נישט קיין סארי נישט קיין ש׳כח

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
93
רעאקציע ראטע
773
איך האלט נישט מער ביים תשובה טון, אז כ׳דארף תשובה טון פארן בורא כל עולמים, איז ער דאך כל יכול, נאר דארף איך תשובה טון פאר מיין קהילה, פאר מיין ווייב, פאר מיין איידעם, פאר מיין שווער, פאר מיין רבי, פאר די קורבנות פון פארנט, פאר די פאליציי, פאר די שלימה וואס כ׳האב אויפגעבראכן פארן זאגן המוציא, פארן של ראש פארן אים צאמלייגן נאכן של יד, פארן גערשטל פארן אפהיפערן שהכל-ניו בידברו, פארן אמן יתומה, פאר ירושלים וואס כ׳האב געפראוועט אין מירון אדער אומאן, און פאר רשב״י ומוהר״ן וואס כבין געבליבן אין ירושלים, פאר די לבנה וואס כהאב אויף איר געקוקט לענגער ווי מ׳טאר און איר פארשעמט; פאר רש״י פארן אים אויסקראסן לערנענדיג ארטסקאל; פארן שבת וואס כ׳האב געלערנט דעם פארבאטענעם רשב״ם, פארן שלוש סעודות אז כ׳האב זיך נישט געוואשן פאר א כזית נאר געגעסן ניסלעך אנשטאט; פאר מיין דאקטאר פארן עסן מער קאלעסטראל, פארן ראש השנה פארטאגס וואס כבין אים איבער געשלאפן; פאר ר׳ חאצקל מקובל ער זאל נישט ווארפן קפידות ראדיאציע אז כבין דורך געטרויטן אין די ג׳ אמות פון זיין עושה שלום; פאר סי-סי-פאץ קלוידינג פאר מיין קויפן ביי פא-פא-שמאק קלוידינג, און פאר פא-פא-שמאק קלוידינג פאר מיין קויפן ביי סי-סי-פאץ קלוידינג; און פאר חול המועד פארן אים מבזה זיין מיטן גיין אין אים א רעגן שטריימל; פאר די נשמות הצדיקים וואס מ׳האט נישט אויסגעלייזט מיטן עסן דעם אויג פונעם פיש; און פארן בעלזער רב פארן פסק׳ענען ווי סאטמאר רבי און פארן סאטמאר רב פארן טון ווי בעלזער רבי; פאר ר׳ משה׳לע פארן מקרב זיין שראלטשע בשנות גלותו און פאר שראלטשע פארן אים רודף׳ן כמצוות ר׳ משה׳לע, און פאר ר׳ משה׳לע פון תשנ״ה פארן טון ווי ר׳ משה׳לע תשס״ה און פאר ר׳ משה׳לה ס״ה פארן טון ווי ר׳ משה׳לע נ״ה; פאר די זרע וואס איז ארויס לבטלה, און שוין אגב פאר די בטלה וואס איז געווארן א זרע; פאר די אילני פירות וואס מ׳האט אונטערגעהאקט; פאר זכריה הנביא׳ס בלוט וואס קאכט; פאר לוט׳ס צוויי טעכטער; פארן חיד״א פארן גיין על ציונו על הר המנוחות וועם ציונים האבן מפנה געווען; פארן תולדות אהרן רבי׳ן פאר האבן א לאנגע בארד קודם נישואין; און פארן פענסטער פארן אים פארשטאפן

כ׳האב שוין געזאגט סארי פאר כפליים כיוצא מצרים
איך פראביר זיין כשר וישר פאר יעדן וואס טראגט א הוט מיט א גושפנקא מיט א משגיח פנים, און פאר אלצדינג וואס האט פונעם שולד געפיל סובסטאנץ. פון אט די אלע שטערבליך ערנסטע פנים׳ער אין שורות ווי מלאכי חבלה דארף איך האפן אויף א שאקל מיטן קאפ סלחתי כדברך

און איך האב שוין פון לאנג געכאפט א שטילער נערוון בראך, גענוג, איך האלט נישט מער ביים תשובה טון

און מייניש, אויך קיין שכח׳ס זאג איך נישט מער פאר קיינעם נישט, זאלסטו האבן אויסגעצאלט מיין שטריימל, מיין מצבה, מיין עליה, זאלסטו מיר האבן געגעבן א מי שברך, א הזכרה ביים בארדיטשעווער, זאלסטו מיר האבן געזעצט ביים מזרח, אויסגעקראסט די ליניע צו קריגן שריים פון די ערשטע, זאלסטו מיר האבן געשיקט משלוח מנות מיט צוויי הונדערט דאלער; איך זאג נישט מער קיין שכח פאר קיינעם אין דער וועלט טאמער שטאמט עס פון שולד געפילן. נישט קיין ש׳כח און נישט קיין סארי.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top