אן אמת׳ע כל דכפין יתי ויכול!!

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
979
רעאקציע ראטע
4,420
מיין חבר האט ארויפגעשטעלט א שמועס לעצטנס אויף סטאטוס וועגן דעי ״געזאגאכץ״ בשעת מיר אלע זענען שטרענג פארזאגט געווארן אז ״מ׳מישט זיך נישט״… מ׳זאגט ליגנט פסח ביים סדר?

(איי ביים רבי׳ן מישט מען זיך פלוצלונג יא…)

היינט קומט צו גיין א טייערע איד, וואס אויף אים קען מען זאגן מי כעמך ישראל, און ער לאזט וויסן דעם עולם אז אמת׳דיג גערעדט איז יעדער welcome ביי אים פאר׳ן סדר
דא קענסטו זעהן און הערן:
Airmont.mp4
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 051F7498-4F19-4E82-9E81-CD4311D5470C.jpeg
    051F7498-4F19-4E82-9E81-CD4311D5470C.jpeg
    325.5 KB · געזען: 65
  • F17DE54B-EEFE-49AF-977E-7A58836044E9.jpeg
    F17DE54B-EEFE-49AF-977E-7A58836044E9.jpeg
    92.8 KB · געזען: 66
עיבּ איז א צדיק

מאכט אויך וועכענטליכע גראנדיעזע מלוה מלכה'ס ביז די פריע נאכט שטונדן.

ממנו ילמדו
 
דו ביזט נישט דער איינציגער וואס האלט אזוי
מ׳שמועסט אויך דערפון אויף סטאטוס:
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 28E22393-1B1E-4F7B-B267-C61FBFECDF53.jpeg
    28E22393-1B1E-4F7B-B267-C61FBFECDF53.jpeg
    514.6 KB · געזען: 59
דו ביזט נישט דער איינציגער וואס האלט אזוי
מ׳שמועסט אויך דערפון אויף סטאטוס:
עיב איז א צדיק מיט א ברייטע הארץ און איך האב שוין געהאט די זכות צו פארברענגען דארט.
אבער נישט יעדער מיט א לאנגע רעקל /שפיצל/ בארד און פיאות/ טייטס וכו' זענען אזוי שלעכט .
נישט אלעס איז שווארטץ אדער ווייס ....
 
עיב איז א צדיק מיט א ברייטע הארץ און איך האב שוין געהאט די זכות צו פארברענגען דארט.
אבער נישט יעדער מיט א לאנגע רעקל /שפיצל/ בארד און פיאות/ טייטס וכו' זענען אזוי שלעכט .
נישט אלעס איז שווארטץ אדער ווייס ....
איך גלייב אז רובא דרובא אידן זענען גוטהארציג און ווען דו זעהסט אז איינער איז נישט איז ער פשוט א קרבן פונ׳ם סיסטעם

איך האב ליב עס צו פארגלייכן צו די דיבוק מעשיות וואס מ׳האט מיר דערציילט אלס קינד. ווען דו זעהסט א טאטע שרייט אָן זיין קינד וועגן זמן קרי״ש אדער א מאמע שרייט וועגן א ברעקל חמץ וואס קען חלילה אריינפאלן אינ׳ם פסח געמאכטן שלאף-צומער ווייל דאס קינד האט פארגעסן זיך אפצושאקלען, דאס איז נישט די עלטערן׳ס שולד, מ׳האט עס פשוט טיף איינגעבאקן אין זיי און זיי ווייסן נישט בעסער: די קולטישע חינוך שרייט ארויס פון זיי, דאס איז נישט זיי אליין

דערמאנט מיר א גוט ווארט וועגן מחלוקת הלל ושמאי וואס כ׳האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן ר׳ הערשעלע ליסקער:

וואס איז געווען די חילוק צווישן הלל און שמאי? שמאי האט זייער מחמיר געווען, ער איז געווען אויסן אז יעדער איד זאל זיך אנשטרענגען צו דינען גאט אויפ׳ן העכסטן סטאנדארט וואס נאר שייך, אבער הלל האט געהאלטן אז מ׳דארף לאזן געמאכט מיט פּערפעקשעניזם- ענדערש וויל דער אייבישטער מ׳זאל מאכן געזעצן וואס זענען גרינגער פאר׳ן כלל זיך דערמיט צו האלטן - ער האט געוואלט ווי מער אידן ארייננעמען אינ׳ם קרייז און ממילא געמאכט לויזער די rules

און דערפאר טאקע האט כלל ישראל אנגענומען דעי מהלך אין אידישקייט: מיר פסק׳ענען רוב מאל לויט בית הלל

ווייל גאט איז נישט אינטערעסירט אין עקסעפשענעליזם און קאמפעטישנס ווער ס׳קען זיין פרומער, ענדערש אחדות: ווי מער אידן מ׳קען ארייננעמען און זיך פארבינדן מיט א mutual purpose און ענדשויען אידישקייט צוזאמען
 
Back
Top