- זיך איינגעשריבן
- אפר. 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 160
- רעאקציע ראטע
- 833
{זייענדיג אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, וועל איך אי״ה אין דעם אשכול ממשיך זיין מיין אשכול דארט, מיט תגובות איבער די טעמע פון מקומו של האדם בהעולם אפילו פון א טעאיסטישן מבט, איר טעלעאלאגיע בכלל, די פיין-טוּנינג ארגומענט, די אַנטראָפּיק פּרינציפּ, דאס מאָלטיווערס היפּאטעזיע, והמסתעף שם}
דר. עליאַט סאָבּער טוהט שטארקן דעם אַנטראָפּיק פּרינציפּ נגד דעם פיין-טוּנינג ארגומענט. והיינו, אז טאמער איינער כאפט פיש אין א טייך און זעהט אז אלע אלע פיש ער האט געכאפט זענען לענגער ווי 10 אינטשעס, דאן, עפ״י די אינפארמאציע ער האט, האט ער א חילוק צווישן די צוויי פּראבּעבּיליטיס: די בּעיסיען פּראַבּעבּיליטי אז אלע פיש אינעם טייך זענען לענגער ווי 10 אינטשעס, איז מער ווי די בּעיסיען פּראַבּעבּיליטי אז נאר האלב פון די פיש אינעם טייך זענען לענגער ווי 10 אינטשעס. דאס זעלבע איז, במושכל ראשון, לגבי דאס פיזישע פיין-טוּנינג פונעם יוּניווערס: די בּעיסיען פּראַבּעבּיליטי אז עס איז דעזיינד בכוונת מכוון, איז מער ווי די בּעיסיען פּראַבּעבּיליטי אז עס איז אזוי פשוט במקרה.
אבער אויב זעהט דערנאך דער פיש כאפער אז די לעכער אין זיין נעץ זענען אלע גרעסער ווי 10 אינטשעס, אזוי אז עס וואלט נישט מעגליך געווען פאר אים צו כאפן א קלענערע פיש מיט די נעץ, דאן זענען די בּעיסיען פּראַבּעבּיליטיס פון דאס אז אלע פיש צי נאר האלב פון די פיש אין די טייך זענען גרעסער ווי 10 אינטשעס, גענוי אייניג - עס איז דאך נישט שייך בכלל ער זאל האבן אינפארמאציע איבער קלענערע פיש כדי צו קענען דן זיין דערויף. וה״ה לגבי די בּעיסיען פּראַבּעבּיליטיס פון דאס צי די יוּניווערס מיט אירע פיזישע געזעצן זענען אויסגעשטעלט בכוונת מכוון צי במקרה זייענדיג אז מ׳זעהט אז נאר די פונקטליכע געזעצן דערלאזן לעבן עפ״י דאס וואס מ׳זעהט אז לעבן איז למעשה דא - עס איז דאך ניטאמאל שייך אז לעבן זאל קענען דן זיין דערויף באופן אחר. עס איז ווי די פיש כאפער׳ס נעץ וואס איז גרעסער ווי 10 אינטשעס. (עס איז אביסל ענליך צום סענטיענט פּאָדל משל.)
***
דר. שׁאַן קעראל לייגט צו צום קשיא פון דעם אז לפי די מאָלטיווערס היפּאטעזיע באדארפן צו זיין פי כמה מער בּאָלטצמאן מוחות ווי נארמאלע אַבּזערווירערס, אז א בּאָלטצמאן מח קען דאך נישט האבן קיין אמת׳ע מדע, זייענדיג אז אלעס אין איר מח איז דאך ממש פונקט רענדאם פון א מינוט צוריק. וא״כ לפי דער מח פונעם מענטש וועלכע נעמט אָן די מאָלטיווערס היפּאטעזיע, זאגט דאס דאך אז עס איז פי כמה מער יתכן אז זי אליינס איז א בּאָלטצמאן מח וואס האט דאך נישט קיין אמת׳ע מדע, קומט דאך אויס אז דאס וואס ער האלט דאס איז אבער נישט קיין אמת׳ע מדע וטענה. עס פרעגט זיך אליינס אפ.
ער פאר זיך האלט אז בּאָלטצמאן מוחות זענען נישט פיזיש מעגליך.
לעצט רעדאגירט: