נייעס פון בלאמינג-גראוו נ"י

Yesh

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2024
מעסעדזשעס
426
רעאקציע ראטע
1,381
פונקטן
223
נעכטן איז ארויס געקומען די נייעס, אז די ווילידש האט צוריק געריקט די וואלן מיט 5 חדשים, דער עולם האט נישט געוויסט דערפון, וויבאלד זיי האבן עס נאר מפרסם געווען און איינע פון די גוישע לאקאלע פעפערס,

און פארשטייט זיך די וואס זענען געלאפן האבן געווינען רי-עלעקשן מיט א לענדסלייד...
 
ליגאל צו טוען דעיס? ווער זענען געלאפען אין געווינען? אידישע קאנדידאטען?
 
וויאזוי קען זיין אז קיינער האט נישט געוויסט?
C\P

אין בלומענגראוו איז היינט פארגעקומען שטילע פארמאכטע וואלן, ווי מען האט ווידערוויילט דעם אלטן באטשי אלס מעיאר, און צוויי שטילע אידן אלס טראסטיס, צו קענען ווייטער דינען דעם זאלי וומ"ס ראש הקהל אברהם בער יאקאבאוויטש'ס אינטערעסן.

נאך פיר יאר וואס דער יאקאבאוויטש פינאנצירטע UJC האט איבערגענומען די קאנטראל אויף דעם ווילידזש, זענען שוין די איינוואוינער געווען זאט אויף דעם פירערשאפט וואס האט פאר אפאר טאלער געטיילט פערמיטן רעכטס און לינקס, אן זארגן וויזוי סוועט זיין וואסער, סוער, טרעפיק, וכו'. אין פיר יאר געמאכט א חורבן פון א שטאט, אזוי ווייט אז אין פארגאנגענהייט האט א רייט אין טראסטי קאמפיין כמעט געווינען, און די יצחק עקשטיין/UJC האבן גוט געציטערט פאר זייער פרנסה...

בנוסף צו דעם קאלטן קריג צווישן אברהם בער און יוזפא לאנדא מראשי קהל מהרי"י ק"י, יוזפא באקומט פארשטייט זיך נישט קיין פערמיטן פאר זיינע דעוועלאפמענט'ס און ער האט זיך געגרייט צו שטיצן א פרישע מעיאר קאנדידאט וואס וואלט אן צווייפל געוואונען. בלויז מיטן צוזאגן אז ער וועט שאפן סוער פאר א שטאט פיל מיט פריש געבויעטע דירות וואס מען קען נישט אריינמופן, ווייל מען דארף סעיוון די סוער סלאט'ס פאר אברהם בער'ס פראפערטי'ס.

שוין אפגערעדט פון די ארוינים מיט וועם יצחק עקשטיין האט זיך אנגעהויבן נאך אין דעי 1, און עד היום באקומען זיי נישט קיין פערמיטן פאר זייער מקוה, שול, א סטאפ ארדער אויף די בוטשער, און פאר רוב בלומענגראוו האט די פייט שטארק געבאדערט, ספעציעל ווען ס'איז געקומען מיט א סלאגאן פון בלומעגראוו באחדות, אזא מין אחדות פון די טארסט מיר גארנישט צוריקטיען ווייל איך בין בשלום...

וויסענדיג אז ער קען בשום אופן נישט געווינען מיט אזא רעקארד, האט ער אן קיין פאבליק רעפענדערום געמאכט די וואלן עטליכע חדשים פריער, און בלויז אנאנסירט אין א פארשטיפטע גויאישע מאגאזין אז היינט אין א פשוטע מיטוואך איז די וואלן. וכך הוה, געווינען מיט א לענדסלייד...

העמיר זעהן צו יעצט קומט געריכטן און פראטעסטן פון אידן אדער די גויאישע איינוואוינער וואס זענען שוין אזוי אויך גענוג אנגעווייטאגט, און יעצט פילן זיי ווי מען האט זיי צוגענומען די לעצטע רעכט פון שטימען, און מען לאזט די אלטע תושבים וואוינען אין א קאמעניסטישע דריטע וועלט אומ-קעיר גענומענע שטאט, אלס אז א דעוועלעפער זאל ווייטער קענען שארן געלט אן געבן א דין וחשבון.

מיינע אבזערוואציעס
 
איך גלייב אז ס'דארף נישט זיין צו שווער צו אנקלאגן די גאנצע כאפ-לאפ, די חברה קענען נאך גוט ליידן פון דעם.
 
Don't worry זייערע גוטע פריינט פונעם דערנעבענדיגן טאון וועלן שוין טוען כל מה שביכלתם צו העלפן זייערע נעבעכדיגע שכנים....
 
