"נאכטפאל" און מקומו של האדם בעולם

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
162
רעאקציע ראטע
849
דער באקאנטער סייענס-פיקשאן שרייבער דר. יצחק אסימאוו האט פארפאסט א קורצע סיי-פיי מעשה גערופן נאכטפאל. (ער האט עס דערנאך פארוואנדעלט אין צו א לענגערע גאנצע נאַוועל מיט ראַבּערט סילווערבערג.)


דאס פּלאנעט לאַגאַשׁ [קאַלגאַשׁ אינעם לענגערן נאַוועל] איז ארומגענומען מיט 6 שטערענס, אזוי אז עס איז אלס טאג און ליכטיג אויפ׳ן פּלאנעט. עס אָרבּיט ארום דעם אַלפאַ שטערן, בשעת די אנדערע זענען ווייטער, אבער גענוג נאנט אזוי אז עס איז קיינמאל נישטא קיין ״נאכט״ אויפ׳ן פּלאנעט. עס איז טאקע דא מקומות אויפ׳ן פּלאנעט ווי מערות וואו עס איז טונקל, אבער די קאנצעפּט פון ״נאכט״ (און שלאף) איז נישט פארהאן.

טערעמאן, א דזשורנעליסט, קומט אינטערוויוען אסטראנאמער וואס זאגן אז די פּלאנעט׳ס ציוויליזאצע גייט קומען צו אַן ענדע אין 4 שעה. ער און די באפעלקערונג גלייבט זיי נישט און טענה׳ט אז זייער קלעים איז מיוסד אויף עפעס א דוּמסדעי קאָלט וואס טענה׳ט, ווי זיי, אז גאנץ לאַגאַשׁ גייט דורכגיין א טונקעלע ״מערה״ און מיסטעריעזע ליכטיגקייטן גייען אפירקומען אינעם הימל. די ליכטיגקייטן וועלן אראפרעגענען פייער און צונעמען די נשמות און זינען פון די איינוואוינער פונעם פּלאנעט. די אסטראנאמער זענען דערפאר אויפגעקומען מיט׳ן המצאה פון פאלשע ליכטיגקייט (וועלכע איז נישט געווען פאר דעם זייענדיג אז עס איז נישט דייקא געווען וויכטיג פאר די לאַגאַשׁ ציוויליזאציע מקודם), און האבן געבויט א בונקער פאר זיי און זייערע פאמיליעס, אדורכצומאכן די קומענדיגע טראגעדיע. דארטן האבן זיי אריינגעלייגט עסן וכו׳ דאס אדורכצומאכן, ווי אויך די רעקארדס פון זייער ציוויליזאציע בכלל.

די אסטראנאמער דערציילן אים אז זייערע געאלאגן/ארכעאלאגן קאלעגעס האבן גראבענדיג אנדעקט מערערע שיכטן פון פריערדיגע טעכנאלאגישע ציוויליזאציעס און אַשׁ, אין א שטרעקע פון יעדע 2,050 יאר. זיי זאגן אים אז 400 יאר פריער איז מען אויפגעקומען אז די פּלאנעט אָרבּיט די אַלפאַ שטערן און נישט פארקערט, און 20 יאר פריער איז מען אויפגעקומען מיט די (ניוּטאָניען) טעאריע פון וויאזוי גראוויטי ארבעט. אבער די טעאריע האט געשאפן שוועריקייטן און האט נישט אינגאנצן געשטימט מיט די אבזערוואציעס וואס די אסטראנאמער האבן געזעהן. ביז זיי זענען געקומען אויף די המצאה אז עס איז דא נאך א בּאַדי/לבנה וואס דאס אפעקטירט דעם סיסטעם, וואס מ׳קען דאס אבער נישט זעהן איר שיין וואס עס רעפלעקטירט פון די זון/שטערנס, ווייל עס ווערט בטל אין די לעכטיקייט וואס איז אלס דא אויפ׳ן פּלאנעט. און איינמאל אין 2,049 יאר קומט אויס אז עס באדעקט די בּעטאַ שטערן, וואס פונקט דעמאלטס טוהן די אנדערע 5 שטערנס נישט באלייכטן דאס פּלאנעט. דעמאלטס וועט זיין גענצליך טונקל און ״נאכט״ אויפ׳ן פּלאנעט.

