מיין שמועס מיט אמשינאווער רבי פון בארא פארק

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
562
רעאקציע ראטע
4,084
געטראפן אין מיינע ארכיון אן אלטן ארטיקל, פונעם ערשטן קרעמל סטאנציע אויפן וויק סייט.

חברה ס'קומט סחורה.. א זאפטיגע שמועס.. היות ס'איז געוועהן פריוואט איז עס בבל תאמר, סאו כ'וועל נישט שרייבן אלעס. (כ'האב נישט קיין כוח צו שרייבן דעם גאנצען לאנגען שמועס, כ'שאקל עס ארויס ווי אזוי ס'גייט. כ'האף עטץ וועט'ס הנאה האבן פונעם האלבען ארבעט. אויב געפעלט אייך נישט עפעס, ביטע זיי תולה אין מיין חסרון הבנה און נישט אינעם רבי'ן)


ובזה החלי;
כ'בין אדורך זיין שוהל, מ'האט געהאלטן אינמיטן דאווענען. כ'זעה א רבי מיט לאנגע געקראזלטע פאות און בארד, ער דרייט זיך אויס און קוק'ט מיך אהן. (אפשר ווייל כ'בין נישט אנגעטוהן ווי יעדעם אין שוהל).

נאכן דאווענען האבעך זיך געשטעלט אינעם שורה צו בעהטן א ברכה. כ'זעה אז די רבי זאגט צום מענטש פאר מיך צו לערנען יעדען טאג און געבן צדקה פארן דאווענען.

ווען ס'איז געקומען מיין רייע. האבעך געזאגט "איך האב שוין מורא פון א ברכה, מ'וועט מיך הייסן טוהן זאכן, סאו א גוטע נאכט רבי, כל טוב"

אנשטאט פון זיך באליידיגן אדער זיך פארהייליגען, האט ער הנאה געהאט און געזאגט "מ'בעהט פון א מענטש נאר וואס ער קען".

שעפטי: כ'האב זיך שוין אפגעבריעט פון רבי'ס וואס הייסן זאכן. הייסן וועט מיך די אייבישטער, א ברכה קען איך נעמען.

רבי: (מיטן פולסטן שלוה און שמייכל) הייסן? כ'הייס נישט, כ'זאג אמאל גוטע עצה.

די רבי האט אנגעהויבן רעדן איבער די חינוך אין אמעריקע, ער רעדט מיט אזא פשטות אין א פראקטישע וועג. כ'האב ניטאמאל געשפירט אז ער זעט זיך גרעסער און חשובער פון מיך.

ער האט אינמיטן געזאגט "אין דיין גאט גלייב איך אויך נישט, די זעלבע איז אין די אידישקייט וואס מ'האט דיך אויסגעלערענט".

ער האט גערעדט פון אידישקייט אין א געזונטע וועג, אהן לחץ. פשוט געשמאק, ווערן נענטער צום בורא.

ער האט געזאגט מ'נעמט אמאל נקמה אינעם קאך. מ'גייט די אנדערע עקסטרעם.. מ'קען נישט בויען א לעבן אויף נקמה.

ער האט גערעדט פון זיך אזוי ווי א געהעריגע מענטש. דערציילט פון זיין לעבן, (נישט א גרינג לעבן). דערציילט איבער די אנהויב פון זיין רבי'סטעווע, דערציילט איבער זיין קהילה דא, זיין גאול'ס אויף וואס ער קאנצעטרירט זיך. פונקט ווי א מענטש דערציילט איבער זיין ביזנעס פלענער מיט שמחה אויף די עבר און האפענונג אויפן עתיד. (ס'איז זיין ביזנעס צו דערפרייען אידן, זיי געבן א ריקן, זיי מכבד זיין און מחזק זיין. און ב"ה זיין ביהמ"ד לעבט, די עולם טשילט אריין אויף אזא פרייליכע אידישע פארנעם)

כ'האב עם געזאגט אז מיין וועג איז מיין הארץ, ניטאמאל מיין מוח. כ'טוה אידישקייט ווייל אזוי פיהל איך.

כ'פלעג לערנען פערצען שעה א טאג, און כ'האב אויך געמיינט אז כ'ווייס ווי אזוי מ'דארף לעבן.

היינט ווייס איך אז כ'ווייס נישט און כ'קען נישט זיין זיכער. כ'קען אויס הערן וואס די באשעפער ווייזט מיך לויט וואס שפירט גוט.

ער האט צוריק געזאגט: כ'פיהל פאר דיך, ס'מיז זיין זייער שווער נישט צו האבן אויף וואס זיך אנ'צו'לאנען. איך לאן זיך אהן אויפן רמב"ם.

