- זיך איינגעשריבן
- יולי 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 104
- רעאקציע ראטע
- 430
פאר יארן לאנג בין איך געשטאנען ווייט פון ביכער וואס האבן נישט פארמאגט קיין פארלעסליכע הסכמה, קומענדיג פון א שטוב ווי תורה איז געווען נומער איינס, און אלעס וואס האט געקענט פארמאגן אפי א ״ספק סתירה דערצו איז נישט אריבער די שוועל פון אונזער הויז.
אלץ קינד האב איך געליינט די מעלות, באלייכטונגען, אידיש ליכט, מנחם מענדל, מאיר לעהמאן, און נאך אזעלכע סארט ביכער.
מנחם מענדל איז געווען א שרייבער וואס כ׳וואלט אים פארגליכענט צו שלמה קרליבך/משה לאופער, סימפל, און נשמה רעדן׳ט.
אין חדר פלעגן קינדער ברענגן ביכער פון “יאיר וויינשטאק”, א שטייגער ווי די אידישער שפיאן, און נאך פילע אנדערע דראמאטישע ביכער.
זייענדיג אבער געוואוינט צו ליינען ביכער געשריבן אויף א לייכטע שפראך, האב איך נישט געקענט קאנעקטן צו יאיר׳ס הויך קלאסישע שפראך, כ׳האב געשפירט ווי עס איז איבער געטריבן מיט הויכע לשונות אין דעסטרעקט מיר זיך פולי אריין צו זעהן אין די מעשה.
אלץ בחור לערנען׳דיג אין ישיבה איז די שטערן געווען דאס מערסט פאפולערסטע מאגעזין, ס׳איז געווען היבש נאך איידער די ״מאמענט״ מאגעזין איז ארויס געקומען.
ליינענדיג די שטערן האב איך שטייט׳זיך בלויז קאנעקטאד צו ״שמעון ראלניצקי, צוליב וואס ער האט פארמאגט א פעדער פון ביידע, סיי די סימפליסעטי פון מנחם מענדל, און סיי די פראפעשענאליזם פון ״יאיר, קאמביינענדיג דאס אין זיין אייגענע סטייל.
איך פלעג זיין אדיקטעד צו די שטערן, איין פראבלעם איז אבער געווען, עס האט געפעלט אזעלכע מעשות פון אין די היינטיגע חסידישע געמיינדע, דהיינו; אלע ״שטערן״ געשיכטעס האבן זיך גערעד פון גוים, נעווי-סיעלס, סי איי עי, און נאך. אבער א מעשה פון עפעס וואס האט מיט מיין אדענטעטי בבחינת א חסידישע מאווי געשיכטע האט שמעון קיינמאל געשריבן.
מיט די יארן זענען ארויסגעוואקסן פרישע היימישע מאגעזינען, דאס מערסט פאפולערע דערפון איז שטייט׳זיך די ״מאמענט מאגעזין.
איין פראבלעם האב איך געהאט מיטן ״מאמענט מאגעזין״, אז אנדערשט ווי ״דער שטערן״ וואס איז געווען געבעיסד איבער גויאישע ארטיקלען, איז די חומר אין די מאמענט געשריבן געווארן היימיש, אבער מיט גאר שוואכע שרייבער… און ווען עס איז שוין יא געווען א מעשה פונעם טאג טעגליכן חסידישן לעבן, איז דאס געשריבן געווארן זייער שלאבעריש און בארינג…
ס׳ווערט אבער ערגער, פון איינטאג צום צווייטן האט שמעון זיך אפגעלאזט פונעם שטערן, עפענענדיג אן אייגענעם מאגעזין ״דער גלאק״, א מאגעזין וואס איז נישט געווען אהער אדער אהין, דהיינו, די פולע אמאליגן גויאישען טעם האט דאס מער נישט פארמאגט, ווידעראום דער אידישן פרומען טעם אויך נישט, ס׳איז געווען א מאגעזין לדעתי סתם זיך צו געפעלן פארן היימישען ציבור, אבער פארט נישט זיין פולי היימיש…
אין יענע צייט האב איך געשפירט א וויסטעניש אין די וועלט פון היימישע ליין מאטריאל. טאקע א גרויסע אויסווייל פון מאגעזינען געווען, אבער אנגעפיקעוועט מיט ביליגע אומערפארענע שרייבער ה״י.
איינטאג זאגט מיר א חבר דו ברויכסט ליינען א געשיכטע אינעם וועקער מאגעזין, ס׳דא דארט א מעשה איבער א אינגערמאן וואס האט געזוכט גליקן און האט אפגעפיצט מיט א צווייטע נקיבה.
הקיצור, איך בין דאס שנעל געלאפן אויסטשעקן…
אזוי ליינענדיג די געשיכטע בין איך עפעס משוגע געווארן פון די שרייבער, איך בין געווען עפעס משונע׳דיג ציגענאגלט צי די מעשה, די שרייבער האט דאס אראפ געלייגט אויף אן אויפן ווי די ליינער זאל ווידזשעלייזן די געשיכטע ווי כאילו מען לעבט עס מיט לייוו!
די שרייבער איז איינער מיטן פען נאמען ״יצחק וואלד״. עד היום זוך איך נאך געשיכטעס וואס יצחק האט געשריבן, אבער ליידער נישט געפינען. אויב איינער ווייסט פון מער געשיכטעס וואס יצחק האט געשריבן, אדער ערגעץ ווי אים צו קאנטאקטן, וואלט איך גאר שטארק הנאה געהאט.

לעצט רעדאגירט: