נורסינג האומס פאר עלטערן, יא אדער ניין?

אייגענארטיג

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 19, 2024
מעסעדזשעס
43
רעאקציע ראטע
96
איך וואלט געוואלט עפענען א פארווייטאגטע נושא און הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן דערוועגן.

די נושא וועגן לייגן עלטערן אין א נורסינג האום האט שוין ליידער צובראכן אזויפיל אידישע משפחות. געוויסע האלטן אז ס'איז אינו לפי כבודם פון עלטערן וואס האבן זיך אלע יארן געפלאגט פאר מיר זיי יעצט אריינצולייגן און א נורסינג האום ווייל עס איז שווער.

די זעלבע צייט איז דא וואס זאגן אז אזוי ווי מען פארשטייט אז ווען די עלטערן פילן נישט גוט דארף מען זיי פירן אין שפיטאל, דארף מען אויך פארשטיין אז ווען איינער ווערט עלטער און עס ווערט שווער, דארף מען זיי לייגן אין א נוירסינג האום.

ס'זענען דא צדדים לכאן ולכאן.
איך וויל הערן וואס אנדערע דא האלטן.
 
אבער נישט סתם איז די נושא אנגעווייטאגט! אבער אני כשלעצמי בין מעיד אז יא, עס איז אומדערטרעגליך שווער ווען עלטערן דארפן ל"ע אנקומען צו די קינדער. די קינדער האבן זייערע אייגענע דאגות און פרעשורס. און מען דארף זארגן, און אינטערטעינען עלטערן וואס קענען זיך נישט אליינס אן עצה געבן.

אבער קוק זיך גוט אום וועלכע פון די קינדער זענען וואס שרייען אז מען טאר דאס נישט טוהן, דאס זענען די קינדער וואס זענען נישט נושא בעול אין די זארגן און זיך פארענען מיט די עלטערן. און געווענליך זענען עס די קינדער וואס וואוינען אין די מרחקים וואס ווייסן ניטאמאל וואס די לאקאלע געשוויסטער מוטשענען זיך צוזאם.

עס איז קאמפליקעטעד, אבער קען זיין אז אין די ריכטיגע אינווייראמענט (גוטע הואזינג טייפ נורסינג האום) איז א מאסט, און אפי' א ישועה פאר די עלטערן. זיי לעבן אויף, זיי האבן קאמפאני א גאנצן טאג. ווען די ברידער קומען זענען זיי גליקליך און צופרידן. אבער אין א נורסינג האום וואס איז פארלאזט און שטינקט מיט נאר שלעכטע שווארצע נוירסעס איז עס טאקע ביטער ווי גאל, און עס איז א שווערע שאלה.
 
...

מיר קוקן זיך אום שוין א לענגערע צייט פאר א האום וואס זאל פאסיג זיין צו האלטן מיין שווער/טאטע און אים שעצן ביז זיין לעצטען אטעם

@הק' לייביש שרייבער שפתים ישק וואס די האסטע דא ארויסגעברענגט. עס האט מיר געשעמט אז איך און מיין פרוי ווילן טון אזא אומווערדיקייט ווי אריינלייגן איר טאטע זאל אויסלעבען די לעצטע יארן פון זיין לעבען און א נורסינג האום.

אבער מא אומר ומא אדבר, מיינע קינדערלעך דארפן אויכעט א מאמע?!?!

מיינע שוואגערס און שוועגערינס, וואס זענען שטארק מקפיד צו קומען צו של”ס פארברענגען מיט די טאטע (געווענליך דארפן זיי היימלויפן ממש 5 מינוט צום זמן מוצ”ש כדי צו קענען קעיר נעמען ביי זיך און אוועקפאקן דעם שבת, און אויב מיין ווייב ווי אז די עידס זאלן נישט אנטלויפן וועט זי זיי נאכפאקן און אויפקלינען די הויז אז עס זאל זיין גרייט לשבת הבא (למען האמת עס מאכט זיך אמאל וואס איינער פון די שוועסטערס וועט איר זאגן "איך שויען דיך לאממיך דיר צילייגן א האנט)) און משבת לשבת רופט מען אמאל מיין פרוי נא?, טאטי איז אונדעארדענונג?!? נאכאמזל די טוסט אזא מוראדיגע ארבעט, ווען נישט ווייס איך נישט צו טאטי וואלט נאך געווען בין החיים.

אינז האבן זעך אייביג מחזק געווען און געוויצלט אז למעשה אונזערע קינדערלעך זעין דאס אלעס צו, עטליעסט וועלן זיי אינז נישט לייגן און א נורסינג האום

אבער איך קום צירוק צום נושא: "מא אומר ומא אדבר, מיינע קינדערלעך דארפן אויכעט א מאמע?!?!"

