מיין אויפריכטיגע ריוויו אויף די "אלעזר ליפא׳לע" אלבום

לייביש הכהן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 11, 2024
מעסעדזשעס
111
רעאקציע ראטע
434
הקדמה: כדי צו פולי ארויס האבן מיין ריוויא, ברויכט איר ליינען דעם גאנצן ארטיקל פון אנהויב ביזן סוף.

ווער איז ליפא שמעלצער: ליפא איז אויפגעוואקסן אין שטעטל סקווער.

ליפא איז אריבער א שווערע יוגנט, אויפוואקסנדיג מיט עלטערן מלחמה איבער לעבער, און רביס וואס האבן נישט פארשטאנען צו זיין תחינת הנפש.

אסאך טראמא איז ליפא אריבער במשך זיינע קינדערישע און בחורישע יארן וואס איז באמת שווער צו פארשטיין.

זושא זיין עלטערע ברודער האט אבער יא פארשטאנען איבער די כשרונות וואס ליפא פארמאגט, און דעריבער אים מכבד געווען צו זינגען אויף עטליכע פון זיינע אלבום׳ס.

ווי געזאגט, מיטן עסן קומט די אפעטיט… ליפא ווערנדיג עלטער, און זעענדיג אז ער פארמאגט יא עפעס וואס מאכט אים ווערדפול, האט באשלאסן צו ווייזן פאר די וועלט אז ער איז גארנישט אזא צוריק געבליבן קינד ווי אזוי מען האט אים אלע יארן אראפ געסטעמפלט, נאר אדרבה פארקערט, ער וועט איינמאל פאר אלעמאל ווייזן פאר די וועלט וואספארא טאלאנטן ער פארמאגט.

ליפא ערשטוינט די וועלט מיט זיינע אלבומס: צום ערשט האט ליפא ארויס געגעבן מעין סטרים אלבום׳ס מיטן פארצייטישן חסידישן געשמאק.

אבער אמאל זייענדיג אין קאר האט ער אנגעצינדען די ראדיו און געהערט אז די עולם הנגינה איז אסאך ברייטער ווי ער האט געוויסט ביז דאן…

ליפא האט דאס אנגענומען אלץ א מעסידזש פון הימל אז די באשעפער האט באשאפן פילע מיוזיק סטיילס כדי מען זאל דאס ניצן, און נישט אז עס זאל בלייבן שימלען בלויז ביים גוי…

ליפא האט תיכף דערנאך אנגעהויבן ארבעטן אויף זיין ליפא לטובה אלבום, און טאקע זעענדיג די ברכה איז חל אויפן סידי ווערנדיג פארכאפט פון אלע געשעפטן, האט ליפא זיך גענומען צום נעקסטן אלבום ״בדרך.

סאיז כדי צו באטאנען, ליפא האט אין יענע יארן געהאט א משונה׳דיג דרייוו צו ווייזן פאר די וועלט זיינע טאלאנטן, ממילא האט ער אריין געלייגט צידרייטע כוחות אין יעדע ניגון, אריין גערעכנט די תוכן וואס איז די מעסידזש פונעם ניגון, די גראמען, זאלן זיין חידוש׳פול און פלוענט צו הערן פארן אויער, ווי אויך זאל די מוזיק זיין עפעס וואס איז נאכנישט געהערט געווארן ביז דאן ביים היימישן ציבור, און ״אחרון חביב די קאווער פונעם סידי עפעס וואס וועט שטארק כאפן אן אויג.

הזורים בדמעה ברינה… די אלבום האט למעשה געכאפט אין סופרייז סיי מוזיק ליב האבער, און סיי די פארצייטישע מחנכים… די מחנכים האבן פשוט נישט געקענט גלייבן ווי שיין מען קען קאמביינען אידישע ווערטער מיט פסוקים, מיט א סעקולערן טאן…

צוליב דעם זענען אויפגעשטאנען אפאר היץ קעפ, מענטשן וואס לעבן אויף ווען עס קומט צו טרינקען א צווייטנס בליט, און מיט א ״ויצעקו ארום געלאפן צו רבנים אסר׳ן ליפא🫣

פארשטייט זיך אז קיין שום רב/רבי וואס האט אינטערגעשריבן אנטקעגן ליפא, האט דעם אלבום נישט אויסגעהערט… נאר אנגענומען דעם לשון הרע ״בבחינת א איד האט א נאמנת און זאגט נישט קיין ליגנט אויף א צווייטן…

אבער אנשטאטס צו ציברעכן ליפא, האט דעם איסור גאר דאס פארקערטן אויפגעטאן… די מאן איז געלאפן קויפן די סידי אינטערן רוקען פונעם ווייב, מורא האבענדיג פון איר תמימות איבער דעם איסור וואס גדולים האבן ארויס געשטעלט… די פרוי הערנדיג פון אירע חבר׳טעס ווי געלונגען די אלבום איז, אבער פארשטייענדיג אז איר מאן איז ערליך וועט ער חלילה נישט קויפן קיין ג׳אסר׳טן אלבום, איז זי שטילערהייט געלאפן קויפן דעם סידי באהאלטנדיג פון איר מאן…

פארשטייט זיך אז די בחור אין ישיבה האט פון גארנישט געוויסט אז טאטי און מאמי האבן שוין די טעיפ, איז ער ״במחתרת געלאפן קויפן דעם אלבום נאך איידער עס איז מער נישטא אין די געשעפטן צי באקומען, און דאס בלויז געהערט ״כחצות הלילה ווען די משגיח איז שוין נישט דארט…

אזוי האט ליפא געמאכט שווערע אלפים ורבבות פונעם א.ג. איסור, און געזען ״עין בעין די לאָוו און סופורט וואס די עולם געבט פאר אים… וואס דאס האט אים גענומען צום נעקסטן שטאפל צו ארבעטן אויף גאר א חידוש׳פולע סידי וואס איז עד היום הזה די טאַפ אויפן ליסטע ווען עס קומט צו ליפא׳ס אלבום׳ס.

קניינעהארע: דאס איז געווען א אלבום וואס האט איבער געדרייט גאנץ ״יהדות החרידות!

די חידוש אנציהייבן מיט ״רבותי מיר וועלן בענטשן, א ניגון וואס איז נישט געמאכט נאכצוזינגען, אבער יא צו הערן, און נאכדערצו אראפ געלייגט אזוי פאכמאנישט מיט גאר פארגעשריטענע מוזיק, איז געווען עפעס וואס איז געגאנגן וויירל אין יעדע קהילה בישראל!

די ניגונים זייענדיג איינס ביי איינס חידושים נפלאים אין אלע הינזיכטן, אראפ געלייגט מיטן גרעסטן מאס טאלאנט, האט געמאכט ליפא פאר די ערשטע חסידישע היימישע “סעלעבערטי ממש ווי א “אפגאט!!

ליידער זענען די משחיתים ארויס געקומען אויף גאר א שמיציגן פארנעם אנטקעגן דעם טאלאנטפולן זינגער ליפא, עס האט זיך געגאסן איסורים פון אלע זייטן… יעדע בחור וואס איז געכאפט געווארן מיטן קניינעהארע אלבום איז געווען אחת דתו…

ליפא, זייענדיג פארט א בשר ודם, האט זייער ווייגעטון די די השחתה וואס איז פארגעקומען אנטקעגן אים. אנדערשט ווי היינט ווען מען קען זיך פארענטפערן אויף סאושעל מידיא האט דאס אין יענע צייטן נאכנישט עגזעסטירט, די איינציגסטע וועג אז מענטשן זאלן קענען הערן זיין שטימע איז געווען בלויז דורך די היימישע צייטונגען, אזאך פון וואס מען האט אים גענצליך בלאקירט…

ליפא האט אבער אפגעמאכט אז ער האט איין ציהל, און דאס איז צו דערפרייען אידישע קינדער גענוי ווי אמאליגע צדיקים פלעגן טאן, א שטייגער ווי דעם קאליבער האט גענומען א ניגון פונעם פאסטוך, און דאס געטוישט צו א רחניותדיג ניגון... אדער ווי אונזער אלעמען באקאנטען ״משנכנס אדר וואס איז פארפאסט געווארן דורך שווארצע פאסטוכער, און פארט ווערט געזונגען אין יעדע קהילה בישראל.

ליפא האט זיך פון פריש ציזאם גענומען און ארויס געגעבן די אלבום א פשוטע איד, אזאך וואס איז געווען א פרישע מוזיק סטייל חידוש וואס לכאורה נאר ער מיט יוסי גרין האבן אמאל ארויס געגעבן.

ליפא האט במשך די קומענדיגע אלבום׳ס פרבירט צו שטיפן נייע מעסידזשעס, און געזונגען מיט עקשנות דאס וואס ער האט געשפירט איז ריכטיג, אפי מען האט אים פארשריגן.

טערעפי: בערך אין יאר 2007 האט ליפא באשלאסן אז געניג איז געניג, סאיז צייט זיך צו גיין היילן.

נאך יארן פון פּיין און העסליכע רדיפות, האט ליפא באשלאסן אז ס׳איז צייט זיך צו באקענען ווער ער זעלבסט איז, און נישט אז אלע חרדים זענען שילדיג אין יעדע פריוואטע צרה וואס ער האט געליטן במשך זיין לעבן...

ליפא איז געפארן אויף א דזשירני, ער האט געזוכט און גענישטערט ווי ער קען טרעפן זיין ״זיך זעלבסט.

פאר א שטיק צייט האט ליפא אפי אויפגעהערט צו זינגען און ארויס געבן אלבום׳ס.

אבער ווי די טראפן וואסער פונעם שטיין, האט נאך יארן טערעפי ליפא ענדליך געפינען דעם ״אלעזר ליפא׳לע, און באשלאסן דאס צו מלבש זיין אין א אלבום.

אלעזר ליפא׳לע: די ערשטע מאל איך האב אנגעצינדעם דעם אלבום, האב איך תיכף געמישט פון ניגון צו ניגון.

אנדערשט ווי אמאל ווען איך פלעג הערן מיט דארשט יעדע פרישע ליפא אלבום, האב איך אבער דא געשפירט ווי די ניגונים רעדן נישט צו מיר…

כבין געווען זייער אנטוישט און אנגעהויבן אריין קלערן וואס פשט אז א אלבום פון ליפא כאפט מיר נישט???

כבין אבער שנעל געקומען צום מסקנה אז דא ליגט באהאלטן אינעם אלבום גאר א טיעפע נקודה, דהיינו: די אלע יארן וואס ליפא האט געשפירט אז ער מיז זיך פראווען און ווייזן אז ער איז יא ווערדפול, און מיט דעם צונישט מאכן די ״דברי דופי וואס זיינע רביס אין חדר האבן שטענדיגט געזאגט; אז פון ליפא וועט גארנישט וואקסן, האט ליפא געמאכט אלבום׳ס פארן ציבור, א בחינה ווי א רעדנער רעד צום עולם וואס איז נוגע פאר זיי, ממילא האב איך גאר שטארק קאנעקטעד דערצו, ווייל ער האט דאך גערעד פערזענליך צו מיר.

מה שאין כן ביי די נייע אלבום, האט ליפא באשלאסן ארויס צי געבן א אלבום וואס רעד אינגאנצן צו אים, א בחינה ווי טאהש׳ע רבי פלעגט זאגן ביי שלוש סעודות; בעצם רעד איך צו מיר, אבער אז איך רעד שוין, זאלן אנדערע אויך הערן…

ממילא אז איך קאנעקט נישט דערצו, מיינט בכלל נישט אז סאיז א שלעכטע אלבום, נאר פארקערט: אויב איינער וויל באמת אפלערנען ווער איז די עכטע אלעזר ליפא׳לע, דאן האט ער פופצען טרעקס דאס אפצילערנען.

צום שלוס: אט דאס מיינט א געהיילט׳ער, אז מען שפירט שוין נישט ווי מען דארף זיך פראווען פארן ציבור, נאר אז מען איז עפראווד ביי זיך!
 
ממילא אז איך קאנעקט נישט דערצו, מיינט בכלל נישט אז סאיז א שלעכטע אלבום, נאר פארקערט: אויב איינער וויל באמת אפלערנען ווער איז די עכטע אלעזר ליפא׳לע, דאן האט ער פופצען טרעקס דאס אפצילערנען.
ווען איך הער עס הער איך מיין אייגענע journey
אין איך קאנעקט צו מיר אליינס
 
אהערליכע ריוויא.

איך האב קיינמאל נישט קאנעקטעט צו ליפא'ס מוזיק נאר אפאר ניגונים וואס מיכאל זינגט פון אים.
האט באשלאסן צו ווייזן פאר די וועלט אז ער איז גארנישט אזא צוריק געבליבן קינד ווי אזוי מען האט אים אלע יארן אראפ געסטעמפלט
לויט ווי איך האב געהערט, איזליפא איז געווען פון די משוררים און די סקווירא הויף און געמאכט ניגונים פאר סקווירא שמחות וואס ווערט נאך געזונגען ביז היינט ער איז נישט געווען אראפ געסטעמפלט אלס צוריק געבליבען קינד, כאטש מען האט געהאטען אז ער האט א דיסלעקסיע ביים לערנען.

איך האב נישט געקויפט די נייע ליפא'לע ווייל לויט די לעצטערע האב איך געטראכט איך גיי נישט קאנעקטען, איר זאגט אז עס איז אינגאנצען אנדערש?
 
לעצט רעדאגירט:
ער איז נישט געווען אראפ געסטעמפלט אלס צוריק געבליבען קינד,
עס איז בכלל נישט קיין סתירה זיין זינגען אינעם סקווירא הויף, מיטן נאמען וואס ער האט פארמאגט אין גאס. טאלאנט איז איין זאך, און האבן נפשיות׳דיגע פראבלעמען איז א צווייטע זאך.
נישטא וואס זאגן אז ער איז געווען א עוורידזש נארמאל קינד.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב אמאל געהאט א רעקארדינג פון א אינטערוויו מיט ליפא און ער רעדט וועגן אלעס וואס דו שרייבסט דא, איך וועל עס זוכן, אויב איך טרעף עס וועל איך עס ארויפשטעלן דא
 
עס איז בכלל נישט קיין סתירה זיין זינגען אינעם סקווירא הויף, מיטן נאמען וואס ער האט פארמאגט אין גאס. טאלאנט איז איין זאך, און האבן נפשיות׳דיגע פראבלעמען איז א צווייטע זאך.
נישטא וואס זאגן אז ער איז געווען א עוורידזש נארמאל קינד.
וואס הייסט ״נארמאל״ אין שיכון סקווירא?
 
איך האב אמאל געהאט א רעקארדינג פון א אינטערוויו מיט ליפא און ער רעדט וועגן אלעס וואס דו שרייבסט דא, איך וועל עס זוכן, אויב איך טרעף עס וועל איך עס ארויפשטעלן דא

דו מיינסט דאס?
View: https://youtu.be/emdcRXxYgZU?si=EWCj3cZ1nsW3_08u

(דא רעדט ער ווי ער האט די ערשטע מאל געהערט גוי'אישע מוזיק...
אין אנדערע אינטערוויוס רעדט ער מער וועגן זיין שווערע יוגנט.)
 
דעס וואס דו זאגסט אז מען האט עים געאסרט יעדע טעיפ זיינער איז לאו דווקא אמת בעיקר האט מען עים גערוידפט אין סיקווירא און די מכה בפטיש איז געווען ביי די ביג איווענט דעמאלטס זענען די רבנים ארויס קעגן עים על לא עול און דאס האט עים אויפגעשוידערט
 
לעצט רעדאגירט:
ליפא האט זיך פון פריש ציזאם גענומען און ארויס געגעבן די אלבום א פשוטע איד, אזאך וואס איז געווען א פרישע מוזיק סטייל חידוש וואס לכאורה נאר ער מיט יוסי גרין האבן אמאל ארויס געגעבן
א פשוטע איד איז לדעתי פון די טאפ אויב נישט 'דע' טאפ אלבום וואס איז אמאל ארויסגעקומען אין די חסידישע מוזיק וועלט. איך האב עס שוין אויסגעהערט אזויפיל מאל און יעדער מאל ווער איך נתפעל פונדאסניי
 
ווער נעמט זיך צו מאכן אן אינטערוויו מיט ליפא פאר די נעקסטע כוואליעס?

לעצטע מאל האט ער געגעבן פאר אייוועלט, ליפא דיין אוידיענץ איז דא.
 
א פשוטע איד איז לדעתי פון די טאפ אויב נישט 'דע' טאפ אלבום וואס איז אמאל ארויסגעקומען אין די חסידישע מוזיק וועלט. איך האב עס שוין אויסגעהערט אזויפיל מאל און יעדער מאל ווער איך נתפעל פונדאסניי
איך מיין אז די בעסטע אלבום ווענדט זיך אין די ליסטענער און אין ווי אלט ער איז דעמאלטס געווען... פאר טייל איז קעניינע הארע געווען די היט !!

ביסט מסתם געווען דעמאלטס אין ישיבה ...
 
אין כמו קעניינעהארא די רייכקייט אין די מיוזיק און די ליסטע פון ניגונים איז געווען אין בדומה לו
 
איך מיין אז די בעסטע אלבום ווענדט זיך אין די ליסטענער און אין ווי אלט ער איז דעמאלטס געווען... פאר טייל איז קעניינע הארע געווען די היט !!

ביסט מסתם געווען דעמאלטס אין ישיבה ...
אין חיידר ..🙄

איך האלט נאכאלץ דאס איז בעסער. סיי די מוזיק און בעיקר די נושאים
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top