מיין ימים נוראים טראומע

וואנדערער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 28, 2024
מעסעדזשעס
91
רעאקציע ראטע
317
שוין, סאיז שוין נאכאמאל דעי צייט פון יאר, דעי צייט וואס פון אינמיטן זומער פראבירט שוין מיין אניערליכע פראטעקטאר מיך צי ווארענען איבער די דרואינג וואס ווארט מיך אפ.

שוין ג'הערט היינט די עלטערע אידענעס זיך ווינטשן א גוט גבענטשט יאר אין אלע מיינע מעמאריס און טראומע איז געקומען צוריק צי פליען צום אויבערפלאך

מיין שלעכטע זכרונות פון די טעג טראגט מיך צוריק צי מיינע צענענרליג יארן ווען כהאב גהערט א שיעור פון איינע פון די משפיעים, די מעין מעסעדזש איז געווען אז א איד וואס לאזט נישט קיין טרערן ערגעץ ווי דורך אויס עי"ת איז זיין מקור נישט אין כלל ישראל😱

זייט דעמאלסט איז יעדע תשרי געווען די האף אז אפשר דעיס יאר העט שוין געלונגען צי לאזן עטליכע טרערן איך וועל שוין פיינעלי וויסן אז עכט איז מיין מקור יא פון כלל ישראל....

אבער שטייטזעך אז מיין 'פארשטיינערטע הארץ' האט קיין טרערן מיך נישט פארגינען, און ביי מיר אין קאפ איז די חשבן געווין פשוט, וויזוי ווילסטו וויינען ר"ה נאך א יאר פון אזעלכע גראבע עבירות
 
איך געדענק ווי אלץ בחור האב איך מיך געשטיפט צי וויינען, ווייל ווער ס׳וויינט נישט צריך בדיקה אחריו😂😂😂
איך פלעג אויך האבן טראומע פון דארפן תשובה טוען אויף מכלומר׳שע עבירות וואס איז פשוט דרך כל האדם צי טוען, ווי יענער מכוער האט גע׳טענה׳ט לך לאומן שעשני וואס ווילסטו פון מיר, האב טענות צום אייבערשטען ער האט מיר באשאפען.
היינט איז עס ביי מיר א יומא דפגרא, שטעל דיך פאר די אייבערשטער לייג נישט אריין די יצרא דעריות אין די מענטשהייט, וואספארא באורינג לעבען וואלט מען געהאט?!
 
איך פלעג אלס וויינען און איך וויין נאך היינט אויך, עס איז א טבע פון א מענטש. עס כאפט מיר פשוט אן די געוויין פון די נוסחאות און ניגונים וואס רירן אן די אינערליכע סטרונעס.
 
די עלטערע דור פלעגט וויינען וועגען די מלחמה, די זעלבע מיט תשעה באב.
ווער ס׳וויינט נישט זאל וויינען אויף די אייגענע חורבן.
 
איך האב קיינמאל נישט געהאט נערווען צו דאווענען, מיין טאטע פלעגט אונז קיינמאל נישט צווינגען צו דאווענען חוץ ברכת התורה און קרי״ש, אפאר טעג צוריק קאלט מיין זוהן׳ס רבי אז מיין זוהן דאווענט נישט, איך האב געפרעגט מיין זוהן פארוואס ער דאווענט נישט האט ער געזאגט אז ער האט נישט קיין נערווען צו דאווענען 🤷‍♂️
איי געס ס׳איז אין די דזשינס.

סטראשענען וועגן א חלק אין כלל ישראל אדער גיהנום איז מיר קיינמאל נישט אנגעגאנגען, סתם אזוי האב איך כמעט נישט קיין גילטי פילינגס ווען ס׳קומט צו אידישקייט זאכן, איך ווייס נישט פארוואס.
 
שוין, סאיז שוין נאכאמאל דעי צייט פון יאר, דעי צייט וואס פון אינמיטן זומער פראבירט שוין מיין אניערליכע פראטעקטאר מיך צי ווארענען איבער די דרואינג וואס ווארט מיך אפ.