למעשה האבן מיר זיך אנגעהויבן אומצוקוקען און דערווייל האבן מיר נישט געפונען קיין פאסיג מקום וואס זאל קענען דינען מיין שווערס וואונארט.

אינז האב מיר דירעקט נישט געזאגט פאר אים גארנישט ווילאנג אינז ווייס מער נישט אויב מיר גייען זיכער טון און ווי מיר גייען אים שטעלען.

איינמאל ווען אינז זעמער אראפגעפארן באזוכן א פלאץ האט פינקט א שוועסטער אריינגעקאלט מיין פרוי האט זי איר געפרעגט ווי זי איז.

א טאג צוויי שפעטער זעט מיין ווייב אז די פאטער בלאזט, זי האט געטראכט אז ער איז נישט און די מאד היינט און אזוי גייט די תקיעות אן. מען וואשט אים און ער רעדט נישט מען טראגט אים שפאצירן און ער רעדט נישט מסארווט אים און.... יא איר ווייסט.... ער רעדט נישט.....
נאך א וויילע פרעגט זי אים טאטי וואס טוט זיך? ער ענטפערט נישט.... זאגט זי טאטי איך פיל אז איך האב דיר מצער געווען אבער איך קען נישט כאפן וואס פונקט, זאג מיר וועל איך וויסן מער נישט צו טון....

זאגט מיין שווער: "ווילאנג נאך וועסטו דארפן אויסהאלטן פון מיר?"
זאגט מיין ווייב: טאטי ביז משיח'ס טאג וועל איך דיר העלפן
זאגט מיין שווער: ווען קומט משיח ?
זאגט מיין ווייב: אינז האף מיר ווי שנעלער
זאגט מיין שווער: אבער אויף ווען האסטו אים באשטעלט
זאגט מיין ווייב: (נאכאלץ נישט כאפענדיג ווי ער צילט) אחכה לו בכל יום שיבא
זאגט מיין שווער: אבער אויף ווען האסטו אים באשטעלט?
זאגט מיין ווייב: טאטי איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיר ציזאגן
זאגט מיין שווער: די ווייסט גאר פיין, דו ווילסט מיר שוין באגראבן מילא לייגסטו מיר אריין און א האום אזוי זאל איך שנעל שטארבן
זאגט מיין ווייב: (כאפענדיג וואס עס איז געשען) טאטי די ווייסט אז זייט קאוויד בין איך דא יעדען איינציגען טאג און עס איז מיר א כבוד דיר צו העלפן, איך אפרישיעט אז די לאזט מיר דיך העלפן. אבער אסאך מאל איז עס אויך נישט גרינג, און איך און מיין מאן זעמער אויפגעקומען מיט א פלאן אז ווען עס איז זייער שווער גיימיר ארום זיך אומקוקן אויף דעי פלעצער און מזעי מיר נאכאמאל אז עס איז נישט פאר דיין כבוד און דעס גיט אונז אסאך חיזוק אנצוגיין.
זאגט מיין שווער: ..............בכיות........................ איך ווייס נישט וויזוי איך האב אפילו געגלייבט אז די ווילסט מיר אריינלייגן און א האום, אסתי האט נעבעך געמיינט אז זי טוט גוט אבער נישט נאר וואס זי האט מיר וויי געטון, זי האט אויך געמאכט אז איך זאל דיר חושד זיין.
"עד כאן השמועס אפגעשריבן ווארט פאר ווארט פון די קעמערע"

פארשטייט זיך אז די פלאן איז דערווייל אראפ פון טיש,

די שמועס און די משפחה איז געווארן מוראדיג האסטייל דערווייל, יעדער האט א דעה אבער קיינער הערט מיטאמאל אויס דעם אנדערען.

איך זיך צו אויסשמועסען דעם נושא אויף אזא פויבליק פארום אזוי זאל איך עטליעסט קענען פארשטיין
 
דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט!
און ס'נישט נאר איבער לייגן אין א האום אדער נישט, זיי טיילן דיעות פאר די וואס רייסן זיך איבער אנע רחמנות!

איך זעה עס ביי מיין מאמע, זי געבט זיך איבער מיט מיין באבע אן א שיעור, און דוקא די געשוויסטער וואס לאזן קאקן יעדעם ווען מ'דארף הילף, זיי טיילן איין וואס פאסט יא צו טוהן און וואס נישט!
שא"ט ד"ע פלי"פ!
וויפיל מאל קען מיין מאמע זאגן "איך האב שוין נישט קיין כוח, זאלן אנדערע העלפן"
 
איך פארשטיי דיין מאמע גאר פיין, אזוי אויך מיין ווייב.

