלארי דייעטס, 16 שעה פאסטן דייעט, איין פארציע פער מיעל דייעט, ראדיקאלע קארדיאו עקסערסייז דייעט, קיטאוס מים רגלים טעסטינג דייעט, גארנישט האט נישט געארבעט (בעסער געזאגט איך האב נישט געהאט קיין דרייוו פאר קיין איינס פון זיי, ווייל טעכניש ארבעטן יא דעי אלע דייעטס אויב מען פאלגט עס) און איך האב שוין אנגעהויבן קאנסידערען אזעמפיק. למעשה בין איך זייער נישט געעווען באקוועם מיט שטעכעראציעס און אריינליייגן כל מיני סם און מיין גוף.

האב איך מיך געמאכט א חשבון הנפש צו דארך טון פארוואס איז מיר אזוי שווער צי דייעטן. איך בין געקומען צום קאנקלאדזשען אז עס איז דא צוויי שווערעיקייטן וואס מאכט נישט פאלגן קיין דייעט
1. הינגער
2. קרעיווינגס (א תאווה צי עסן אפילו ווען מען איז זאט)
מילא אין ארדער צי האבן א סוקסעספול דייעט מוז איך סאלווון די צוויי פראבלעמען.

פאר הינגער איז די עצה עסן זייער אסאך פראטיען ווייל דאס מאכט זייער זאט אקעגן די עמאונט פון קעלאריעס וואס מען עסט. למשל א פונט טשיקען האט ארום 350 קעלאריעס און 100 פראטיען, במילא דאס מאכט זייער זאט אן דעם וואס מען זאל דארפן עסן אסאך קעלאריעס. מצד שני עסן פאטעטעס מיט ראגעלעך און לאקשן, ווער רעדט נאך פון סנעקס און קענדיס געט דיך נישט קיין צענטל די פראטין אבער עס שטאפט דיך אן מיט דריי מאל די קעלאריס. קעלאריס אליין מאכט נישט זאט (איך ווייס אז יא, אבער די מוזט עסן זייער אסאך למשל דריי פיר טויזענט קעלאריס א טאג) משא״כ ווען מען פאוקעסט אויף פראטיען קען מען ווערן זאט אפילו ווען מען עסט נאר 1900 קעלאריעס.

פאר קרעיווינגס, דארף מען פארשטיין פון ווי קרעיווינגס קומט, קרעיווינגס קומט פון עסן צוקער און ווייסע מעהל (ווייסע מעהל ווערט ציקער אין די גוף), ציקער איז א פשוטע עדיקשען פונקט ווי רייכערען, מילא אפילו ווען מען איז זאט וויל די גוף עסן נאך ציקער. איז די איינציגסטע וועג נישט צי האבן קרעיווינגס איז צי שניידן ציקער די מערסטע מעגליך. און בדרך כלל ביז א טאג צוויי הערט זיך אויף די קרעיווינגס.

אני הקטן פארברען 2600 קעלאריעס א טאג (גאגעל קען דיר העלפן אויספיגערען וויפיל די פארברענסט) און איך האב געוואלט א דייעט וואס איך עס נאר 1900 קעלאריעס א טאג.
די ערשטע טאג איז מיר טאקע געווען זייער שווער מיט די קרעיווינגס. אבער זייט דעמאלטס פיל איך זאט ווייל איך אבסעסיר מיט עסן גענונג פראטינס. פאר מיר איז עס 200 גראם א טאג, און איך מאך זיכער נישט איבערגייט 1900 קעלאריעס. איך טו עס שוין א חודש צייט און איך האב שוין פארלוירן 25 פונט. מיין גאול איז צי פארלירן נאך פערציג פונט.

איך זאג נישט אז פאר יעדעם וועט עס ארבעטען, אבער פאר מיר ארבעט עס ווייל פאר מיר איז דאס געווען די צוויי זאכן וואס האבן מיר צוריק געהאלטן פון דייעטן. מיין פוינט וואס איך וויל דא ארויס ברענגען אז אנשטאט פאלאויען א דייעט בלינדערהייט, און נאכדעים ווערן פראסטריט אז עס איז צי שווער, זאל מען ערשט דורכטון פארוואס עס איז אזוי שווער צי דייעטן און טרעפן סעלושענס דערפאר.
איך שרייב עס דא לתועלת הרבים, א ער עס מיינט נישט אז עס גייט ארבעטען פאר יעדעם, כמאמר החכם ״די בעסטע דייעט איז א דייעט וואס מען פאלאוט״
 
Back
Top