זייענדיג אז אירע איינוואוינער זענען אינגאנצן נישט געוואוינט דערצו, איז זייענדיג אין טונקעלקייט פאר מער ווי 15 מינוט, ברענגט זיי שטארקע פסיכאלאגישע קלאָסטראָפאָבּיע און פחד, ועכ״כ אז אויב זענען זיי אין טונקל פאר מער ווי 15 מינוט קענען זיי גענצליך אראפגיין פון זינען ועד כדי מיתה. ואשר על כן, וויבאלד די ליקוי חמה וועט דויערן א האלבע טאג, וועט דאס גורם זיין אז דאס געזעלשאפט זאל צאמפאלן. זיי ווילן יעצט נעמען רעקארדס דערפון בשעת עס פאסירט, אזוי אז דאס נעקסטע מאל דאס פאסירט זאל מען זיין גרייט דערפאר. דאס, קלערן די אסטראנאמער, האט גורם געווען די שיכטן פון אַשׁ ווי פריערדיגע ציווילזאציעס זענען צאמגעפאלן וואו זיי זענען אראפ פון זינען און האבן אָנגעצינדן ריזיגע פייערן פאר ליכטיגקייט. מ׳האט איבערגעגעבן דערפון בע״פ, דורך קינדער און שיכורים בשעת הליקוי חמה, און פון דעם זענען אויסגעוואקסען די סארט קאָלטס.

בשעת די אינטערוויוּ הייבט זיך טאקע אָן די ליקוי חמה, און ווי זיי האבן פארגעזאגט, הייבט די ציוויליזאציע אָן אריינצופאלן אין א געוואלדיגע כאאס. עס שטעלט זיך אבער ארויס אז די טינקעלקייט אליינס איז נישט די איינציגסטע פראבלעם. עד האידנא, זייענדיג אז עס איז אלס לעולם געווען טאג, זענען קיינע שטערענעס נישט געווען נראה. דערפאר האבן זיי אלס געקלערט אז די יוּניווערס איז נישט גרעסער ווי אפשר נאך א צוויי דריי סאָלער סיסטעם ארום זייערע שטערענס. יעצט אבער אז ס׳איז געווארן נאכט און זיי האבן געזעהן די מיליאנען שטערענעס און די שטאק פינסטער, האבן זיי פלוצלינג מיטאמאל איינגעזעהן ווי געוואלד גרויס דאס יוניווערס איז באמת. דאס האט זיי אזוי פלוצים שאקירט עד שיגעון.​

ע״כ הסיפור בקיצור.


דאס ברענגט ארויס די געדאנק פונעם פחד פון קומען צום פליצלונג׳דיגע הכרה איבער די void און vastness פון יותר ממה שהרשית להתבונן; עכ״פ וואס מ׳האט געמיינט. אסימאוו הייבט אָן די מעשה מיט אַן עפּיטעף פון רעלף וואָלדאָ עמערסאן וואס האט געזאגט אז ווען מ׳זאל ווען נאר קענען זעהן די מיליאנען שטערענס איינמאל אין טויזענט יאר וואלט מען געהאט א געוואלדיגע התפעלות פאר מעשה ה׳ (וכעין הפסוק בתהלים ח ד-ה); עס איז נאר אז מ׳איז שוין געוואוינט דערצו. אסימאוו דינגט זיך דערויף און ברענגט ארויס אין די סיפור אז דאס קאַנשׁעס מענטש וואלט אין אזא פאל אראפ פון זינען.