דאס איז אבער שוין א פיל גרעסערע טאפיק ווייל דאס גייט אריין און די גאנצע איידיע פון קעיר. געוויסע האבן עס נישט גורס געווען
 
איך פארשטיי נישט, איינער וואס באפארעט זיך נישט מיט די עלטערען האט נישט וואס אריינצירעדען, אנלעסס זיי זענען גרייט אריינצינעמען די עלטערען אין שטיב.
 
פארשטענדליך אז איך עגרי מיט דיר, אבער צווישן 7 געשוויסטער קוקט אויס ווי נאר איך עגרי מיט דיר, די איבעריגע 6 זענען ביי די מיינונג אז עס קומט דיר א גרויסע שכוח פאר וואס די טוסט אבער פאר די טראכסט פון עפעס מאך זיכער מיט מיר...
 
ליידער
 
ציוק צום שנירל שאלה,
וואס זענען די צדדים וואס מיינע ידידים דא זעעין ?
 
...

מיר קוקן זיך אום שוין א לענגערע צייט פאר א האום וואס זאל פאסיג זיין צו האלטן מיין שווער/טאטע און אים שעצן ביז זיין לעצטען אטעם

@הק' לייביש שרייבער שפתים ישק וואס די האסטע דא ארויסגעברענגט. עס האט מיר געשעמט אז איך און מיין פרוי ווילן טון אזא אומווערדיקייט ווי אריינלייגן איר טאטע זאל אויסלעבען די לעצטע יארן פון זיין לעבען און א נורסינג האום.

אבער מא אומר ומא אדבר, מיינע קינדערלעך דארפן אויכעט א מאמע?!?!

מיינע שוואגערס און שוועגערינס, וואס זענען שטארק מקפיד צו קומען צו של”ס פארברענגען מיט די טאטע (געווענליך דארפן זיי היימלויפן ממש 5 מינוט צום זמן מוצ”ש כדי צו קענען קעיר נעמען ביי זיך און אוועקפאקן דעם שבת, און אויב מיין ווייב ווי אז די עידס זאלן נישט אנטלויפן וועט זי זיי נאכפאקן און אויפקלינען די הויז אז עס זאל זיין גרייט לשבת הבא (למען האמת עס מאכט זיך אמאל וואס איינער פון די שוועסטערס וועט איר זאגן "איך שויען דיך לאממיך דיר צילייגן א האנט)) און משבת לשבת רופט מען אמאל מיין פרוי נא?, טאטי איז אונדעארדענונג?!? נאכאמזל די טוסט אזא מוראדיגע ארבעט, ווען נישט ווייס איך נישט צו טאטי וואלט נאך געווען בין החיים.

אינז האבן זעך אייביג מחזק געווען און געוויצלט אז למעשה אונזערע קינדערלעך זעין דאס אלעס צו, עטליעסט וועלן זיי אינז נישט לייגן און א נורסינג האום

אבער איך קום צירוק צום נושא: "מא אומר ומא אדבר, מיינע קינדערלעך דארפן אויכעט א מאמע?!?!"

למעשה האבן מיר זיך אנגעהויבן אומצוקוקען און דערווייל האבן מיר נישט געפונען קיין פאסיג מקום וואס זאל קענען דינען מיין שווערס וואונארט.

אינז האב מיר דירעקט נישט געזאגט פאר אים גארנישט ווילאנג אינז ווייס מער נישט אויב מיר גייען זיכער טון און ווי מיר גייען אים שטעלען.

איינמאל ווען אינז זעמער אראפגעפארן באזוכן א פלאץ האט פינקט א שוועסטער אריינגעקאלט מיין פרוי האט זי איר געפרעגט ווי זי איז.

א טאג צוויי שפעטער זעט מיין ווייב אז די פאטער בלאזט, זי האט געטראכט אז ער איז נישט און די מאד היינט און אזוי גייט די תקיעות אן. מען וואשט אים און ער רעדט נישט מען טראגט אים שפאצירן און ער רעדט נישט מסארווט אים און.... יא איר ווייסט.... ער רעדט נישט.....
נאך א וויילע פרעגט זי אים טאטי וואס טוט זיך? ער ענטפערט נישט.... זאגט זי טאטי איך פיל אז איך האב דיר מצער געווען אבער איך קען נישט כאפן וואס פונקט, זאג מיר וועל איך וויסן מער נישט צו טון....