שוין ג'הערט היינט די עלטערע אידענעס זיך ווינטשן א גוט גבענטשט יאר אין אלע מיינע מעמאריס און טראומע איז געקומען צוריק צי פליען צום אויבערפלאך

מיין שלעכטע זכרונות פון די טעג טראגט מיך צוריק צי מיינע צענענרליג יארן ווען כהאב גהערט א שיעור פון איינע פון די משפיעים, די מעין מעסעדזש איז געווען אז א איד וואס לאזט נישט קיין טרערן ערגעץ ווי דורך אויס עי"ת איז זיין מקור נישט אין כלל ישראל😱

זייט דעמאלסט איז יעדע תשרי געווען די האף אז אפשר דעיס יאר העט שוין געלונגען צי לאזן עטליכע טרערן איך וועל שוין פיינעלי וויסן אז עכט איז מיין מקור יא פון כלל ישראל....

אבער שטייטזעך אז מיין 'פארשטיינערטע הארץ' האט קיין טרערן מיך נישט פארגינען, און ביי מיר אין קאפ איז די חשבן געווין פשוט, וויזוי ווילסטו וויינען ר"ה נאך א יאר פון אזעלכע גראבע עבירות
כ'שפיר אזוי שלעכט פאר דיר, גם אני בחלומי.
כ'פליג עס אויך היפש האבן אבער איי געס מיט די יארן וועפט עס אויס, ספעציעל אז מ'קען נעמען צוקער'לך און אריין אטעמען טיף.
ס'דרייט זיך א גוטן קליפ פון רבי יהודה מאנדעל פון לעיקוואד, כ'האב עס פרובירט אריינצושטעלן דא אבער ס'צו א גרויסע פייל, ס'לוינט זיך אויס צוהערן
 
שוין, סאיז שוין נאכאמאל דעי צייט פון יאר, דעי צייט וואס פון אינמיטן זומער פראבירט שוין מיין אניערליכע פראטעקטאר מיך צי ווארענען איבער די דרואינג וואס ווארט מיך אפ.

שוין ג'הערט היינט די עלטערע אידענעס זיך ווינטשן א גוט גבענטשט יאר אין אלע מיינע מעמאריס און טראומע איז געקומען צוריק צי פליען צום אויבערפלאך

מיין שלעכטע זכרונות פון די טעג טראגט מיך צוריק צי מיינע צענענרליג יארן ווען כהאב גהערט א שיעור פון איינע פון די משפיעים, די מעין מעסעדזש איז געווען אז א איד וואס לאזט נישט קיין טרערן ערגעץ ווי דורך אויס עי"ת איז זיין מקור נישט אין כלל ישראל😱

זייט דעמאלסט איז יעדע תשרי געווען די האף אז אפשר דעיס יאר העט שוין געלונגען צי לאזן עטליכע טרערן איך וועל שוין פיינעלי וויסן אז עכט איז מיין מקור יא פון כלל ישראל....

אבער שטייטזעך אז מיין 'פארשטיינערטע הארץ' האט קיין טרערן מיך נישט פארגינען, און ביי מיר אין קאפ איז די חשבן געווין פשוט, וויזוי ווילסטו וויינען ר"ה נאך א יאר פון אזעלכע גראבע עבירות
So relateable
פילט ווי איך ליין מיינע אייגענע ווערטער פון אפאר decades צוריק
 
איך פלעג אלס וויינען און איך וויין נאך היינט אויך, עס איז א טבע פון א מענטש. עס כאפט מיר פשוט אן די געוויין פון די נוסחאות און ניגונים וואס רירן אן די אינערליכע סטרונעס.
אויב האלסטו אז די איינציגסטע וועג צו תשובה טוהן איז צו וויינען, דאן lucky you נישט פאר יעדעם איז אזוי גרינג צו וויינען.

איך פערזענלעך האלט נישט אז דאס איז דווקא די וועג צו תשובה טוהן, חרטה על העבר וקבלה על העתיד איז גענוג.

די עיקר איז נישט צו זיין פון די נערווען ליידענדע צו האב איך יא געוויינט גענוג אדער נישט.
 
אויב האלסטו אז די איינציגסטע וועג צו תשובה טוהן איז צו וויינען, דאן lucky you נישט פאר יעדעם איז אזוי גרינג צו וויינען.
איך האלט בכלל נישט אזוי, איך פארצייל פשוט מיין עקספיריענס
 
Back
Top