A Reflection
Religion is a metaphor, and survival is the נמשל.
Some take religion literal and sacrifice themselves for it,
Some take it literal and sacrifice others for it,
And most don't take it literal but playfully,
and become the sword with which the others are sacrificed with.
רעליגיע איז ווי א ווירטועלע רעאליטעט.
מ׳לעבט אין א וועלט פון כאַראַקטערס און מעשיות,
פון אברהם, יצחק און יעקב, משה רבינו נביאים... עקידת יצחק, יציאת מצרים, די מבול, גלות, און אזוי ווײטער.
די געשיכטעס פון די אבות און נביאים פילן זיך אזוי לעבעדיק, אז מ׳קען זיי כמעט אנרירן. מ׳ווערט ארײנגעצויגן אין אן אנדער וועלט, א וועלט פול מיט געשענישן און סודות.
איין גרינעם טאג, ווען דער הימל איז קלאר און די זון שײנט העל, שטייט מען אין מיטן און גרייט זיך לכאורה אויף א געריכט־פאל, ער איז איבערגענומען מיט די געדאנק, אז היינט גייט מען באשטעטיגן זיין גורל. מ׳שרײט און מ׳בעט, אבער מ׳פרוווט זיך האלטן פריילעך, ווײל מ׳איז זיכער אז מ׳וועט געווינען די פאל. אבער נאכאלס ציטערט מען אפשר וועט עס נישט אויסגיין? אין מיטן כאפּט אים עפעס אזא אומגעווארטענע ציטער, און ער איז זיכער אז יעצט איז די צייט וואס מ׳משפּט אים.
ער הייבט אן שטארק צו בעטן בײם ריכטער, אין זכות פון דעם אדער יענעם, אדער אפילו אין זכות פון דער עקידה. ער געבט הבטחות, אז ער וועט מער דאָס נישט טאן, ער וועט זיך בעסערן, און זאגט צו צדקות. א מינוט שפּעטער רוקט ער זיך אראפּ. שוין, לכל־הפחות איז ער דורכגעגאנגען דעם משפּט. אבער פּלוצלינג כאפּט אים א צווייטע געדאנק: אפשר איז דאס אלעס געווען בלויז א דמיון? אפשר איז ער נאך אלץ נישט געראכטן? דער אומרוהיג בלײבט אין זײן הארצן.
און אין דערווייל, דרויסנדיק, גייט די וועלט אן פונקט ווי נארמאל. מענטשן גייען זייער וועג, די זון שײנט, די פויגלען פײפן. נאר אין זײן וועלט טוט זיך אפ אן איבערדרייעניש, מיט מלאכים און א געריכט־זאל אויף זײנע עבירות, מיט אדוואקאטן—קטגורים און סניגורים—זכויות און חובות.
די רב נאכדעם געבט א דרשה אז די גאנצע אריכות הגלות איז צוליב די לאנגע שייטליך, הייבט ער אן מיט self guilt, אז ער איז שולדיג אין אלס, הייבט אן טראכטן ווען נישט עם וואלט מען געשחטן יעצט קרבנות אינעם בית המקדש, און איז זיכער מ׳איז עם דן לחיוב, אבער דאך מ׳דארף גלייבן אז מ׳קומט ארויס זכאי, שוין, אבער ביז אפאר טעג האט ער נאך צייט צו זיך איינבעטן,
קומט אפאר טעג מ׳נעמט א הינדל מ׳נעמט אלע crimes און מ׳לייגט עס ארויף אויף דעם אומשולדיגער, שוין ער וועט באשולדיגט ווערן אנשטאט מיך, מ׳גייט אין מקוה אולי יחוס, מ׳בעט יעדעם איבער, מוחל מוחל... , מ׳טוט זיך אן מיט א ווייסן קיטל שוין מ׳גייט זיך שוין איינבעטן און ווערן אינגאנצן ריין, ער פילט אין די לופט אז ס׳הערשט עפעס אזא העכערקייט, וואס ער קען עס פילן ארום און ארום, ער גייט און שול ער פילט זיך אין א צווייטע וועלט,
ס׳קומט מנחה ער ווערט שוין שוואך, ער קען שוין נישט מער, וואס זאל ער טון.
אבער ביי נעילה כאפט עם א ציטער יעצט איז מיין last chance, ער ווערט פריש שרייט הויך מיט אלע כוחות, ה׳ הוא אלוקים, ברוך שם... .
נאך נעילה אטעמט ער זיך אפ.... שוין.. געענדיגט.., און טאנצט זיך אויס שוין ברוך ה׳ דעס אלעס איז שוין אריבער מ׳האלט שוין אויפן צווייטע זייט, מאי דהוה הוה מ׳קען נאר האפן אז ער איז זיכער ארויס ריין...
ער גייט ארויס happy יעצט קען ער זיך פילן הייליג, ביז נעקסטע יאר ווען ס׳וועט זיך נאכאמאל איבערשפילן.