נעגאטיוו טיימס נעגאטיוו = פאזיטיוו

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
710
רעאקציע ראטע
2,835
נאכפאלגנדיג די קריאה קדושה חוצבת מלהבות אש פון @Reb Yid איבער די וויכטיגקייט פון עדוקאציע, האב איך אנגעהויבן לערנען די קיצור פון די פיר סאבדזשעקטס וואס @פאנדע האט דא צוגעצייכנט.

די ערשטע כלל וואס האט מיר ערשטוינט אין מעטה, איז נעגאטיוו טיימס נעגאטיוו עיקוואלס פאזיטיוו, דאס הייסט מיינעס 3 (-3) X מיינעס 3 (-3) = 9, און נישט מיינעס 9 (-9).

כ'האב אנגעפרעגט חכמי הדור פון AI ואין פותר לי באמת, אפשר קען איינער מסביר זיין פשוט לאגיש וויאזוי די חשבון ארבעט. פארוואס עפעס איז עס נישט -9?
ווען מ'מאכט -3 פלאס -3 איז עס פשוט -6. פארוואס ביי טיימס איז עס נישט אזוי.
 
שווער צו מסביר זיין אין שרייבן אין קורצן.

עיין היטב אין די קאנסעפט פון נעגאטיווע נומערן. איינמאל דו האסט ארויס נעגעטיווע נומערן און זייער באדייט, וועט דיין קשיא זיין זעלבסט פארשטענדליך.

עצה טובה, מאך אזא ליין אויפן פאפיר פון נעגאטיוו 10 ביז פלאס צען. און טוה עס אויסמאלן בחוש מיט יעדע עקסעמפל.

כזה:
1000321022.png
 
ווען דו מאכסט -3 מאל 3 באקומסטו טאקע -9, אבער ווען דו מאכסט סיי וואס א נעגאטיווע טיימס גייסטו בהחלט ענדיגן מיטן פארקערטע נומער פון וואו דו האסט אנגעהויבן, ווייל דו האסט נישט געמאכט קיין נארמאלע טיימס נאר א פארקערטע (-נעגאטיווע) מולטיפליקאציע...

ביי פלאס לייגסטו ס"ה צו עפעס צו, עס גייט זיך דאן ווענדן אין די נומער וואס דו לייגסט צו, אויב איז עס פאזיטיוו גייסטו ענדיגן מער פאזיטיוו און אויב איז עס נעגאטיוו גייסטו האבן אריינגעקראכן טיפער אינעם נעגאטיוון גרוב.
ביי מולטיפליקאציע אבער, איז די גאנצע אויסשטעל פון די עקוועישאן תלוי אין די סארט נומער וואס דו ברענגסט צום טיש, אויב ברענגסטו א נארמאלע (פאזיטיווע) נומער, גייסטו האבן א נארמאלע פונקציע אזויווי דו ערווארטסט (-3 * 3 = -9), משא"כ ווען די גאנצע עקוועישאן איז אינווערטעד מיט א נעגאטיווע טיימס דאן פארט דיין גאנצע חשבון צפונה - צו צפון...

איך האף עס מאכט יעצט סענס.
 
Khan academy איז פון די בעסטע לערער פאר די זאכן.
Khan Academy

פארשטייט זיך אז בעסער איז אויב דו מאכסט אן אקאונט און גייסט דורך על הסדר. Math ארבייט זייער שטארק מיט סטעפ ביי סטעפ. איין זאך בויעט אויפן צווייטן.

הצלחה און געדענק ס'איז פרעמד אבער נישט שווער.
 
איך זעה יעצט אז ביי דיוויזשאן איז אויך די זעלבע כלל.
 
ביי מאטעמאטיק פעלט זיך שטארק אויס די גירסא דינקוסא, און עס זעט זיך שטארק אן ביי אונז ווען אונז פראבירן זיך צו נעמען צו אלגעברא ביי די דרייסיג וכדו'.

רוב זאכן אין מאטעמאטיק זענען מושגים און כללים וואס דארפן נישט אזוי ווייט מאכן סענס (זיכער נישט אין אנהייב) נאר מ'דארף עס האבן מונח בקופסא כדי צו גיין פון איין שלב צום צווייטן, טאמער האט מען נישט די ארדער אוו אפערעישאנס געדעקט פאר מ'הייבט אן מיט פראקציעס אדער אויב האט מען נישט ארויס פאוער נומערן אין קאמאן מאלטיפעלס פאר מ'נעמט די נעקסטע טריט קען מען קייען גראז פון דארט און ווייטער.

בקיצור מ'דארף פרעקטיס און געדולד - זאכן וואס עדאלטס מאנגלען בדרך כלל...

אבער ווי שטייט שוין אין נביא, רצון ברעכט אויפן קאוטש...
 
לעצט רעדאגירט:
ווי ווייט איך פארשטיי גייט עס אזוי
אויב שנייד איך דריי עקספענסעס (-3)
וואס קאסט מיך דריי דאלאר אן עקספענס (3-)
פארדין איך ניין דאלער
@מי אני בין איך גערעכט?
 
ווי ווייט איך פארשטיי גייט עס אזוי
אויב שנייד איך דריי עקספענסעס (-3)
וואס קאסט מיך דריי דאלאר אן עקספענס (3-)
פארדין איך ניין דאלער
@מי אני בין איך גערעכט?
דריי עקפענסעס פון דריי דאלער איז נישט צוויי מאל א נעגאטיוו. דאס אז צום סוף פארדינסטו איז ווייל דו "שפארסט" וואס איז נישט קיין חלק פון די מולטיפליקאציע. אויב האסטו צוויי הונדערט דאלער פארן שניידן וועט די חשבון גיין ווי פאלגענד:
Example: 200-(3*-3)=209
די מיינוס פון אינדרויסן איז אלס די "שפארן" און די מיינוס פון אינעווייניג איז אלס די "עקספענס"

א גוטע משל וועט זיין דריי עקפענסעס וואס פון יעדע איינס פארדינסטו גאר דריי דאלער, מיטן שניידן די דריי עקפענסעס גייסטו גאר פארלירן 9 דאלער ווייל די עקספענסעס זענען נעגאטיוו עקספענסעס ד.מ. באמת אן אינקאם.
Example: 200-(-3*-3)=191
די מיינוס פון אינדרויסן איז אלס די "שפארן" און די מיינוס פון אינעווייניג איז איינס אלס די "עקספענס" און איינס אלס די "נעגאטיוו עקספענס"
 
לעצט רעדאגירט:
אז מען רעדו שוין פון חשבון.
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס מען קען מאלטעפלייען זירא אבער נישט דיוויידען?
 
Back
Top