שעפטי: מיט די היינטיגע מידע, קען איך זיך נישט אנלאנען אויפן מורה

רבי: כ'רעד פון יד

שעפטי: אבער ווי אזוי קען איך זיך אנלאנען אויף איין מענטש?!!

די רבי האט געגעבן א מאך אוועק מיטן האנט. און געזאגט בשם די בעל התניא. אז טומטם הלב והמוח קומט פונעם באשעפער. פאר טומטם הלב העלפט טאקע ביטוש, אבער פאר טומטם המוח איז דא דריי עצות. 1. מקוה. 2. צדקה 3. זוהר. געב צדקה פארן דאווענען.

ער האט מיך געגעבן א ברכה.

כ'האב עם באדאנקט פאר זיין צייט און חיזוק און צוריק געגעבן א ברכה.
-

מיין הרגשה איבער דעם רבי. ער איז א קלוגער, פרייליכער, גוט הארציגער, געזונטער מענטש. די כבוד און רבי'סטעווע איז נישט אריין אין זיין קאפ, ער האט א געזונטע עגא (און נישט א קראנקע "הייליגע הימלישע" עגא). ער פארשטייט זיינע מענטשן, ער פראבירט צו געבן פאר יעדעם כפי רוח כל אחד ואחד.

כ'האב הנאה געהאט צו פארברענגן מיט איהם.

זאל די באשעפער עם העלפן טוהן גוטס אויפן וועלט פאר לאנגע געזונטע יאר'ן. אמן.
--

ביז דא האב איך ארויפגעלייגט אינעם ערשטן סטאנציע פונעם קרעמל.
מיט די צייט פארשטיי איך מער וואס ער האט געמיינט מיטן זאגן "כ'פיהל פאר דיך, ס'מיז זיין זייער שווער נישט צו האבן אויף וואס זיך אנ'צו'לאנען".
ווי אויכעט מיט זיין געדאנק "אין דיין גאט גלייב איך אויך נישט, די זעלבע איז אין די אידישקייט וואס מ'האט דיך אויסגעלערענט".
 
זייער שיין געשריבן.
מיין הרגשה איבער דעם רבי. ער איז א קלוגער, פרייליכער, גוט הארציגער, געזונטער מענטש. די כבוד און רבי'סטעווע איז נישט אריין אין זיין קאפ, ער האט א געזונטע עגא (און נישט א קראנקע "הייליגע הימלישע" עגא). ער פארשטייט זיינע מענטשן, ער פראבירט צו געבן פאר יעדעם כפי רוח כל אחד ואחד.
איך קען עים נישט פרעזענליך.
באט לויט ווי איך האב פארשטענען פון מיין ברידער זז"ג וואס העט געלערענט אין א ישיבה אין א"י וואס די רבי האט דארט געארבעט (פאר'ן ווערן רבי'ווען ער האט נאך געלויבט אין א"י), זאגט ער די זעלבע אויפן רבי'ן.
 
יאפּ, ער איז היפש אן אינטערסאנטע רבי...

אנדערע וואלטן באצייכענט ווי א ריכטיג אמשינאווע רבי...

(ווער געדענקט שש'ס רייכע אמשינאווע ארטיקלען?)
 
לעצט רעדאגירט:
יאפּ, ער איז היפש אן אינטערסאנטע רבי...

אנדערע וואלטן באצייכענט ווי א ריכטיג אמשינאווע רבי...

(ווער געדענקט שש'ס רייכע אמשינאווע ארטיקלען?ל
אפשר זאל עס שמן למאור אהערברענגען....
 
דער וואס איז יעצט רבי? אדער זיין פאטער?

מיט די היינטיגע האמיר אויך אסאך פארברענגט, ער איז ממש א חידוש.
 
יא, איך קען דעם אמשינובער’ן מנעוריו, ער איז פראקטיש און קלאר אין לעבן,
ער האט זיך זייער אסאך געדרייט ביי ש"ב דער אמשינובער רבי פון בית וגן - ירושלים, ווי ער האט קונה געווען אמת’ע אידישקייט און מענטשליכקייט "ואנשי קודש" במלוא המובן.

נ.ב. ווער ס’געדענקט דעם אשכול אין קאווע שטיבל ז"ל "עמוד האש האחרון" ומשם תדרשנו לטובה...
 
ער האלט נאך אן זײן טאטןס השקפות ? ער איז געווען כולו דבוק אין בעל דבר״י כידוע
 
איבער זיין טאטע'ס לעבן איז א באזונדערע שמועס פאר זיך.... נישט קיין גרינגע לעבן געהאט בכלל... נעבעך
 
Back
Top