מיינע ספיקות

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
443
רעאקציע ראטע
2,824
זאלעך לעבן מיטן מיינדסעט פון גם זו לטובה, זיך לאזן פירן, כ'דארף נישט גארניש? ס'איז סאך געשמאקער אזוי, אבער אין די ענדע צו באקומען עפעס דארף מען ארויסגיין, טוהן, פראבירן, מוטשע'נן, ביז מ'באקומט.
אויב מ'דארף גארנישט - עטרעקט מען גארנישט.

ועכ"ז, דיטעטשמענט איז דעם סוד פון נישט האבן קיין עגמת נפש.
אבער אפשר איז דאס די גרעסטע עטעטשמענט, צו מוזן לעבן אויף א וועג וואס מ'אנטלויפט אזוי שטארק פון עגמת נפש?! (מ'האט אזוי מורא פון דיסאפוינטמענט)

אין אנדערע ווערטער.
זאלעך לעבן מיטן בעליעף סיסטעם אז דער גוטער גאט וועט טוהן גוט'ס מיט מיר (לויט ווי אזוי איך פארשטיי וואס גוט מיינט), טראכט גוט וועט זיין גוט.
אדער באמת שלום מאכן מיט וואס קען געשעהן אז ס'איז לויטן פלאן, און כ'בין א חלק פונעם גרויסן פיקטשער, און איטס נאט אבאוט מי.
--

כ'ארבעט אויף א פראגמאטישע דרך הממוצע. פראבירן און וועלן אויף להבא
און עקסעפטן אויפן עבר
אבער וואס איז מיטן הווה? פראבירן צו טוישן וואס איך קען, און עקסעפטן וואס איך קען נישט.

יעצט גיי ווייס וואס איך קען און וואס נישט.
--

יעצט גיי ווייס אויב איינער פארשטייט וואס איך שרייב אדער יעדער וואס ליינט עס דרייעט מיט די אויגן... גיי איך דאס אויך עקסעפטן... דאס זענען מיינע לעצטיגע התבודדות מחשבות.
 
איך האב גראדע דאס יאר ערשט איינגעזעהן (עדמיטעדלי מיט די הילף פון א קאוטש) אויף ווי ווייט איך האב געהאט אן עטעטשמענט צו אן עקזיטענץ ווי איך פיל נישט קיין פיין. כ׳האב קיינמאל נישט פרובירט קיין געווירצן אדער שוועמלעך, אבער ווי באוואוסט זענען דא הונדערטער אנדערע אופנים וואס קען א מענטש פארטושן צו פארגעסן פון צער (צומאל איז גאר וויכטיג זיך צו פארטושן כדי צו קומען צו זיך און קענען אנגארטלען מיט פרישע כוחות צו דילן מיט וואס מ׳דארף) אבער אין מיין קעיס איז געווען אזא איינרעדעניש אין מיין קאפ כאילו ״איך בין שלעכט״ אויב כ׳האב צער (די חינוך האט מיר איינגעבאקן אז צער איז א שטראף פון הימל פאר מיינע זינד)

עניוועיס, איך האב נישט קיין ענטפער אויף דיין שאלה, אבער כ׳האב זייער ליב די שמועס און נאך אסך מער עפרישיעיט איך די ענדינג 😂 דיין הומאר איז דערפרישנד
 
לעבן מיטן בעליעף אז דער גוטער גאט וועט טון גוט'ס מיט דיר איז נאר גוט פאר זאכן וואס זענען נישט בידך.

בימי חז"ל האט מען טאקע געהאלטן אז הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים, היינט ווייסט מען אז די צינים ופחים זענען אפשר נאך די ווייניגסטע בידינו קעגן אלע אנדערע זאכן וואס זענען בידינו.

נאר וואס דען, זאכן וואס זענען תלוי אין טבע אדער אין אנדערע מענטשן אויף וועם דו האסט נישט קיין קאנטראל, קענסטו אריינלייגן אינעם גוטער גאט וואס וועט נאר מיט דיר טון ס'בעסטע שייך, אבער אויף א זאך וואס דו האסט דערויף א קאנטראל, זאלסטו בשום אופן נישט ניצן דעם 'פאזיטיוו' גוטער גאט עטיטוד ווייל דאס וועט דיך ברענגן לידי פשיעה.
 