זאגט מיין שווער: "ווילאנג נאך וועסטו דארפן אויסהאלטן פון מיר?"
זאגט מיין ווייב: טאטי ביז משיח'ס טאג וועל איך דיר העלפן
זאגט מיין שווער: ווען קומט משיח ?
זאגט מיין ווייב: אינז האף מיר ווי שנעלער
זאגט מיין שווער: אבער אויף ווען האסטו אים באשטעלט
זאגט מיין ווייב: (נאכאלץ נישט כאפענדיג ווי ער צילט) אחכה לו בכל יום שיבא
זאגט מיין שווער: אבער אויף ווען האסטו אים באשטעלט?
זאגט מיין ווייב: טאטי איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיר ציזאגן
זאגט מיין שווער: די ווייסט גאר פיין, דו ווילסט מיר שוין באגראבן מילא לייגסטו מיר אריין און א האום אזוי זאל איך שנעל שטארבן
זאגט מיין ווייב: (כאפענדיג וואס עס איז געשען) טאטי די ווייסט אז זייט קאוויד בין איך דא יעדען איינציגען טאג און עס איז מיר א כבוד דיר צו העלפן, איך אפרישיעט אז די לאזט מיר דיך העלפן. אבער אסאך מאל איז עס אויך נישט גרינג, און איך און מיין מאן זעמער אויפגעקומען מיט א פלאן אז ווען עס איז זייער שווער גיימיר ארום זיך אומקוקן אויף דעי פלעצער און מזעי מיר נאכאמאל אז עס איז נישט פאר דיין כבוד און דעס גיט אונז אסאך חיזוק אנצוגיין.
זאגט מיין שווער: ..............בכיות........................ איך ווייס נישט וויזוי איך האב אפילו געגלייבט אז די ווילסט מיר אריינלייגן און א האום, אסתי האט נעבעך געמיינט אז זי טוט גוט אבער נישט נאר וואס זי האט מיר וויי געטון, זי האט אויך געמאכט אז איך זאל דיר חושד זיין.
"עד כאן השמועס אפגעשריבן ווארט פאר ווארט פון די קעמערע"

פארשטייט זיך אז די פלאן איז דערווייל אראפ פון טיש,

די שמועס און די משפחה איז געווארן מוראדיג האסטייל דערווייל, יעדער האט א דעה אבער קיינער הערט מיטאמאל אויס דעם אנדערען.

איך זיך צו אויסשמועסען דעם נושא אויף אזא פויבליק פארום אזוי זאל איך עטליעסט קענען פארשטיין
בערך אזוי נאך נישט צו מיינע עלטערנ'ס אויער אזוי האף איך עטליעסט.

איך בין אן איינציגן קינד פון 11 געשוויסטער וואס וואוינט נעבן מיינע עלטערנס שטוב, אין די וויסעניטי פון 5 מייל אנדערע וואוינען אזוי ווייט ווי 20 צו 70 מייל.

איך בין א יעדן טאג נאך די ארבעט אנשטאט אהיים גיין צו מיין געזונדעל עינדזשויען זייער אנטוויקלונג, זיץ איך מיט מיין מאמע וואס הערט נישט ל''ע (כמעט) סאו אפי' שמועסן קען מען נישט מיט איר.

און ווי אויך קאנסטענט תקיעות גדולות. (נישט פלעינע) ווייל זי איז אין א שלעכטע מאד אין הילדה אינינו. נישטא מיט וועמען צו רעדן. א יעדע נאכט דעליווערן פרישע נאכטמאל.

זיך ארום קוקן אין שטוב ווי אזוי זאגן, אנשטאט די גויעטע ווער איך די גויעטע און אסאך מאל שווערע ארבעט ווי טוילעטס וואשען וואס מיינע ניכטע'ס און פלימעניקעס האבן אנגעפישט נאך וואס זייערע עלטערן האבן שוין געמוזט לויפן נאכן קומען וואונטשן א גוט יאר. ענד סאו פארד.

איך דארף נישט מסביר זיין פאר די וואס גייען עס אדורך און מאכן א דראמאטישע שפיל מיט מיין קי באורד.

ח''ו זאל איך מענטשענען פאר מיין איבעריגע 10 געשוויסטער וויפיל עביוז איך הייב אריין, גאט זאל מיר באהיטן וואס איך הייב אריין פאר א ווארט.

ואידך פרישא זיל גמור !!
 
איך פארשטיי נישט, איינער וואס באפארעט זיך נישט מיט די עלטערען האט נישט וואס אריינצירעדען, אנלעסס זיי זענען גרייט אריינצינעמען די עלטערען אין שטיב.
הלואי ווען זי וויל קומען צו מיר אין שטוב אריין.

און ווען איך ברענג דאס אויך ווילן זיי דאס אויך נישט ווייל ווען זיי קומען וויזיטן (איין מאל א יאר) ווילן זיי דאך נישט זיין מיינע געסט. ביים טאטן אין וויין גארטן איז אסאך געשמאקער ווי צו קומען צו א ברידער/שוואגער שוועסטער/שוועגערין
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top