נייעס און באריכטן איבער די האסטעדשעס ריליעס

ברק הכחול

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2024
מעסעדזשעס
243
רעאקציע ראטע
1,001
10:57 AM

די דריי האסטעדשעס זענען אנגומען און מד"י טעריטארי

20250119_175830.jpg
 
פוטעדש פון דורון שטיינברכר בשעתן ווערן אריבערגעפירט פון כאמאס צו די רעד קראוס

ס'כאפט א פחד צו זעהן מיט וועלכע חיות האדם זי איז געווען ארומגענומען

photo_5794316847364032462_y.jpg
photo_5796497599828706696_y.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
ביבי מיט א ווארימע ברוך הבא טוויט
photo_4931443688370974064_y.jpg
 
די נעקסטע ריליעס איז ווי סקוקט יעצט אויס, גייט זיין קומענדיגע שבת - 4 האסטעדשעס
(נישט קאנפירמעד)
 
כ'מיין דו שמעקסט נישט גוט….
מאכסט מיך לאכן..
נ״ק גאר…

פון די בילדער וואס קומען ארויס פון עזה זעט מען א קלארן בילד, חאמאס איז בעק אין טאון!
שוין...
כאנשולדיג מיר
כבינאך געווען אונטערן אויפברויז
געליינט די מעסעדשעס מיט וואן סיידעד איי

נישט געכאפט @מלך מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש
 
נאר די וואס האבן געבלוטיגט די לעצטע 15 חדשים, נאר די וואס האבן זיך געשלאגן די לעצטע 470 טעג, נאר די וואס האבן מיטגעוויינט מיט די עלטערן פון די חטופים, נאר די וואס האבן געברויזט אויף די מקבלי החלטות די לעצטע יאר צייט, נאר זיי, נאר זיי פארשטייען וואס די היינטיגע טאג מיינט, נאר זיי קענען היינט מיטוויינען מיט די גליקליכע עלטערן וואס באקומען צוריק זייערע קינדער, וואס זענען ברוטאל פארכאפט געווארן דורך די אומווערדיגע טעראריסטן, נאר זיי קענען זיך מיטפרייען מיט די געוואלדיגע בשורות, אז דריי אידישע מיידלעך - אונזערע שוועסטערס, וואס זענען בימנו אלה (נישט ערגעץ אין מיטל-אלטער) אדורך אזא גיהנום ממש, זענען צוריק אהיים געקומען, צוריק זיך פאראייניגט מיט זייערע משפחות.
וואו איז בכלל דא די ווערטער ארויסצוברענגען די רגשי הלב פון אזא טאג, ווען מ'זעט די בילדער פון די חטופות צוריק קומען אהיים. 💔

די וואס האבן זיך דערמאנט דריי טעג צוריק פון ""אלע"" חטופים (און האבן פארגעסן אז מוחה זיין פאר די חטופים, ברענגט ארויף די פרייז ביי כאמאס), זאלן נישט אריינרעדן דא, וזר לא יתערב בשמחתינו.

כל המתאבל על ציון זוכה ורואה בשמחתה!​
 
מ'דארף אויך ארויסברענגען, אז א חלק פון די גוטע נייעס פון די היינטיגע טאג, אז בנגביר וחבר מרעיו המופקרים האבן זיך אפגעזאגט פון זייערע תפקידים און פון די ממשלה. ועוד יותר טוב, ועוד יותר טוב.
אפיציעל האט ער זיך אפגעזאגט ביז מ'גייט צוריק אריין אין מלחמה מיט כאמאס, אבער אזוי ווי ס'גייט לכאורה נישט געשען, וועט ער שוין בלייבן אינדרויסן ביז די בחירות.
קרעדיט: גדעון סער...
 
דו מאכסט עס אויסזען ווי כאילו ס'איז דא ישראלים וואס ווילן נישט אז די פארכאפטע זאלן אהיימקומען.
יעדער וויל זיי זען אינדערהיים, די שאלה איז וויפיל ס'גייט קאסטן
 
דו מאכסט עס אויסזען ווי כאילו ס'איז דא ישראלים וואס ווילן נישט אז די פארכאפטע זאלן אהיימקומען.
יעדער וויל זיי זען אינדערהיים, די שאלה איז וויפיל ס'גייט קאסטן
איך האב אויך אזוי געוואלט גלייבן.
ביז, ביז כ'האב צוגעזען וויאזוי א חלק פון די רעכטע לאגער פירט זיך אויף, כלפי די חטופים, כלפי די משפחות חטופים, כלפי די עיסקאות.

ס'אמת אז רוב פון די רעכטע עולם וויל א ודאי אז די פארכאפטע זאל אהיימקומען, אבער ס'איז דא אין די רעכטע לאגער א שיינע עולם וואס ס'איז ביי זיי נישט די ערשטע און וויכטיגסטע זאך.

מ'קען עס צוטיילן אין צוויי מעין גרופעס אין די רעכטע לאגער, וואס האבן וויכטיגערס אין זייער מיינד ווי די חטופים:

די ערשטע גרופע איז די וואס פייטן פאר 'התיישבות יהודית בעזה'. דאס נעמט אריין בצלאל סמוטריץ וחבר מרעיו, און נאך פון די ליכוד פארטיי (קען זיין אויך בנגביר, כ'בין נישט באקאנט), און אפילו יצחק גולקנופף. און אויך אסאך רעכטע פעילים בראש פון דניאלה ווייס.
א חלק פון די חברה, איז ביי זיי די מלחמה אין עזה געווען א ציל פאר זיך (מלבד שחרור חטופים), כדי צו אנקומען צום אויסגעבענקטן ציל פון באזעצן עזה, און פארפולקאמען די צוזאג פונעם באשעפער איבער ארץ ישראל השלימה.
אויב וואלט (און ס'האט) די שחרור חטופים זיך צאמגעשטויסן מיט זייער הייליגע שאהידישע ציל פון 'התיישבות יהודים בעזה', וואלטן זיי (און זיי האבן) ענדערש געקענט באשטיין צו לאזן די חטופים הענגען אין עזה (און מ'וועט אפנעמען זייערע גופות איינמאל מ'נעמט איין עזה), דער עיקר אז די מלחמת קודש מלחמת מצוה אין עזה זאל אנגיין.