די שפריכווארט גייט אז expectations are resentments in the making

די שאלה איז נאר צו ס'לוינט זיך צו לעבן אין א שקר און זיך אזוי פארקרומען דאס מוח ביז מ'רעדט זיך טאקע איין אז מ'וויל נישט גארנישט אלץ נאר צו פארמיידן אנטוישונגען.

דער בודדהא האט לכאורה אזוי געהאלטן, אבער תורתנו תורת אמת 😃
 
@שעפטאל דיין ארטיקל קוקט אויס פארדרייטער ווי פארדרייט, ווי א ראללער קאסטער וועלכער איז פארדרייט געווארן פונעם פארדרייטן וועג. אבער אין אמת'ן, אין די ענד ווי מ'זאגט, קען זיין איז סייווי אלעס פרי דיטערמענט אפילו דיין ארטיקל און אויך מיין ענטפער, און מיר זענען אלע דא אין איין גרויסע סימולאציע און סיי דו, @זית רענן @אנטוישטער יונגערמאן און סיי ווער ס'גייט דיר קאמענטירן דא איז אין איין גרויסע סימולאציע.
כ'בין אבער נייגעריג ווער האט הנאה פון די סימולאציע?
 
אגב. די שאלה פון ידיעה און בחירה איז נישט מיינע ספיקות. (כ'ווייס שוין לאנג די ענטפער אז כ'ווייס נישט.)
מיינע ספיקות זענען פשוט פראגמאטיש, מיט וועלכע גישה איז מיין לעבן גרינגער
 
די שאלה וועלעכע מיינדסעט זאל מען אריין לייגן און קאפ איז נישט ריכטיג ווייל סאיז נישטא קיין מעניו פון מיידסעטס און מעוועלט זיך אויס וואס מלייגט אריין אין קאפ

וואס פארלאנגט זיך איז צו מברר זיין על בריו וואס איז די פאקט

(העל איך מסביר זיין אויף שפיץ גאפל די מהלך פון דיטעשען)

די מציאות איז אז א מענטש וועט אריין קלערן ווער ער איז באמת וועט ער זעהן אז ער איז נאר א קאנטשעסניס אן אווערניס וואס איז קאנטשעס אלעס וואס גייט פאר מיט זיין גוף און מחשבות און הרגישים

א מענטש האט א קול וואס רעדט אינסייד איהם 24 שעה (איך גיי רעדן צו יענעם, איך וויל אזא קאר, מיין רעקל איז שיין, זאל איך גיין צו די חתונה צו נישט,....) אזוי רעדט עס א גאנצע טאג און די מענטש אליינס ער איז נאר די קאנטשעסניס וואס זעהט דעס צו ער איז נישט די קול

יעצט די מהות הקאנטשעסניס איז א אינפינעט געטליכע זאך (גאט אליינס איז אויך א קאנטשעסניס ולית מחשבה תפיסה ביה גאר א הויכע קאנטשעסניס ואכהמ"ל) די קאנטשעסניס איז קיינמאל נישט לעקינג סאיז נישטא אזא זאך אז עס פעלט איהם עפעס סאיז פרעזענט סאיז אייביג דא סאייביג געווען סאיז א חלק אלוה ממעל ממש

אלע דעסייערס פון א מענטש איז נאר זיין קול/גוף/איגו אינסייד איהם

יעצט ווען את מענטש פאקעסט ווער ער איז באמת און ער פילט ווער ער איז באמת און קוקט אן די וועלט פון אזא בליק ער איז דיטעטש

ווען א מענטש איז מתפלל הייליגע באשעפער איז ער מתפלל צו די באשעפער וואס איז אין איהם (ווייל גאט איז איינס...)

און ווען א מענטש דאנקט די אייבשטער אז אלעס איז גוט דאנקט ער ווייל באמת אין די מקום הקאנטשעסניס און ווער ער איז באמת איז טאקע גוט

א מענטש וואס לעבט אזוי קען עטרעקטען און מעניפעסטן אלעס און ער קען זיין אז ריעלעטי קריעטער
און די וועג ווי אזוי עס געשעהט איז נישט דורך א דעסייער צו עס (ווייל יענץ קומט פון די איגו) נאר סתם דורך א עטענטשען ווער ער איז.

יותר ממה שכתוב כאן.....

אנטשלדיגט פאר די גרעממער.
 