מ׳קען דאס ממחיש זיין מיט די געדאנק פון א רוֺיג פּלאנעט. דאס איז א פּלאנעט וואס, מחמת די ווייאלענט און כאאטישע וועג וויאזוי שטערן סיסטעמס מיט זייער בּאַדיס קומען צושטאנד, איז ״ארויסגעשטופט״ געווארן פונעם סיסטעם און וואנדערט אליינס אין ספּעיס. די פּלאנעט איז אויסערגעווענליך קאלט און איז ארומגענומען מיט א גאר דיקן פאפרוירענעם שיכט. אבער אונטער דעם קען עס האבן ווארעמקייט מחמת דזשיִאָטערמאלע פּראסעסן אין די קאָר פונעם פּלאנעט. דאס איז גענוג עכ״כ אז אסטראפיזיקער האלטן אז לעבן קען דארט עוואלווען אין די ימים (אויב עס האט) אונטער די אייזערנע שיכט. און דר. דוד סטיווענסאן קלערט אז עס איז יתכן אז לעבן איז מער מצוי אויף די סארט פּלאנעטן ווי אויף אנדערע ארום א שטערן.

יעצט, אויב עוואַלווד דארט אינטעליגענטע לעבן, זענען זיי ניטאמאל געהעריג משיג אז ס׳איז דא א משונה׳דיגע מער ברייטע יוּניווערס אינדרויסן פון די גאר דיקע שיכט פון אייז וואס נעמט ארום דאס פּלאנעט; דאס איז זייער גאנצע קאנסעפּשאן פון היקום בכלל. איז וואס גייט זיין טאמער קענען זיי דורכברעכן די שיכט פון אייז (ווי מצוייר דא) און (פיזיש נאך קענען לעבן און) די שאק פון מיטאמאל איינזעהן די גדלות היוּניווערס מול דאס וואס זיי האבן פריער געמיינט? (מ׳קען עס אביסל מדמה זיין צו די יסורי הנפש און שאק אויב א מאמין ווערט פאר זיך פלוצלינג און מיטאמאל איבערגעצייגט אין אטעאיזם.)

דא טוהן אסטראפיזיקער דורך די פיזיקס פונעם לאַגאַשׁ/קאַלגאַשׁ סיסטעם. עס דערמאנט פונעם דריי-בּאַדי פראבלעם.

בייגעלייגט איז די קורצע מעשה אין ענגליש (20 בלעטער).
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Nightfall - Isaac Asimov.pdf
    656 KB · געזען: 3
דא ברענגט דר. מעט אָ'דאַוּד ארויס ווי ליקוי המאורות האט געגעבן פאר די יוונים בימי בית שני די מעגליכקייט צו אָנהויבן דערגיין די ריכטיגע גרויסקייט פון די סאלאר סיסטעם. און ווי מער מ'זעהט די גרויסקייט און וועסטנעס פון די קאַסמאָס, אלס מער קומט אפיר דעם קאָפּערניקען און מידיאַקריטי פּרינציפּן איבער פחיתות האדם ושאין הוא התכלית. די וועג וויאזוי דאס דארף צוגיין אז דער מענטש זאל זיך פארלירן דערוועגן איז ווען דאס אלעס גייט צו לְאַט לְאַט צוביסלעך בהתפתחות מין האנושי ווי די מענטשהייט ווערט אלס קלוגער און מער פארגעשריטן. (ואפלו עם זה, קען מען דאך זעהן די התנגדות די בליק ברענגט.) איך האב געקלערט אז דאס קען זיין א רמז בהגמרא בסוכה כט. אודות ליקוי המאורות אז דאס קען זיין א שלעכטע סימן (לישראל) ע"ש. והיינו, ווייל דאדורך געבט דאס א מבוא צו רעכענען און אויסחשבונ'ען די וועסטנעס פון די קאַסמאָס, מער ווי וואס דאס מענטשהייט האט געקלערט מקודם בסתם. און דאס קען האבן א נעגאטיווע ווירקונג אויף וויאזוי דער מענטש באטראכט מקומו בהיצור.

