א נייער געדאנק צו העקן דעם בית דין סיסטעם

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
716
רעאקציע ראטע
3,334
ס׳מיר איינגעפאלן א מהלך צי זיין א נבל ברשות התורה כדלהלן, אז איינער איז מיר תובע אין בית דין לאמיר עם רופן ראובן, אפילו אויב די ביסט א כופר הכל דארפסטו נאך שווערן אלץ תקנתיה דרבי נחמן דרבי נחמן,נו איך שווערט און איך בין פטור פון באצאלן פאר ראובן׳ען.
מארגען קום איך אין בית דין און טענה אז ראובן איז מיר שולדי א מיליאן דאלער, פארשטייט זיך אז ראובן גייט טענה׳ן להד״ם ס׳קיינמאל נישט געוועהן, זאגט בית דין פאר ראובן נו אז די טענה׳סט להד״ם זיי מוחל שווער און די ביסט פטור, דא קום איך אריין שרייען ניין ניין ניין ראובן קען נישט שווערן, פארוואס? ווייל נעכטן האט ער מיר תובע געוועהן און איך בין געוועהן די כופר הכל און איך בין געווארען מחויב שבועה, און מיט דעים וואס איך האב געשוואוירען איז ראובן געווארען מוחזק שקרן, זאגט בית גערעכט ראובן קען נישט שווערען, נו וואס איז די הלכה אין אזא פאל אז שכנגדו נשבע ונוטל אז די תובע קען מוצא זיין געלט מיט א שבועה, און איך ליידיג אויס דעם ראובן אלע זיינע באנק עקאונטס.

פיין א שיינע קיוט טריק, אבער די קשיא שטערט פארוואס טאקע האבן די חכמים נישט געטראכט אז מען קען מאכען אזא סקעם, נישט נאר מען קען מאר פארקערט איינער וואס האט מיר מחייב געוועהן א שבועה וויל איך עים ציפיקסען, מילא מיט די תקנתא דרבי נחמן האט ער נאר מער שאדען געמאכט.
 
מיינסט שבועת היסת

קודם כל מיין איך אז מוחזק שקרן איז נאכנישט חשוד על השבועה. און בכלל, ווער זאגט אז ער איז מוחזק שקרן? אפשר ביסטו באמת יא געווען שולדיג געלט פאר אים און דו ביסט גאר דער שקרן וואס שווערט פאלש? מוחזק שקרן איז נאר ווען עז שטעלט זיך באמת ארויס דורך עדים וכדו'
 
1. תקנתיה דרבי נחמן און שבועת היסת זענען די זעלבע זאך, נאר תקנתיה דרבי נחמן איז נאר פאר הלוואות, און שפעיטער האט מען אויסגעברייטערט שבועת היסת אויף אלע כפירות נישט נאר הלוואות.
2. 1שכנגדו איז געמאכט געווארען פאר א מוחזק שקרן. פאר וועם דען?
3. מיט דעים וואס ער איז מיר תובע און איך שווער איז דאס א ראיה אז ער האט מיר פאלש תובע געוועהן, וואס מאכט עם אלץ א שקרן. אויב מיין שבועה פרעגט נישט אפ זיין תביעה וואס איז די פוינט פון די שבועה?
4. ווייל איך בין מוחזק מיט דער אמת (ווי דער רמב״ן זאגט מאן דכאיב ליה כאיבא ילך לביה דינא) מיין שבועה העלפט אז איך מאך יענעם מוחזק שקרן.
5. ממש נישט, מוחזק שקרן מיינט אז ס׳דא א חזקה אז ער איז א שקרן, אויב איז דא עידים אז ער איז א שקרן איז עס נישט מוחזק נאר אסאך שטערקער ווי דעם.
 
לעצט רעדאגירט:
נו, דאס איז דאך דער געדאנק. אז איידער ראובן קומט דיך תובע זיין אומזיסט, זאל ער גוט אריינקלערן וואס ער טוט, ווייל ס'קען איהם נאך בעקפייערן... (עה"צ אז מען שווערט נישט פאלטש)

סתם אזוי, וועט אייביג זיין פלאס און פיט-הוילס אין א דזשאסטעס סיסטעם, נישט קיין חילוק ווי סעפיסטיקירט עס זאל נאר נישט זיין. דער חכמה איז, אז דער סוקסעס ראטע זאל זיין גענוג הויך, אז פאר מענטשן זאל פארגיין דער אפעטיט פון נעמען די ריזיקע זיך צו שפילן דערמיט.
 
מען ווערט נישט קיין מוחזק שקרן פון א שבועה פון א צווייטן
און דאכט זיך מיר אז עס איז נישטא קיין כנגדו נשבע ונוטל ביי א שבועה דרבנן
 
נאר ווען דען? עידים? עידים איז אסאך שטערקער פון חזקה און נישט דאס מיינט הוחזק שקרן.
 
עדים איז שטערקער פון חזקה ווען מען רעדט פון די "דין" פון חזקה נישט ווען מען רעדט פון הוחזק שקרן וואס איז א דין פאר זיך אן קיין שייכות צו די דין פון חזקה
 
מען ווערט נישט קיין מוחזק שקרן פון א שבועה פון א צווייטן
און דאכט זיך מיר אז עס איז נישטא קיין כנגדו נשבע ונוטל ביי א שבועה דרבנן
רש"י שבועות מד: אויף די משנה ווי עס שטייט די דין פון היפוך שבועה
ושכנגדו חשוד כל השבועה: התובע שהנתבע שכנגדו חשוד על השבועה ונתחייב הנתבע שבועה מן התורה

עס איז קלאר מבואר אין די גמרא אפאר בלאט פריער דף מא. ווי די גמרא איז מחדש די דין פון א שבועות היסת איז די גמרא מסביר די חילוקים צווישן א שבועה דאורייתא און א שבועה דרבנן
 
לעצט רעדאגירט:
ס׳מיר איינגעפאלן א מהלך צי זיין א נבל ברשות התורה כדלהלן, אז איינער איז מיר תובע אין בית דין לאמיר עם רופן ראובן, אפילו אויב די ביסט א כופר הכל דארפסטו נאך שווערן אלץ תקנתיה דרבי נחמן דרבי נחמן,נו איך שווערט און איך בין פטור פון באצאלן פאר ראובן׳ען.
מארגען קום איך אין בית דין און טענה אז ראובן איז מיר שולדי א מיליאן דאלער, פארשטייט זיך אז ראובן גייט טענה׳ן להד״ם ס׳קיינמאל נישט געוועהן, זאגט בית דין פאר ראובן נו אז די טענה׳סט להד״ם זיי מוחל שווער און די ביסט פטור, דא קום איך אריין שרייען ניין ניין ניין ראובן קען נישט שווערן, פארוואס? ווייל נעכטן האט ער מיר תובע געוועהן און איך בין געוועהן די כופר הכל און איך בין געווארען מחויב שבועה, און מיט דעים וואס איך האב געשוואוירען איז ראובן געווארען מוחזק שקרן, זאגט בית גערעכט ראובן קען נישט שווערען, נו וואס איז די הלכה אין אזא פאל אז שכנגדו נשבע ונוטל אז די תובע קען מוצא זיין געלט מיט א שבועה, און איך ליידיג אויס דעם ראובן אלע זיינע באנק עקאונטס.

פיין א שיינע קיוט טריק, אבער די קשיא שטערט פארוואס טאקע האבן די חכמים נישט געטראכט אז מען קען מאכען אזא סקעם, נישט נאר מען קען מאר פארקערט איינער וואס האט מיר מחייב געוועהן א שבועה וויל איך עים ציפיקסען, מילא מיט די תקנתא דרבי נחמן האט ער נאר מער שאדען געמאכט.
ביסט זיכער אז א כופר הכל דארף שווערן?
פארוואס געדענק איך אז נאר א מודה במקצת איז חייב שבועה?
 
אמת אבער דאס איז מדאורייתא די רבנן האבן מתקן געווען א שבועות היסת
 
עדים איז שטערקער פון חזקה ווען מען רעדט פון די "דין" פון חזקה נישט ווען מען רעדט פון הוחזק שקרן וואס איז א דין פאר זיך אן קיין שייכות צו די דין פון חזקה
הוחזק שקרן איז נישט אלץ חזקה, נאר אלץ? א דין אזא?
 
