- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 332
- רעאקציע ראטע
- 1,112
אזוי כ'האב שוין געשריבן אין אלט-שטאט (קאווע שטיבל), קומט אמאל ארויף א מחשבה א געדאנק א הארה והערה וכדומה, וואס ס'איז נישט בכדי צו אפשרייבן אלס א באשרייבונג אין אן עקסטערן אשכול, צו מפאר חוסר הכמות צו מפאת קוצר הזמן, און מ'וויל עס ערגעץ אראפשרייבן צו מ'זאל עס געדענקען, צו מ'וויל הערן וואס די חברים האבן צו זאגן אויף דעם, און כמנהג אור-אלט-שטאט (אייוועלט), וואס בימנו אלה, פירן זיך כמה וכמה ניקים חשובים, אז מ'עפנט אייגענע אשכולות וואס דארט שרייבט מען די אייגענע נייעס, אנאליזן וכדומה, בדרך זו נלך גם אנו, און כ'וועל דא שרייבן מיינע בויך וויי, ואי"ה שיתקבלו דברי בפני החברים.
(פארשטייט זיך, אז יעדער קען דא שרייבן און מגיב זיין וכדו', ופשוט הוא). ובזה החלי:
אינעם אשכול ניצוצי כסף אין ק"ש האב איך מפקפק געווען אין די מושג 'ליבע' צו ס'איז בכלל דא אזא זאך, און די אמת איז (כ'געדענק נישט צו כ'האב עס דארט מציין געווען), אז רביה"ק זי"ע האט געשריבן ערגעץ וואו אין ק"ש, אז וועגן דעם זענען דא אזויפיל ניגונים אויף ליבע, וויבאלד דאס איז א זאך וואס קיינער האט נישט, און יעדער גארט צו דעם (ער האט עס צוגעשטעלט צו נאך א ענין, וואס כ'וועל נישט דא נאכברענגען...). אבער איצטערט בשעת'ן ליינען די טאג-בוך פון אנא פראנק הי"ד (ווי דערמאנט אין א אנדערן אשכול), זעה איך אז ס'איז דא א מקום - יש מקום - אז ס'איז יא דא די ענין פון ליבע, וויאזוי אנא פאלט אין ליבע מיט פעטער, אויף אזא מורא'דיגן אופן, הפלא ופלא.
און די אמת איז, אז ס'איז א חלק פון די כלל אז די וועלט איז אוועקגעשטעלט צו סורווייון (ווי עוואלוציע לויטעט), ווייל כאטשיג זי האט אין אנפאנג געהאסט און זיך געעקלט פון פעטער, אבער וויבאלד ס'איז כאילו די גאנצע וועלט איז געשטארבן, און נאר זיי זענען געבליבן אויף די וועלט - כמעט, האט עס איר געשטופט צו פאלן אין ליבע מיט פעטער, כדי די וועלט זאל האבן א קיום (וכמעשה לוט ובנותיו, כמבואר בכתוב בפירוש 'ואיש אין בארץ לבוא עלינו כדרך כל הארץ' - בראשית יט לא).