דאס איז ביי מיר אביסל ארויסגעקומען בשעת'ן זעהן די לעצטע פילם אין די פּלאנעט פון די עיפּס פרענטשייס - די קעניגרייך פון די פּלאנעט פון די עיפּס. אין די פריערדיגע דריי פילמס (וואו מ'האט ריבּוּטעד און צוריק אָנגעהויבן פון פריש די פרענטשייס), פארציילט דאס ווי מ'האט פראדוצירט א וויירוס וועלכע מאכט אז מאַלפּעס באקומען אינטעלידזשענס ועד כדי שפראך, בשעת דאס האט א טויטליכע עפעקט אויף מענטשן. ולכן גייט צוביסלעך מענטשליכע ציווילאזציע אונטער, וואו די איבערגעבליבענע מענטשן שלאגן זיך מיט די עיפּס, און יעצט אז ס'זענען דא אויפ'ן פּלאנעט צוויי מיני ברואים מיט שכל, און די עיפּס זענען די רוב. די פערטע פילם איז סעט אפאר הונדערט יאר שפעטער, וואו מענטשליכע ציוויליזאציע איז שוין (כמעט כמעט) גענצליך אונטערגעגאנגען. די עיפּס זענען די דאַמינענט מין אויפ'ן פּלאנעט, אבער האבן למעשה נאכנישט קיין געהעריגע טעכנאלאגיע או כתב, און זענען (בערך) וואו דאס מענטשהייט איז געווען טויזענטער יארן צוריק (מיט אפאר חילוקים). אין א סצענע דערין צייגט דאס וואו די פּראטאגאניסט עיפּ (גערופן נאָאַ) קוקט דורך א פארלאזטע טעלעסקאָפּ. די סצענע ווייזט נישט וואס ער זעהט, אבער ברענגט ארויס אט די געדאנק אז ווען מ'האט די שכל צו פארשטיין וואס מ'זעהט, און מ'זעהט ווי ווייט און גרויס די יקום איז באמת לעומת די סענטריק בליק מ'האט געהאט דערויף ביז אהין, האט דאס אַן אפעקט אויפ'ן נפש.
Kingdom of the Planet of the Apes.jpg

(איך האב גראדע אויך הנאה געהאט אלס בחור פון טים בּורטאן'ס 2001 פילם אין די פרענטשייס, בעפאר די ריבּוּט אין 2011.)

‏‏דא רעדט דר. בּרייען גרין איבער די מאָלטיווערס און סטרינג טעאריע. ער איז דאס מדמה צו ווי יאָהאַנעס קעפּלער האט זיך געוואונדערט פארוואס די וועלט איז פונקט די ווייטקייט פונעם זון. כהיום ווייסן אונז אז ס׳דא מערערע פּלאנעטן מיט אנדערע ווייטקייטן פון זייער זון. די שאלה איז נאר אַן אנטראפּישע אז פארוואס טרעפן אונז זיך אויף א פּלאנעט מיט די ווייטקייט פונעם זון? און אויף דעם איז די תשובה ווייל נאר די ווייטקייט איז נישט צי הייס אדער צי קאלט צו דערלאזן לעבן.

ער ברענגט אויך ארויס אז מכח דעם אז די עקספּענשאן פון די יוּניווערס ווערט שנעלער און שנעלער, וועט אין די ווייטע צוקונפט די ליכטיגקייט פון די שטערענס נישט אָנקומען צום וועלט. און דעמאלטס וועלן אסטראנאמער נישט וויסן פון די גרויסקייט פון די יוּניווערס - זיי וועלן זעהן, אפילו מיט טעלעסקוֺיפּס, א שווארצע הימל. איז טאמער גלייבן זיי נישט די רעקארדס פון די אור-אלטע ציוויליזאציעס, וועלן זיי באמת מיינען אז זיי זענען תכלית היקום.
 
וואו! @מי אני דו לאזט מיך מיט אן אפענע מויל
מיטן הרגשה פון ואנחנו לא נדע - מ'ווייסט גארנישט
 
וואו! @מי אני דו לאזט מיך מיט אן אפענע מויל
זאגסט, די פסוק זאגט דאך (תהלים עא ח) ימלא פי תהלתיך כל היום תפארתיך. און דאס איז די רמז, "ימלא פי" [אַן אפענעם מויל וואס מ'קען ערפילן] תהילתך, ביי אזא געדאנק וואו עס איז "כל היום", עס איז נישטא קיין טונקל און נאכט [אזוי ווי אין אסימאוו'ס סיפור], וואס אט דאס ברענגט דעם עקזיסטענשאל שיגעון... :)
 
Back
Top