חזקה איז א ווארט מיט א טייטש לכאורה די בעסטע טייטש אויף אידיש איז "אנגענומען",
עס זענען דא פארשידענע חזקות וואס קומען מסברה, ווי למשל חזקה כל מה שתחת יד אדם הרי הוא שלו, די דין פון חזקה אויף א קרקע נאך דריי יאר, (וואס אגב לויט רוב ראשונים איז עס אויכעט נישט א מסברה) חזקה אין אדם מעיז פנים בפני בעל חובו, חזקה אין אדם תובע אלא אם כן יש לו, (וואס על סמך די חזקה איז טאקע דא א שבועות היסת) און נאך, אבער די ווארט חזקה מיינט בכלל נישט עפעס וואס איז נאר מסברה און נישט מידיעה, און אונזער פאל פון הוחזק כפרן איז מען נאר ווען מען האט איינעם געכאפט למעשה שווערן פאלטש, (אגב איז דא א דיון אין גמרא צו ווען איינער איז הוחזק כפרן אויף א שבועה דרבנן צו ער ווערט אויכעט אויף א שבועה דאורייתא איך געדענק נישט וואס די גמרא בלייבט)
אבער לענינינו איז עס נישט רעלעוואנט ווייל ווי געשריבן פריער די דין פון היפוך שבועה גייט נישט אן ביי ר' שבועה דרבנן
 
אוי, מ'דארף זיך צוריק זעצן לערנען.

לאמיר נאר פרובירן אפצושטויבן די זכרון קעמערלעך.

1. כנגדו נשבע ונוטל איז נאר אויף א שבועה דאורייתא, נישט שבועת המשנה און אוודאי נישט היסת.

2. מ'ווערט אוודאי נישט מוחזק שקרן דורך יענעמ'ס שבועה. הוחזק כפרן איז נאר דורך קלארע עדים (וכהציור בגמ') אדער הודאת בע''ד וכדו'. (דאס ווארט ''הוחזק'' באציט זיך אויפ'ן אפשאצונג אז ער וועט זאגן ליגנט ווייטער.)

3. בכלל איז נישטא קיין קאנצעפט פון הוחזק שקרן (כפרן) נאר לאותו ממון; אויף צו ווערן אין אלגעמיין חשוד על השבועה דארף מען זיין א גנב אדער נשבע לשקר.

4. אפילו א גנב וואס איז חשוד על השבועה (מח' הראשונים דאכצעך אויב מדאורייתא אדער מדרבנן, ותלוי אי מיגו דחשיד אממונא חשיד אשבועתא) איז נאר א ריכטיגער גנב (כהרועה שאכל בהמות חברו) און אוודאי נישט בלויז א תובע ממון שלא ביושר.

ר' חנניא בן עקשיא וכו'.
 
הוחזק שקרן מיינט נישט אז יענער שווערט פאלש, ס׳מיינט אז יענר איז א שקרן מיט א חזקה, טאקע פונקט ווי אלע די חזקות וואס די רעכנסט דא אויס.
 
אוי, מ'דארף זיך צוריק זעצן לערנען.

לאמיר נאר פרובירן אפצושטויבן די זכרון קעמערלעך.

1. כנגדו נשבע ונוטל איז נאר אויף א שבועה דאורייתא, נישט שבועת המשנה און אוודאי נישט היסת.
נאר וואס טוט מען ווען א כופר הכל קען נישט שווערען?
2. מ'ווערט אוודאי נישט מוחזק שקרן דורך יענעמ'ס שבועה. הוחזק כפרן איז נאר דורך קלארע עדים (וכהציור בגמ') אדער הודאת בע''ד וכדו'. (דאס ווארט ''הוחזק'' באציט זיך אויפ'ן אפשאצונג אז ער וועט זאגן ליגנט ווייטער.)
עדים מאכען נישט קיין חזקה, זיי זענען קובע די מציאות וואס איז סאך א העכערע דרגא פון חזקה.
3. בכלל איז נישטא קיין קאנצעפט פון הוחזק שקרן (כפרן) נאר לאותו ממון; אויף צו ווערן אין אלגעמיין חשוד על השבועה דארף מען זיין א גנב אדער נשבע לשקר.
שקרן לממןן זה ואינו משקר לממון אחר, מאכט נישט קיין סענס, מוחזק שקרן איז מוחזק שקרן
4. אפילו א גנב וואס איז חשוד על השבועה (מח' הראשונים דאכצעך אויב מדאורייתא אדער מדרבנן, ותלוי אי מיגו דחשיד אממונא חשיד אשבועתא) איז נאר א ריכטיגער גנב (כהרועה שאכל בהמות חברו) און אוודאי נישט בלויז א תובע ממון שלא ביושר.

