מיינע ספקות

ווען מ'איז אינעם פייט מאוד צו מאכן זאכן גוט - אפי' די גוטע זאכן פיהלן נישט גוט גענוג!

ווען מ'איז אפן פאר ענדלאזע אפציעס אנערקענענדיג אז אלעס איז א חלק פון זיך און מ'שיקט ליבע צו יעדע חלק - אפי' די נישט גוטע זאכן פיהלן גוט!
-

ווען מ'איז אין פייט מאוד - איז זייער שווער צו טון

ווען מ'איז אין אקסעפטענס און ליבשאפט - אלעס געשעהט ווי פון זיך אליין אהן קיין וואג און ערשעפטקייט
 
ווען מ'זעהט אז די טינקלקייט (שרעק, אומפאלסיוו מחשבות, נעגאטיוועטי, וכדו') איז אויכעט זיך - האט מען נישט אזוי מורא דערפון נאר מ'האלט פלאץ פאר דעם

ווען מ'האט נישט מורא פון דעם - שלאגט מען זיך נישט דערמיט (נאר מ'האט עס אויך ליב)

ווען מ'שלאגט זיך נישט דערמיט - שלאגט זי זיך נישט צוריק

אז זי שלאגט זיך נישט מיט דיר - איז גאר גרינג צו אויסוועהלן לעכטיגקייט


ה' יברך את עמו בשלום!
 
ווען מ'זעהט אז די טינקלקייט (שרעק, אומפאלסיוו מחשבות, נעגאטיוועטי, וכדו') איז אויכעט זיך - האט מען נישט אזוי מורא דערפון נאר מ'האלט פלאץ פאר דעם

ווען מ'האט נישט מורא פון דעם - שלאגט מען זיך נישט דערמיט (נאר מ'האט עס אויך ליב)

ווען מ'שלאגט זיך נישט דערמיט - שלאגט זי זיך נישט צוריק

אז זי שלאגט זיך נישט מיט דיר - איז גאר גרינג צו אויסוועהלן לעכטיגקייט


ה' יברך את עמו בשלום!
WOW @שעפטאל דברים חוצבים להבת אש 🔥 שכינה מדברת מתוך ניק׳ך so to the point 👏🏿👏🏿👏🏿
 
איי געסס דעם הודעה באלאנגט אויך אין דעם שנירל.
 
אונז שפילן די געים פון cover your asses

וועלכער חלק אין מיר ווערט באטראכט אלס שלעכט און האט באקומען דערנידערונג דערפאר מוז איך באהאלטן פאר מיין סורווייוועל.

נישט נאר באהאלטן, נאר פראבירן צו אויסשרייען דאס פארקערטע כדי 'זיי' זאלן חלילה נישט באמערקן מיין dirty ass

האלאו כ'בין סוקסעספול און מיט דעם באהאלט איך מיט וואס איך שפיר א לוזער.
כ'בין א 'גוטער' און מיט דעם באהאלט איך א חלק וואס איז א 'שלעכטער'
כ'האב בכלל נישט מורא, כ'בין זייער קאנפידענט, און מיט דעם באהאלט איך מיין אומזיכערקייט.

לעצטענס באמערק איך אן איבריגער לחץ זיך אויפצופירן ווי א 'געהיעלטער', וועלכער חלק באהאלט איך?...

שרייבן אויף קרעמל דארף לעצטענס זיין עפעס וואס פאסט פאר שעפטאל צו שרייבן, סתם לאכן איז א בושה. פארוואס? געזונטע מענטשן לאכן נישט?...

איי געסס מידת השתוות קומט נישט אפי' מיטן טרינקן. דער קליינער פחדן אינערווייניג וועט אלעמאל נאגן. ס'איז אקעי צו זיין הומען.
 
בנוגע די פארשלאגס טישל וואוטס

די אמת איז אז קיינער קען נישט זען ווער ס'שטומט ארויף און מיט וויפיל ניקס יענער שטימט, אחוץ די אדמיניסטראטורן, וואס אויב זענען זיי בעד די פארשלאג, קענען זיי יעדן פארפּאקן, און שטומען מיט א ברייטקייט.
אויב איך זעה אזא זאך - בין איך דער ערשטער יענעם אויסצושפארן. אפי' אויב ס'איז חבקוק אליין. (דאונט ווארי, זיי וואלטן קיינמאל נישט געטון אזא זאך. אבער שוין)

אבער נאכאלס, איז עס תלוי אין דיין שיקול הדעת צו נאכגיין דיין אינערליכן געפיהל צו זען אויב דו טראסט אונז מיט דעם צו נישט.

מיין האפענונג איז אז איבער א מנין באזעסענע מענטשן וואס זענען מייסד א סייט וועט זיין גענוג אויף צו טראסטן.

איך וואלט נישט געטון קיין עוולות, כ'וויל קענען איבערגעבן קרעמל צום קומענדיגן דור אהן דארפן ציטערן אז די נייע העלפערס וועלן זען קארופציע.
(שוין דא דריי צוגעקומענע העלפערס וואס איך קען נאך נישט אין פערסאן, פלאס א פערטע וואס כ'האב זיך ערשט לעצטענס אנגעהויבן באקענען)

ס'דא א דין וחשבון אינעם בעק ענד, יקוב הדין את ההר.

די חלק איז טאקע א לאך אין די וואוטינג סיסטעם דא, ווייל יעדער קען האבן אפאר ניקס און וואוטן עטליכע מאל.

איך האב נאר די איינע ניק.
מ'קוקט פאר דאבלס בעפאר מ'טוט למעשה. מ'האט שוין אמאל אויסגעשפארט א ניק וואס האט געוואוט טאפלט.
 
Back
Top