כוואליעס ארטיקל נביא לבב חכמה

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

וואלווי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
640
רעאקציע ראטע
2,512
זִ֥בְחֵ֣י אֱלֹהִים֮ ר֤וּחַ נִשְׁבָּ֫רָ֥ה לֵב־נִשְׁבָּ֥ר וְנִדְכֶּ֑ה אֱ֝לֹהִ֗ים לֹ֣א תִבְזֶֽה׃


מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'איז צובראכן.
א צובראכן הארץ איז א ריינע הארץ.

מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'שפירט עלנד.
אן עלנד הארץ איז א בענקעדיג הארץ.

מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'זוכט אנדערקענונג.
א זיכעדיג הארץ איז א ליעבליך הארץ.

מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'טוט גליסטען.
א גליסטיג הארץ איז א ווארעם הארץ.

מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'איז שטורעמיש.
א שטורעמיש הארץ איז א געפיליש הארץ.

מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען זיך ערלויבן צו וויינען.
א וויינענדיג הארץ איז א ווייעך הארץ.

מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'איז אומרוהיג.
אן אומרוהיגער הארץ איז א לעבעדיג הארץ.

מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אפילו דאס אז מ'שעמט זיך.
א שעמעדיג הארץ איז אן איידעלע הארץ.


וְנָתַתִּ֤י לָכֶם֙ לֵ֣ב חָדָ֔שׁ וְר֥וּחַ חֲדָשָׁ֖ה אֶתֵּ֣ן בְּקִרְבְּכֶ֑ם וַהֲסִ֨רֹתִ֜י אֶת־לֵ֤ב הָאֶ֙בֶן֙ מִבְּשַׂרְכֶ֔ם וְנָתַתִּ֥י לָכֶ֖ם לֵ֥ב בָּשָֽׂר׃
 
לעצט רעדאגירט:
@אלפא האט געשריבן:
אן הערליכע פאעם וויאזוי 'מ'דארף זיך נישט שעמען' מיט די אייגענע הארץ - זיכער נישט ווען עס איז ריין, בענקעדיג, ליבליך, ווארעם, געפיליש, ווייך, לעבעדיג, און איידל..

ווער זאגט אבער אז איינער שעמט זיך?? :love:
שעמען איז א דערהויבענע עקספעריענס. מ'זוכט זיך נישט צו שעמען און מ'קלויבט זיך נישט קיין בושות. אבער א יעדער האט dark secrets, אמאל ביי זיך אין הארץ, און אמאל ווערט עס אנטפלעקט ברבים. ס'איז א דערהויבענע געפילישע טריפ, און פון א טריפ לויפט מען נישט, אפי' ווען מ'דרייעט זיך די קאפ די אנדערע וועג.

אז מ'איז אין א מצב פון בושה נעמט מען דאס אריין און מ'באטראכט עס, אהה אזוי פילט בושה, די ווייטאג שטעכט, דאס איז די עקספיריענס פון בושה, איך הער, כזה ראה וקדש, איך גיי יעצט דורך בושה, איך שעם מיך, ס'נישט אויס צו האלטן, בושה איז די גרעסטע פעין, איך גיי דאס יעצט דורך, מיין הויט ברענט..

פיל עס, באטאפ עס, באטראכט עס.

מיר אלע האָבן בושה, מיר אלע זענען זוכה צו בזיונות. נעם די בושה טריפ און שפאציר מיט דעם.יעצט שעמט מען זיך חאטש נישט אז מ'האט בושה, "מ'בלייבט" נישט פארשעמט, מ'בלייבט זיך.

אויך מיר א טריפ...
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top