ר' חנניא בן עקשיא וכו'.
איך רעד פון א שקרן לאוו דוקא פון א גנב
 
עברי טייטש
הוחזק שקרן = מוחזק אלץ שקרן
הונדערט פראצענט די שאלה איז אבער וויאזוי ער איז געווארן "מוחזק אלץ א שקרן"
עברי טייטש מוחזק = אנערקענט

די לשון המשנה איז אלו נשבעין ונוטלין וכו' "ושכנגדו חשוד על השבועה" עס איז קלאר מבואר אין די סוגיא אז עס מיינט איינער וואס האט געשוואוירן

עס האט נישט קיין פשט זיך צו טענה'ן אויף פשוט פשט און די סוגיא
 
נאר וואס טוט מען ווען א כופר הכל קען נישט שווערען?
גארנישט. (אפשר א שפעטערדיגן חרם, געדענק איך שוין נישט.)
עדים מאכען נישט קיין חזקה, זיי זענען קובע די מציאות וואס איז סאך א העכערע דרגא פון חזקה.
עדים זאגן אז ער האט ליגנט געזאגט, און יעצט האבן מיר א חזקה - אויב דו ווילסט דווקא - אז ער וועט ווייטער ליגנט זאגן.
שקרן לממןן זה ואינו משקר לממון אחר, מאכט נישט קיין סענס, מוחזק שקרן איז מוחזק שקרן
סענס ארויף סענס אראפ, ס'איז א ש"ס מפורשת.
איך רעד פון א שקרן לאוו דוקא פון א גנב
נישט פארהאן קיין דין פאר א ליגנער, חוץ אז ס'איז שטארק מומלץ אז מ'זאל זיך אויף זיין ווארט נישט פארלאזן.
 
ס׳מיר איינגעפאלן א מהלך צי זיין א נבל ברשות התורה כדלהלן, אז איינער איז מיר תובע אין בית דין לאמיר עם רופן ראובן, אפילו אויב די ביסט א כופר הכל דארפסטו נאך שווערן אלץ תקנתיה דרבי נחמן דרבי נחמן,נו איך שווערט און איך בין פטור פון באצאלן פאר ראובן׳ען.
מארגען קום איך אין בית דין און טענה אז ראובן איז מיר שולדי א מיליאן דאלער, פארשטייט זיך אז ראובן גייט טענה׳ן להד״ם ס׳קיינמאל נישט געוועהן, זאגט בית דין פאר ראובן נו אז די טענה׳סט להד״ם זיי מוחל שווער און די ביסט פטור, דא קום איך אריין שרייען ניין ניין ניין ראובן קען נישט שווערן, פארוואס? ווייל נעכטן האט ער מיר תובע געוועהן און איך בין געוועהן די כופר הכל און איך בין געווארען מחויב שבועה, און מיט דעים וואס איך האב געשוואוירען איז ראובן געווארען מוחזק שקרן, זאגט בית גערעכט ראובן קען נישט שווערען, נו וואס איז די הלכה אין אזא פאל אז שכנגדו נשבע ונוטל אז די תובע קען מוצא זיין געלט מיט א שבועה, און איך ליידיג אויס דעם ראובן אלע זיינע באנק עקאונטס.

פיין א שיינע קיוט טריק, אבער די קשיא שטערט פארוואס טאקע האבן די חכמים נישט געטראכט אז מען קען מאכען אזא סקעם, נישט נאר מען קען מאר פארקערט איינער וואס האט מיר מחייב געוועהן א שבועה וויל איך עים ציפיקסען, מילא מיט די תקנתא דרבי נחמן האט ער נאר מער שאדען געמאכט.
זיי האבן אלס געוויסט אז ס’וועט איין טאג זיך אויפשטעלן א חכם מכל אדם און אויפקומען מיט א מהלך אויסצושפילן בית דין..
אבער אז די קהל’ס נער זאל גאר זיין דער... דאס איז שוין אן אומדערהערטע זאך......
 
Back
Top