מייקראדאוזן סייקעדעליקס

גרשון

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 7, 2024
מעסעדזשעס
14
רעאקציע ראטע
66
אין די וועלט פון פסיכאדעליקס איז דא די קאנצעפט פון "מייקראדאוזינג" וואס באדייט נעמען פיצינקע דאזעס, ארום את צענטל פון א קלאסישע סייקאדעליק סובסטאנס, געווענליך סילאסייבן אדער LSD און, איבער א לענגערן טערמין פארשפרעכט עס צו האבן ענליכע בענעפיטן ווי העראישע דאזעס אבער אן די האלוסינאציעס וואס קומט דערמיט.

אין 2011 איז ערשינען א בוך "The Psychedelic Explorer's Guide" פון פארשער און סייענטיסט דר. דשעימס פעדימאן וואו ער לייגט פאר א פראטאקאל צו נעמען א מיקראדאז פון סייקאדעליקס יעדע פערטע טאג. דאס טייטש א דאזע, דאן א דריי טאג פויזע וחוזר חלילה.

פאלגענד איז פעדימאן'ס וועבזייט:
microdosingpsychedelics.com

אנדערש ווי מיט קלאסישע דאזעס פון סייקאדעליקס זענען נישט פארהאן קיין סאך שטודיעס איבער די ווירקזאמקייט פון מייקראדאוזינג, די קאנצעפט איז באזירט הויפזעכטליך אויף טויזענטער אנעקדאטישע באריכטן פון פאקטישע באניצער.

אויב איז דא איינער מיט ערשטהאנטיגע ערפארונג מיט מייקראדאוזינג זאל ביטע אריינקומען מיט א באריכט.
 
אונז האבן דען אפיציעלע סטאדיס אויף ׳קלאסישע דאזעס׳? פיהל מענטשן האבן געהאט זייער רפואה דערמיט, פארלאזט מען זיך דערויף - די זעלבע איז מיט מייקראדאוזינג. ס׳נאך נישטא היינט קיין ׳פינקטליכע׳ גיידליינס אויף וועלכע סארט סייקעדעליק און וועלכע דאזע איז גוט אויף וואס.

כ׳קען איינער וואס מייקראדאוזט פאר הילינג אויף THC מיט גרויס סוקסעס. נישט אז איך רעקאמענד עס אָן וויסן וואס ווי ווען, כ׳זאג נאר אז ביי איינער ארבעט איין מהלך און ביי א צווייטן אן אנדערע..
 
אין די וועלט פון פסיכאדעליקס איז דא די קאנצעפט פון "מייקראדאוזינג" וואס באדייט נעמען פיצינקע דאזעס, ארום את צענטל פון א קלאסישע סייקאדעליק סובסטאנס, געווענליך סילאסייבן אדער LSD און, איבער א לענגערן טערמין פארשפרעכט עס צו האבן ענליכע בענעפיטן ווי העראישע דאזעס אבער אן די האלוסינאציעס וואס קומט דערמיט.

אין 2011 איז ערשינען א בוך "The Psychedelic Explorer's Guide" פון פארשער און סייענטיסט דר. דשעימס פעדימאן וואו ער לייגט פאר א פראטאקאל צו נעמען א מיקראדאז פון סייקאדעליקס יעדע פערטע טאג. דאס טייטש א דאזע, דאן א דריי טאג פויזע וחוזר חלילה.

פאלגענד איז פעדימאן'ס וועבזייט:
microdosingpsychedelics.com

אנדערש ווי מיט קלאסישע דאזעס פון סייקאדעליקס זענען נישט פארהאן קיין סאך שטודיעס איבער די ווירקזאמקייט פון מייקראדאוזינג, די קאנצעפט איז באזירט הויפזעכטליך אויף טויזענטער אנעקדאטישע באריכטן פון פאקטישע באניצער.

אויב איז דא איינער מיט ערשטהאנטיגע ערפארונג מיט מייקראדאוזינג זאל ביטע אריינקומען מיט א באריכט.
אן קיין סאך דיטעילס, האט מיקראדאסינג אסאך בענעפיטן, למשל מיקראדאזן שרומס קען העלפן פאר שלאפן

אבער די ניץ פון פול דאוז סיילאסיבן, אדער אנדערע סאבסטענס, ווערט נישט רעפלעיסד דורך מייקראדאוס. ס'איז נישט אדער אדער, ס'איז ווי א ראגעלע פאר'ן דאווענען קאמפערד צו א פעטע זונטאג'דיגע פרישטאג. מ'דארף ביידע, די בענעפיט פון געהעריגע פול דויז סייקאדעליקס קען נישט ווערן רעפלעיסד מיט מיקראדאוזן
The math ain't math'in , 1/10 gram is not 10 gram
 
Back
Top