זאלעך לעבן מיטן מיינדסעט פון גם זו לטובה, זיך לאזן פירן, כ'דארף נישט גארניש? ס'איז סאך געשמאקער אזוי, אבער אין די ענדע צו באקומען עפעס דארף מען ארויסגיין, טוהן, פראבירן, מוטשע'נן, ביז מ'באקומט.
אויב מ'דארף גארנישט - עטרעקט מען גארנישט.

ועכ"ז, דיטעטשמענט איז דעם סוד פון נישט האבן קיין עגמת נפש.
אבער אפשר איז דאס די גרעסטע עטעטשמענט, צו מוזן לעבן אויף א וועג וואס מ'אנטלויפט אזוי שטארק פון עגמת נפש?! (מ'האט אזוי מורא פון דיסאפוינטמענט)

אין אנדערע ווערטער.
זאלעך לעבן מיטן בעליעף סיסטעם אז דער גוטער גאט וועט טוהן גוט'ס מיט מיר (לויט ווי אזוי איך פארשטיי וואס גוט מיינט), טראכט גוט וועט זיין גוט.
אדער באמת שלום מאכן מיט וואס קען געשעהן אז ס'איז לויטן פלאן, און כ'בין א חלק פונעם גרויסן פיקטשער, און איטס נאט אבאוט מי.
--

כ'ארבעט אויף א פראגמאטישע דרך הממוצע. פראבירן און וועלן אויף להבא
און עקסעפטן אויפן עבר
אבער וואס איז מיטן הווה? פראבירן צו טוישן וואס איך קען, און עקסעפטן וואס איך קען נישט.

יעצט גיי ווייס וואס איך קען און וואס נישט.
--

יעצט גיי ווייס אויב איינער פארשטייט וואס איך שרייב אדער יעדער וואס ליינט עס דרייעט מיט די אויגן... גיי איך דאס אויך עקסעפטן... דאס זענען מיינע לעצטיגע התבודדות מחשבות.
נישט חלילה צו מינימיזירן דיין פוינט, אבער כ'האב עס מיטגעהאלטן לייוו ווען א קרוב מיינער האט געהאט א קינד אויף וועם די דאקטוירים האבן גערעדט פון אויפגעבן ל"ע און ער האט זיך געראנגלט ווי א וואנזיניגער מיט די ספיקות. איך גלייב נישט אז איינער וואס גלייבט אין די דרייצן אני מאמינ'ס האט א עכטע קלעיר קאט ענטפער. ווייל אויב גלייבסטו עכט מחד גיסא מוזסטו גלייבן אז ער קען היילן די מערסט שטערבליך קראנקע ל"ע, אבער מאידך גיסא מוזסטו האבן די שטארקייט צו גלייבן אז אויב ח"ו נישט גייט אויך זיין גוט ווייל דער גוטער גאט האט עס דאך געטוהן.
 
איך זעה נישט די סתירה, ער גלייבט אז די אייבערשטער קען אויסהיילן אויב ער וויל און זעהט איין אז דאס איז די טובה, אבער וויאזוי ער טוט איז באמת גוט און אויב נישט איז דאס נישט געווען די אמת'ע טובה.

די פראבלעם איז וואס איז די פוינט פון תפילה בכלל אויב וואס די אייבערשטער טוט איז גוט? דארף מען גיין מיט די מהלכים אז תפילה איז נישט מיט די ציהל צו טוישן גאטס מיינונג נאר צו קאנעקטן מיט גאט אדער ענליכס
 
כ'סטראגל מיט דעי שאלה איבער תפילה שוין עטליכע יאר,

אלץ בחור פלעגט מיין דאווענען זיין גאר שטארק א ענין פון 'בעטן פאר א גוטע חברותא, פארשטיין די שיעור' וכו, א גוטע שמו"ע איז געווען ווען כהאב געפילט ווי כ'האב עכט געפּוילט אלעס גוטס,

נאכן דורכגיין גאר אסאך שווערעקייטן דורך די יארן האט שוין נישט געמאכט קיין סענס צו בעטן פאר א ישועה סאָ יעצט האב איך נישט קיין ג'העריגע ענין אין תפילה
 
לעצט רעדאגירט:

דערמאנסט מיר אן אינטרעסאנטע מעשה וואס כ׳געליינט וועגן די שואה, ווען איינער אין די לאגער האט גע׳חלומ׳ט ווי מ׳ווארנט אים ער זאל טון השתדלות זיך צו ראטעווען דאס לעבן. ווייל ס׳דא דריי קאטעגאריעס: אזעלכע וואס וועלן מוזן אומקומען, אזעלכע וואס וועלן געראטעוועט ווערן- און די דריטע קאטעגאריע איז מענטשן וואס ס׳ווענדט זיך אין זייער ביסל השתדלות, אויב זיי מאכן סיי וועלכע effort פון זייער זייט צו בלייבן לעבן, און זיי געבן נישט אויף, וועט זיך די רעדל דרייען אין יענע ריכטונג פאר זיי.
אזוי קוק איך אן תפילה. ס׳דא זאכן וואס מוז זיין אזוי- כ׳ווייס נישט פארוואס. אבער:
ס׳דא זאכן וואס מ׳קען דורך תפילה + השתדלות ארומדרייען אין די ריכטונג וואס דו וואונטשסט זיך (צדיק גוזר והקב״ה מקיים איז נישט נאר פאר רביס), מיר אלע האבן א כח צו משנה זיין אונזער מצב
און עס בעסער מאכן אפילו מיט א סיטואציע וואס פילט האפענונגסלאז (צ.ב.ש. אויב איינער האט חלילה א טערמינעל אילנעס) איז נאך אלס שייך עס צו מאכן גרינגער אין געוויסע אופנים. ס׳קיינמאל נישטא א מצב - וואס זאל נישט האבן א וועג -בעסער צו ווערן.
 
די געדאנק קוקט אויס גוט, אבער איז דען דא א מקור דערצו? אז איינעמס השתדלות קען מאכן סיי וועלכע טויש?
 
זיכער! דו אליינס ביסט דיין אייגענע מקור! און נישט סתם א מקור, פון עפעס א ספר'ל פון עטליכע הונדערט אדער טויזענט יארן צוריק נאר א מקור מים חיים ממש יעצט, א לעבעדיגע מקור ליטעראלי אן אורים ותומים,
געדענק דו ביסט און דו וועסט אייביג זיין.
ווען דו דאווענסט, דאווענסטו צו דיין אייגענע גאט וועלכע ליגט באהאלטן אין דיר. און דיין געטליכקייט איז וואס געבט דיר חיות און ענערגיע צו ערפילן כל משאלות לבך. ווער נישט דערשראקן פון זייטיגע גערודער, האב ביטחון אין דיין גאט אין דיין חלק אלוקי ממעל וועלכער איז דיך מהוה יעדע רגע.
 
I'll pass
 
אויב איך בין מיין אייגענע אורים ותומים, מיין אייגענע מקור, האב איך אנדערע זאכן צו אפמאכן אליין. דאס האט נישט געענטפערט מיין קשיא, און דו ווייסט דאס גאנץ גוט...
מה ענין תפילה והשתדלות אצל אפמאכן זאכן אליין?
דיין שאלה איז געווען איבער תפילה והשתדלות
אבער איז דען דא א מקור דערצו? אז איינעמס השתדלות קען מאכן סיי וועלכע טויש?
און דערפאר האב איך דיר געענטפערט אויף דיין שאלה, יעצט גיי צוריק נאכאמאל צו וואס דו האסט געפרעגט און וואס איך האב ג'אנטווארט. טעמו וראו כי טוב
 
מה ענין תפילה והשתדלות אצל אפמאכן זאכן אליין?
דיין שאלה איז געווען איבער תפילה והשתדלות

און דערפאר האב איך דיר געענטפערט אויף דיין שאלה, יעצט גיי צוריק נאכאמאל צו וואס דו האסט געפרעגט און וואס איך האב ג'אנטווארט. טעמו וראו כי טוב
כ'גיי איין מאל איבערפרעגן... איז דא א מקור (אויסער דו און איך אדער סיי וועלכער וואס איז געבוירן שפעטער ווי ת"ש) אז השתדלות קען טוישן במציאות עפעס?
 
איך האב א מקור פון כ״ט אלול ת״ש, זאל איך עס ברענגען אדער ווי באלד ס׳איז שוין כמעט תש״א איז עס מער נישט אינטערסאנט…???

אגב, אז די גייסט עס יעצט אראפשרייבן גייט עס האבן א אלטע מקור אכציג יאר ארום.
 
עס איז ניטאמאל קיוט. סארי.
 
Back
Top