נישט ארבעטן! וואס יא?

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
377
רעאקציע ראטע
1,137
לכבוד דעם ערשטן פונעם נייעם יאר ארבעטן נישט רוב גוים
דאס מיינט אז רוב אידישע ארבעטערס גייען ליידיג
ווייל נישט קיין חילוק וואס די טוסט גייסטו געווענדליך אנקומען צו א סטעפ ווי די ענדיגסט זייער פרי דיין ארבעט
די קענסט ענטפערן אלע אימעילס אבער אויב קיינער ריפלייט נישט, איז די קאנווערסעישאן געענדיגט

איך פלאן היינט צו מאכן א פונקטליכע בודזשעט פאר מיין לעבן
מיין Co-Worker האט שוין אנגעגרייט פאריגע וואך דריי פראדזשעקטס וואס ער גייט היינט ריסורטשן אגאנצן טאג
מיין אנדערע Co-Worker גייט היינט אויסליידיגען זיין גאנצע אינבאקס, אדער ענטפערן אדער סנוזען אדער אויסמעקן

בין איך נייגעריג וויאזוי גייסטו אויסניצן די היינטיגע טאג אויף זאכן וואס די ווילסט שוין טוהן פאר א לאנגע צייט?
 
מ'גייט כאפן א דרימל אין א אפיס... איך וועל אויפשטיין מיט אזא רויטע סימן אויפן שטערן אז מ'האט זיך פיין אויסגערוט אפילו מ'איז בכלל נישט געווען מיד...
 
טאטע זיסער, מענטשן לעבן עכט אויסגערעכנט, ממש אויפן טאג!
נישט ממש
למעשה האב איך ניטאמאל אנגעהויבן מיין בודזשעט היינט
פלאנען דארף מען, אבער מ'דארף אויך זיין פלעקסיבל צו טוישן
 
Back
Top