וואס ביי אונז איז א טאג איז דאך היבש לענגער אויף שטערנס אין אנדערע גאלאקסיעס, שוין אפגערעדט אויף ליכטיגקייט אליינס און חומר וואס גייט כמעט אזוי שנעל ווי די שנעלקייט פון ליכטיגקייט וואס פון די פערספעקטיוו פון יענע שנעלקייט איז א טאג דאהי עטליכע חדשים דארט, אלזא וויאזוי איז דען שייך אפצוטייטשן די זיבן טעג פשוטן כמשמען? עס איז א דבר פשוט אז אויב די סיפור בריאת העולם איז א געטליכע סיפור מוז מען טייטשען די ששת ימי המעשה נישט ווי איר פשוט׳ע באדייט
לאו דווקא, עס איז ריכטיג אז די אפטייטש פון צייט האט אן אנדערע באדייט איבעראל און סיי וואספארא מצב, און אין ווי מען איז.
אבער די תורה איז זייער קלאר מפרש אז די 7 טאג וועלט'ס באשאף ווערט גערעדט פון דעם ערדיגע 7 טאג און נישט פון די גאלאקסיעס 7 טעג.
נאר אויב מיר וועלן לערנען אז ארץ מיט די כוככבים וואס זענען דירעקט קאנעקטעד מיט די ערדישע 24 שעה א טאג איז טאקע אונזערע 7 טאג און די איבעריגע איז געווען ווי די זיבען טעג אין יענע עולם. (וואס איז א-סך לענגער) נישט מסתבר.
ווי איז די 7 טעג איז רעלעוואנט, און ווי אזוי עס איז רעלעוואנט.
ד.מ. אזוי, אויף דער כדור הארץ דער ערד מיט די אימידיעט כוככבים מיינט 7 טעג 7 מאל 24 שעה. א שעה אויף דעם כדור הארץ מיינט איין מעלה א שעה. (וואס דאס איז טויזענט מייל) און דערפאר זענען אונזערע טעג 24 שעה און דאס האט זיך נישט געטוישט פון די ששת ימי בראשית און דאס איז די זיבען טעג פון וואס די תורה רעדט. ווייל ווען נישט וואלטן מיר דאך נישט באקומען שב''ק נאך 7 מאל 24 שעה.
אבער ווייטער, דער וועלט האט דאך א דעזיגנאציע פון לעבן 6 טויזענט יאר. טא דאס מיינט אז עטוואס מער ווי 200 יאר האלט פונקט ביי 6000 יאר ווי די גמ' זאגט אין מס' ע''ז דף ט עמוד א'. טא אויב אזוי, וואס וועט זיין בימות המשיח ווען די 6000 יאר וועט זיך ענדיגן ? דאס פרעגט שוין די סאדיגורער רבי ז''ל אין זיין ספר נא ישראל (א זוהן פונעם רוזשינער זצ''ל )
ברענגט ער זייער א שיינער משל עס צו פארשטיין. ובכן כאן.
א רינדיגער זייגער האט 12 נומערן וואס א יעדער נומער טוהט רעפרעזענטירן איין שעה.
אבער אויך טוהט א יעדעס נומבער פון 1-12 רעפרעזענטירן 5 מינוט. פון 12-1 איז אויך צווישען 01 און 05 און פון די 1'זער ביז די 2'ער איז פון 5 נאך ביז 10 נאך א.א.וו
און נאך א זאך, צווישען א יעדעס מספר דרייט זיך איין הענטעל ארום אלע מספרים פון איינס ביז צוועלעף איין מאל.
דאס מיינט די שעה ווייזער רוקט זיך מיט א יעדע 60 סקונדעס איין צוועלעפטעל מעלה פון די זייגער אבער די מינוט ווייזער רוקט זיך איין גאנצע מעלה א יעדע 60 סקונדעס אויפן זייגער. און ביידע לויפן אויף די זעלבע 12'עלעווער.
אזוי אויך איז די זייגער אין די עולמות העליונים.
אבער דא איז א טאג פון 24 מעלות אן קיין חכמות. רעדט די תורה פון ערדיגע וועלט מיינט עס 7 טאג 7 מאל 24 מעלות ווי די מינוטן פונעם זייגער.
לימות המשיח וועט דער 24 מעלות אונעם זייגער נאר זיין אנטקעגען כאילו איין מינוט א.א.וו אבער די תורה רעדט פון די זייגער מיט וואס מיר דילן היינט.
לימות המשיח וועט מען פארשטיין אז איין טאג באשטייט פון 7 מאל 25 מעלות דאס מיינט אז אין איין (לפי שעות) יאר וועט גאר זיין דאן איין טאג און שבת וועט טאקע זיין נאך 168 שעה וועסטו קענען לערנען אז די וועלט'ס באשאף איז געווען אזוי ווי דאן אבער כ''ז מיר לעבן מיט 24 מעלות א מעת לעת מיינט דאס אויך די 7 טאג פון 24 מעלות א טאג, נישט די לענגערע נאך 168 מעלות איז שבת ווייל אזוי איז געווען שבת אויף די וועלט ביי די וועלט'ס באשאף אויף אונזער ערדענע קוגל.
אויף אנדערע עולמות, קען זיין צוויי פאכיג. אדער ווען די וועלט וועט פארן שטייטער דאן וועט זיין שבת אזוי ווי אויף יענער מקום ווייל אויף יענער מקום האט זיך די טאג געריקט נאר אזוי פיהל קען אפשר אויך זיין אז יענער מקום איז געוועזן לענגער אין באשאף.
אין קורצן עס ווענד זיך אינעם פלאץ ווי מען געפונט זיך און די רעלעווענס צו דעם זייגער.
נאך מער צו מקרב זיין דעם ענין צום שכל מער, קען מען פארשטיין פונעם פסק הלכה וואס דער ישראלישער אסטראנאט האט באקומען אז אויב נעמט איהם ארום שוועבן דעם גאנצען כדור א שעה מיינט אז נאך 7 שעה (שעות פונעם ערד קיגעל) דארף ער האלטן שבת, און מאכן קידוש. ווייל און 3.4 שעה האט ער אריין גערוקט 25 מעלות.
איך האף אז עס גענוג קלאר מיין געדאנק דא