  • פנים קרים
רעאקציעס: Yesh
1761337295347.webp
 
סקופים די סענעטער האט געשריבן וועגן די וואלן
1000535423.webp
 
לעצט רעדאגירט:
זיי האבן זיך אנגעהומבן מיו די נישו ריכטיגע מענטש ווען זיי האובן אים איינגערעדט כידוע אז זיי אינדארסן אים אין אים געגעבן א פאלטשע בעלעט
 
נישט אמת, אן ארונישע ספין, מען האט אים קיינמאל נישט אויסגעפאפט, אין פאקט האט ער די לעצטע פאר יאר דעליווערט אסאך פאר בלומינג גראוו
 
C\P

אין בלומענגראוו איז היינט פארגעקומען שטילע פארמאכטע וואלן, ווי מען האט ווידערוויילט דעם אלטן באטשי אלס מעיאר, און צוויי שטילע אידן אלס טראסטיס, צו קענען ווייטער דינען דעם זאלי וומ"ס ראש הקהל אברהם בער יאקאבאוויטש'ס אינטערעסן.

נאך פיר יאר וואס דער יאקאבאוויטש פינאנצירטע UJC האט איבערגענומען די קאנטראל אויף דעם ווילידזש, זענען שוין די איינוואוינער געווען זאט אויף דעם פירערשאפט וואס האט פאר אפאר טאלער געטיילט פערמיטן רעכטס און לינקס, אן זארגן וויזוי סוועט זיין וואסער, סוער, טרעפיק, וכו'. אין פיר יאר געמאכט א חורבן פון א שטאט, אזוי ווייט אז אין פארגאנגענהייט האט א רייט אין טראסטי קאמפיין כמעט געווינען, און די יצחק עקשטיין/UJC האבן גוט געציטערט פאר זייער פרנסה...

בנוסף צו דעם קאלטן קריג צווישן אברהם בער און יוזפא לאנדא מראשי קהל מהרי"י ק"י, יוזפא באקומט פארשטייט זיך נישט קיין פערמיטן פאר זיינע דעוועלאפמענט'ס און ער האט זיך געגרייט צו שטיצן א פרישע מעיאר קאנדידאט וואס וואלט אן צווייפל געוואונען. בלויז מיטן צוזאגן אז ער וועט שאפן סוער פאר א שטאט פיל מיט פריש געבויעטע דירות וואס מען קען נישט אריינמופן, ווייל מען דארף סעיוון די סוער סלאט'ס פאר אברהם בער'ס פראפערטי'ס.

שוין אפגערעדט פון די ארוינים מיט וועם יצחק עקשטיין האט זיך אנגעהויבן נאך אין דעי 1, און עד היום באקומען זיי נישט קיין פערמיטן פאר זייער מקוה, שול, א סטאפ ארדער אויף די בוטשער, און פאר רוב בלומענגראוו האט די פייט שטארק געבאדערט, ספעציעל ווען ס'איז געקומען מיט א סלאגאן פון בלומעגראוו באחדות, אזא מין אחדות פון די טארסט מיר גארנישט צוריקטיען ווייל איך בין בשלום...

וויסענדיג אז ער קען בשום אופן נישט געווינען מיט אזא רעקארד, האט ער אן קיין פאבליק רעפענדערום געמאכט די וואלן עטליכע חדשים פריער, און בלויז אנאנסירט אין א פארשטיפטע גויאישע מאגאזין אז היינט אין א פשוטע מיטוואך איז די וואלן. וכך הוה, געווינען מיט א לענדסלייד...

העמיר זעהן צו יעצט קומט געריכטן און פראטעסטן פון אידן אדער די גויאישע איינוואוינער וואס זענען שוין אזוי אויך גענוג אנגעווייטאגט, און יעצט פילן זיי ווי מען האט זיי צוגענומען די לעצטע רעכט פון שטימען, און מען לאזט די אלטע תושבים וואוינען אין א קאמעניסטישע דריטע וועלט אומ-קעיר גענומענע שטאט, אלס אז א דעוועלעפער זאל ווייטער קענען שארן געלט אן געבן א דין וחשבון.

מיינע אבזערוואציעס
געהערט פון א לאקאלן איינוואוינער אז די סיבה פארוואס זיי האבן געמוזט מאכן אזא דריידל איז צוליב דעם וואס די ארוינים - האבנדיג א ציהל איבערצונעמען קאנטראל אויף די בלומינגראווע באהערדע - האבן פלאנירט צו איינקווארטירן 150 פון זייערע 18 יעריגע שטים בארעכטיגטע מתיבתא בחורים אין א דארמיטארי אין בלומינגראוו, אזוי ארום וועלן זיי האבן גענוג שטימען צו איבערנעמען קאנטראל פון די בלומינגראוו ווילעדזש. דעריבער איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה נאר צו לעגאלערהייט - צוריקריקן די וואלן און האפן אז קיינער וועט נישט באמערקן - אזוי ארום וועט מקוים ווערן די פסוק: "בָּ֥א אָחִ֖יךָ בְּמִרְמָ֑ה וַיִּקַּ֖ח בִּרְכָתֶֽךָ". וכך הוה

עם עקש תתפתל​
 
דאס איז די תירוץ וואס זיי פארשפרייטן.
אויב איז דאס אמת, פארוואס האבן זיי נישט געקענט מפרסם זיין די וואלן א טאג פריער?
 
