- זיך איינגעשריבן
- אפר. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 28
- רעאקציע ראטע
- 302
זיץ איך יעצט סטאק מיט א פלעט-טייער ערגעצוואו אויפ'ן כדור הארץ, און נישט האבנדיג עפעס בעסער וואס צו טון, הייב איך אן באטראכטן די פארבייגייער.
דרייט זיך א וועלט, יעדער מיט זיינע אנגעלעגנהייטן, יעדער לעבט אין זיין באבל וואס ביי דער עק דערפון ענדיגט זיך רעאליטעט.
אט זע איך אן ערליכע מוסולמענער מאמע פארבייגיין מיט איר קליין אינגל. דאס אינגל קוקט זיך אום פארגאפט, און די מאמע איז אים מחנך אז ס'איז נישט שיין צו באטראכטן א סצענע פונדערנאנט.
אט שפאצירט אריבער א יונג פארפאלק מיט א הינטל. זייער שלום בית קוקט נישט אויס אמבעסטן, די ליבע האט שוין פון לאנג אויסגעוועפט, זי שלעפט א רענצל בשעת ער האלט דעם ליש.
א משפחה וואקט פארביי. דריי מיטל-יארגאנג אינדיאנער פרויען - אדער עפעס ענליך - מיט פיר קליינע בא'חנ'טע קינדערלעך וואס עס שרייט פון זיי כי הם זרע ברך השם. א שמייכל ליגט אויסגעגאסן אויף די עלטערע און א רואיגקייט אויף די יונגווארג. כ'פיל שטאלץ צו זיין א מענטש.
אט גייט פארביי אן אפריקאנער-אמעריקאנער אינגעלע מיט זיין בריפקעיס אויף די פלייצעס. ער קוקט אויס צו זיין ארום צען יאר אלט, און ס'איז מיר שווער אויפצוכאפן צי ער ווייסט פון ראסיזם צוזאגן. מיין הארץ זאגט מיר אז ער וואלט געקענט באשטיין נישט צו מאכן דעם וועג אליין. אויב נישט משפחה, דאן כאטש חברים.
א ווייסער אמעריקאנער גייט פארביי מיט א מיואש'דיגער מינע אויפ'ן געזיכט. ער קוקט אויס איבער די פערציג, און זיינע פנים שטריכן פארציילן אסאך. ער שפאנט אומעטיג, מיט עירפאדס אין די אויערן, ס'קוקט מיר אויס ווי ער האט שוין אויפגעהערט האפן אויף א בעסער לעבן.
און דאן האב איך אים אויך באמערקט. אן ערוואקסענער מאן וואס איז סטאק מיט א פלעט-טייער און קוקט אויף יעדן נאר נישט אויף זיך. און ער שרייבט נאך.
דו האסט א געלעגנהייט וואס קומט נישט אזוי אפט אונטער: נישטא וואס צו טון, קיינער לויפט נישט נאך, ביסט דא מיט זיך אליין פאר א באשטימטער צייט - נוץ עס אויס! כאפ א שמועס מיט זיך, אדער גאר א טיפע שטילקייט מיט זיך. טרעף זיך.
אקעי, חברים, כ'בין פארנומען געווארן. כ'דארף גיין. אויף ווידערזען א צווייט מאל.