א נייע discord פלאטפארמע

מסתת הרים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 14, 2024
מעסעדזשעס
482
רעאקציע ראטע
1,396
א גוטן חשובע פריינד!

מיר ווילן אייך מודיע זיין אז מיר עפענען בקרוב א נייע פלאטפארמע (discord) פאר אונזערע ברידער און שוועסטער וואס זוכן א פלאץ צו שמועסן מיט voice chat און טעקסט אין א היימישע און פארשטענדליכע סביבה.

דאס וועט זיין א פריוואטע און פארזיכערטע פלאץ פאר אונז אלע צו קענען האבן אפענע שמועסן, טיילן געדאנקן, און זיך שטיצן איינער דעם צווייטן - אלץ מיט די העכסטע שטאפל פון אנאנימיטעט און פריוואטקייט.

אויב איר זענט אינטערסירט צו זיין א טייל דערפון, ביטע ענטפער מיט א 👍
 
בשורה טובה!

די דיסקארד פלאטפארמע גייט שוין יעצט אריין אין א "בעטא" פאזע, און מיר עפענען די טויערן פאר באגרעניצטע איינגעלאדענטע מיטגלידער.

אויב ווילט איר זיין א טייל פון אונזער וואקסנדע קהילה, ביטע פארבינדט אייך פריוואט מיט איינע פון אונזערע אדמיניסטראטארן:

@מסתת הרים
@ברק הכחול

מיר וועלן אייך צוריקשרייבן מיט אלע נויטיגע אינפארמאציע און אנווייזונגען וויאזוי זיך אנצושליסן.

אייער פריוואטקייט און זיכערהייט איז אונזער העכסטע פריאריטעט.
 
מיר פלאנירן א דיסקארד טוטאריעל סעסיע! וואס גייט פארקומען אויף דיסקארד, היות אסאך זענען ניי צו דעם פלאטפארמע, און האבן אריין געגעבן בקשות פאר הסברה ווי צו נוצן און צו זיך דרייען אין דיסקארד.

דערווייל איז עס געפלאנט פאר זונטאג, אבער מיר טראכטן אז ליל שישי וואלט מעגליך געווען באקוועמער פאר אסאך מענטשן.

ביטע לאזט אונז וויסן וועלכע צייט אין ליל שישי וואלט אייך אמבעסטן צוגעפאסט.

קומטס אריין מיט אייער פארשלאג, מיר ווילן זיכער מאכן אז די צייט איז באקוועם פארן גאנצן ציבור.
 
אינטערעסאנט די ערשטע מאל כ׳הער אזא פראבלעם, will check it out
ער באציט זיך נישט צו דיסקארד, ער רעדט פון דא אויף קרעמל קען מען נישט אנהויבן א פריוואטע שמועס אונטער 10 הודעות (מען קען שיקן צו אים מעסעדזשעס און דאן קען ער צוריקענטפערן).
 
ש'כח פארן אויסקלארן
 
מיר פלאנירן א דיסקארד טוטאריעל סעסיע! וואס גייט פארקומען אויף דיסקארד, היות אסאך זענען ניי צו דעם פלאטפארמע, און האבן אריין געגעבן בקשות פאר הסברה ווי צו נוצן און צו זיך דרייען אין דיסקארד.

דערווייל איז עס געפלאנט פאר זונטאג, אבער מיר טראכטן אז ליל שישי וואלט מעגליך געווען באקוועמער פאר אסאך מענטשן.

ביטע לאזט אונז וויסן וועלכע צייט אין ליל שישי וואלט אייך אמבעסטן צוגעפאסט.

קומטס אריין מיט אייער פארשלאג, מיר ווילן זיכער מאכן אז די צייט איז באקוועם פארן גאנצן ציבור.
ליל שישי מיין איך עס וואלט סאך בעסער געווען אזוי קען איך מיטהאלטן ווען נאר עס וועט זיין איך האב נישט קיין לערענען צומארגנס
אויך אז עס וועט זיין אינמיטן נאכט דא אין א"י.
 
יא גערעכט, די שאלה איז וועלכע צייט וואלט געווען גוט? איך האב געטראכט אז 2:00 אי א"י וואס איז 8:00 אין אמעריקע וואלט געווען גוט פאר יעדעם, אבער איך וויל הערן וואס יעדער וויל בכדי צו קענען מחליט זיין ווען איז בעסט פאר יעדעם
 
אקעיי אז סאיז ליל שיש איך בין דערינען ווען סוועט נאר זיין
 
Back
Top