- זיך איינגעשריבן
- אפר. 23, 2025
- מעסעדזשעס
- 291
- רעאקציע ראטע
- 1,222
- פונקטן
- 213
די לעצטע צוואנציג צו מער יאר איז דא א משוגענע אויפוואכונג און ענקזייעטי איבער לשון הרע, עד כדי כך אז מען באקלעיפט די עלעוועטערס מיט הלכות לשון הרע, און אין יעדע קרעמל איז דא איינער וואס הרגעט די שמועס מיט נו..לאָשען האָרע…
ביים שווער מען קייט א גוט שטיקל חסידישע פאליטיק און באָם די שווער קומט אריין מיט אזא געשמאקליכע עהעם…. ככככ….. חשש-לשון-הרע.
די שיגעון האט געכאפט פון די אלט-רייט ביז די אלט-לעפט, דאס איז איין זאך וואס ביידע עקסטרעמען זענען מסכים, די חפץ חיים מיט זיינע צוואנציג לאווין אין ליפא מיט זיין רעפּ-ניגון אקעגן לשון הרע.
ווען מען קוקט אין גמרא זעהט מען אז לשון הרע איז בכלל נישט אזא בער, די גמרא אין בבא בתרא זאגט כל מילי דאיתאמרי לבי תלתא לית ביה משום לשון הרע. אויף אידיש א זאך וואס דריי מענטשן ווייסן שוין איז נישטא קיין לשון הרע, רוב לשון הרע חסידישע פאליטיק, גיטין חאזעריי, מאלעסטעשען גאסיפ, איז גלוי וידוע פאר כאטש דריי מענטשן, עס איז כמעט נישט מעגליך צי רעדן לשון הרע. נאר א מעשה וואס ממש די האסט אליינס געזען אין קיינער אנדערש ווייסט נישט.
חברה ברעינגטס ארויס די פאפקארן און ביר און לאמיר זיך נעמען גאסיפּען, נישט אין חפץ חיים גערעדט.