איי העסטו פרעגן: די זאלוינים האבן דאך אויכעט א ישיבה מיט בחורים וואס קענען דינען אלס קאנטער אקטיווע קאנאנען פלייש? (בפרט אז א מערהייט בלומינגראווע איינוואוינער זענען זאלויניש געשטימט) אויף דעם איז די תירוץ וואס @Mendy האט שוין ערווענט אז יוזפא לאנדא איז צוקריגט מיט אברהם בער יאקאבאוויטש ממילא וואלט ער קיינמאל נישט ערלויבט אז משה אלי עסטרייכער זאל שיקן זאלונישע בחורים קיין בלומינגראוו, ס'הייסט אז יוזפא לאנדא האט געזאלט מאכן א יד אחת מיט די ארונים כדי יוזפא זאל קענען פאראויסגיין מיט זיין אייגענע דעוועלאפמענט אין בלומינגראוו - א פראיעקט וואס פילע לאקאלע איינוואוינער זענען דערקעגן צוליב זייערע זארגן איבער overdevelopment​
 
געהערט פון א לאקאלן איינוואוינער אז די סיבה פארוואס זיי האבן געמוזט מאכן אזא דריידל איז צוליב דעם וואס די ארוינים - האבנדיג א ציהל איבערצונעמען קאנטראל אויף די בלומינגראווע באהערדע - האבן פלאנירט צו איינקווארטירן 150 פון זייערע 18 יעריגע שטים בארעכטיגטע מתיבתא בחורים אין א דארמיטארי אין בלומינגראוו, אזוי ארום וועלן זיי האבן גענוג שטימען צו איבערנעמען קאנטראל פון די בלומינגראוו ווילעדזש. דעריבער איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה נאר צו לעגאלערהייט - צוריקריקן די וואלן און האפן אז קיינער וועט נישט באמערקן - אזוי ארום וועט מקוים ווערן די פסוק: "בָּ֥א אָחִ֖יךָ בְּמִרְמָ֑ה וַיִּקַּ֖ח בִּרְכָתֶֽךָ". וכך הוה

עם עקש תתפתל​
דעס איז את ליגענט מעיקרא, וויאזוי עס זאל נישט זיין איז עס א העטעך פעטעך,

איין זאך איז זיכער , אז די פאריגע וואלן האט ער גענומען עבסענטי וואוטס , פון די ליטווישע און וויזניץ ישיבה אין בלומינגראוו צו קענען געווינען די וואוטס! דאס איז אמת און פובליק רעקארדס ,און אויך דעם האט ער געוויסט אז די אנוואינער גייען אים ארויסוואוטען און ער קומט א הוילע באלף וואס ער אליינס האט גענוצט ביי די פאריגע וואלן
 
געהערט פון א לאקאלן איינוואוינער אז די סיבה פארוואס זיי האבן געמוזט מאכן אזא דריידל איז צוליב דעם וואס די ארוינים - האבנדיג א ציהל איבערצונעמען קאנטראל אויף די בלומינגראווע באהערדע - האבן פלאנירט צו איינקווארטירן 150 פון זייערע 18 יעריגע שטים בארעכטיגטע מתיבתא בחורים אין א דארמיטארי אין בלומינגראוו, אזוי ארום וועלן זיי האבן גענוג שטימען צו איבערנעמען קאנטראל פון די בלומינגראוו ווילעדזש. דעריבער איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה נאר צו לעגאלערהייט - צוריקריקן די וואלן און האפן אז קיינער וועט נישט באמערקן - אזוי ארום וועט מקוים ווערן די פסוק: "בָּ֥א אָחִ֖יךָ בְּמִרְמָ֑ה וַיִּקַּ֖ח בִּרְכָתֶֽךָ". וכך הוה

עם עקש תתפתל​
ווען וואלטן די ארוינים געדינגען די דארמיטארי, אריינגעלייגט די בחורים, און רעגיסטרירט צו וואוטן אויף יענעם אדרעס?

זיי האבן געפלאנט אנצוהייבן ווען? די וואלן האבן געזאלט זיין אין דריי חדשים....

חוץ די פוינט וואס איינער האט שוין ערווענט, אז דאס צו פריווענטן וואלט מען געקענט מעלדן איין טאג בעפאר...
 
Back
Top