- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,775
נאסא !!!
נאסא NASA איז נישט קיין אייגענארטיגע ארגענאזאציע געווען אלע יארן פון איר הסיתדוס. זי איז געבוירן געווארן אין יאר 1914 פון אירע עלטערן נאקא NACA. עס איז נישט געבוירן געווארן וואס זיך אליינ'ס עס איז געווארן אינפערטילערירט. און ליינט און שטוינט ווי אזוי און פארוואס דאס איז צושטאנד געקומען
ביז אין יאר 1914 איז די פאראייניגטע שטאטן געווען די סימבאל פון א שטארקע לופט מיליטער (עיר פארס) מכלומרשט די שטערקסטע אויף דער וועלט די מערסט מאדארניזרטע און סיפיסטיקירטע פליגער מיט די בעסט טרענירטע פילאטן. אבער דאן האט זיך אונטער געריקט אינפארמאציע פון הונטערוויילעכץ אז אייראפא איז איבערגעשטיגן אמעריקא מיט זיי לופט פלאטע, די אמעריקאנער האבן זיך שוין נישט מיט וואס צו גרויסן אין זייער לופט כוחות. זיי זענען געווארן קליפת השום אנטקעגן וואס אייראפע האט זיך דערווארבן.
דער קאפיציטעיט דער אמעריקאנער רעגירונג האט מחליט געווען הכזונה יעשה את פלאטע'תינו, עס קען נישט אזוי אנגיין מיר מוזן צוריק באקומען דעם מאנאפאל אין די לופטן. קאנגרעס האט דאן זיך צוזאם געזעצט צו מטכת עצה זיין וואס צו טוהן און ווי אזוי צוריק באקומען די ראלע פון זיין די שענסטע שטערקסטע און די בעסטע. און אזוי האבן זיך די פני הקאנגרעס פון די לופט סעקציע כאיש אחד בלב אחד אריין געשטומט א נייע ארגאנאזאציע וואס זיי האבן גערופן מיטן נאמען נאקא NACA צו פארשירן און מאדענעזירן די כלים וכלים שונים וואס וועט פליען אין די לופטן און זיין די PRIDE פון די פאראייניגטע שטאטן. 40 יאר איז די ארגאנאזאציע אנגעגאנגען און בויען א מעכטיגע פלאטע פון באמבעדירער, און שפיאנאזש פליגער ועוד.
נאך דער צווייטער וועלטס קריג האט די נאקא ארגעניזאציע אנגעהויבן פארשן די מעגליכקייט פון ראקעט געפירטע פליגער'ס און ווי אויך סופרסאניק פליגער. מיט די פארשונגען האט זיך אנטוויקעלט די בעל X-1 אין די עיר פארס. בתוך די פארשונגען האט זיך אנגעהויבן פארשונגען פון פליגער אפציעס צו זיין פילאטלאוז צו פארשפארן די לעבנס פון די פילאטן וואס פירן די פליגער אין קאנפליקטישע זאנעס. בתוך שיח שרפי אז ראקעטן זענען געווען איינע פון די פארשונגען וואס וועלן העלפן פליגער פליען זייער שנעל און זייער הויעך קען מען זיי דאך אפשר ארויס פירן פון די ספערן מיט א ראקעט. נא אויב גייט מען ארויס פון די ספערן איז דאך פילאטלאוז זייער וויכטיג איז עס געווארן א פארשונג איינס געוואנדן אין די צווייטע.
דער ערשטער אמעריקאנער באליסטישער מיסיל ארויסשיס איז געקומען נאך וואס די רוסן האבן ארויף געשיקט א סעטעלייט צו די העכער ספערן מיט זייער ערשטער ראקעט דער ספוטניק 1 וואס האט אנידער געשלאגן די אמעריקאנער איגאו פון זיין די שטערקסטע בעסטע עיר דיפענס פון די וועלט און דער שווערער קאראפטירטער בער וואס איז אין א שטאנד פון די אונקומענדע קאלטע קריג האט אויס געכאפט דעם אמעריקאנער בעל גאוה די איגאו האט דאס בשו"א ערלויבט צו פארשווייגן און די עקספלארער 1 איז דאן באשאפן געווארן. און די ספעיס רעיס איז אריין אין שוואונג.
נאקא האט שוין געארבעט פון בעפאר אויף די סארט ראקעטן מיט סעטאלייטס צו ווערן ארויף געשיקט אין די הויעכע ספערן כדי מיט דעם צו קענען מיט האלטן וואס טוהט זיך איבער אלע עקן פון די וועלט. אבער דער בער האט איהם אויסגעכאפט און איז ארויף מיט זיין סעטאלייט פאר דער אמעריקאנער, און איצטערט האט דער רוס דער מאנאפאל אין די הימלען און קען זעהן און הערן סיי ווי אין דער וועלט ער וויל און קיינער קען דאס נישט אםי' אפשטעלן. היל"ת.
דער נעוועל ריסערטש לאבראטאריס זענען אריין אין א דרוק צו צו-יאגן דעם פראדזשעקט ווען גאורד VANGUARD און האבן די אויגען און אויערען אין די הייעך וואס שנעלער מעגליך. און אזוי טאקע אין פעבער איינס 1958 איז דער עקספלארער 1 ארויף געשאסן מיט גרויס סוקסעס.
דאן האט דער אייזענהאוער אדמיניסטראציע באשלאסן צו צעטיילן די אפאראציע אין צווייען, פליגער און לופט מלחמה געצייג זאל זיין פאר די מיליטערישע איינריכטונגען און זאל ווערן געפארשט און אויסגעארבעט דורך דעם דעפענס דיפארטמענט ביי די מיליטער. און די ספעיס פראגראם זאל עפענען א נייע מחלקה וואס וועט זיך אפגעבען מיט דעם ספעיס פראגראם וואס איז מער פאר די צוויליזאציע ווי פאר מיליטערישען געברויךאפריל 29 1958 איז געבוירן געווארן בש"ט מזל טוב נאסא!! און די אקטיוויטעטן האבן זיך אין יענעם יאר אקטאבער אנגעהויבן פיבערהאפטיג.
נאקא האט איבער געגעבן פאר די נייע געבוירענער נאסא 8 טויזענט פון אירע ארבעטער און 3 הויפט פארשונג לאבריטארי צענטער'ס ווי די אפעראציעס האבן זיך אנגעהויבן דרייען. פראדזשעקט ווען גוארד איז געווארן א נאסא פראדזשעקט (אפי' עס איז א מיליטערישע פראיעקט, אבער עס וועט שטארק העלפן פאר פארשידענע ערפונדונגען פאר די ציווילער וועלט האט מען עס געשטעלט אין א היינו הך סיטואציע)