די צווייטע גרופע נעמט אריין רעכטע פאליטישן'ס און פעילים (קען אפילו זיין ביבי אליינס), וואס האבן געהאלטן אז א הסכם מיט כאמאס (וואס נעמט אריין שחרור חטופים - הפסקת מלחמה), וועט צושטערן ביבי'ס רעגירונג (אזוי ווי מ'זעהט יעצט קלאר מיט בנגביר).
און ביי די חברה איז די שמייליגע 'ממשלת ימין על מלא מלא', אסאך אסאך וויכטיגער ווי עני חטוף אין עזה.

די לינקע חברה (און נישט נאר) שרייען שוין א לאנגע צייט אז ביבי האלט אפ א הסכם, וועגן פאליטישע חשבונות (כנ"ל). די באשולדיגונג איז געווען זייער שווער צו גלייבן, און איך האב עס טאקע נישט געגלייבט.
איך גלייב עס נאך אלס נישט אינגאנצן, אבער וואס זאל מען טון אז די לעצטע פאר וואכן האבן געוויזן זייער שטארק אז יא.

א. בנגביר און סמוטריץ און יוסי שלי האבן געזאגט אז די דיעל יעצט איז די זעלבע ווי די דיעל אין חודש מאי און יולי וכו' (ביז דא האט שלי געזאגט), נאר זיי (בנגביר און סמוטריץ) האבן אפגעהאלטן די דיעל.
אויב איז עס די זעלבע דיעל, פארוואס איז עס דעמאלטס נישט ארויס לפועל, און פארוואס יעצט יא? די סיבה איז זייער פשוט, זייט סער איז אריין אין די ממשלה האט שוין ביבי נישט מורא פון בנגביר, וויבאלד ער קען נישט צעווארפן זיין רעגירונג.

ב. דאס איז יעדער מודה אז טראמפ'ס פרעשור אויף ביבי, האט געפירט אז די דיעל זאל ווערן אויסגעפירט. דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אז די זעלבע דיעל וואלט מען געקענט מאכן שוין א האלבע יאר צוריק (און אסאך חטופים וואלטן נאך געלעבט), נאר ביבי האט נישט געהאלטן דערביי, ביז טראמפ האט אים געצווינגען.

כ'וויל נאכאמאל קלאר שטעלן, ס'מיינט נישט (חלילה) אז די רעכטע האבן נישט געוואלט די חטופים, נאר ס'דא א שיינע גרופע פון די רעכטע וואס אנדערע צוועקן איז געווען אסאך וויכטיגער ווי די חטופים.
 
מ'דארף אויך ארויסברענגען, אז א חלק פון די גוטע נייעס פון די היינטיגע טאג, אז בנגביר וחבר מרעיו המופקרים האבן זיך אפגעזאגט פון זייערע תפקידים און פון די ממשלה. ועוד יותר טוב, ועוד יותר טוב.
אפיציעל האט ער זיך אפגעזאגט ביז מ'גייט צוריק אריין אין מלחמה מיט כאמאס, אבער אזוי ווי ס'גייט לכאורה נישט געשען, וועט ער שוין בלייבן אינדרויסן ביז די בחירות.
קרעדיט: גדעון סער...
ב״ג איז געווען די ערשטע טעראריסט וואס איז אהיים געגענגאן, ביי די אפמאך…
 
דו מאכסט עס אויסזען ווי כאילו ס'איז דא ישראלים וואס ווילן נישט אז די פארכאפטע זאלן אהיימקומען.
יעדער וויל זיי זען אינדערהיים, די שאלה איז וויפיל ס'גייט קאסטן
ליידער ליידער ביזט נישט גערעכט
גיי קוק נאר וואס איז דא פון די רעכטע שרייבן
עס איז ממש א פחד
זיך אזוי אויסדרוקן….
 
אויב איז עס די זעלבע דיעל, פארוואס איז עס דעמאלטס נישט ארויס לפועל, און פארוואס יעצט יא?
די ביידען אדמיניסטראציע האט געזאגט אסאך מאל אז כאמאס איז געווען דער וואס האט נישט געוואלט קיין דיעל, זעהט אויס אז זיי האבן זיך דערשראקן פון טראמפ וואס האט געזאגט אז ס'גייט קומען העלל.
 
די ביידען אדמיניסטראציע האט געזאגט אסאך מאל אז כאמאס איז געווען דער וואס האט נישט געוואלט קיין דיעל, זעהט אויס אז זיי האבן זיך דערשראקן פון טראמפ וואס האט געזאגט אז ס'גייט קומען העלל.
אוודאי איז כאמאס שולדיג, ווייל נתניהו האט זיך לעסט מינוט אנגערוקט מיט אפאר ׳קליינליכע שינויים׳ און מיט דעם איז די דיעל געגאנגן שלאפן.

עד שבא טראמפ, און מיט טראמפ ווי ס׳איז די סדר, אויב איז מען אן אמעריקאנעם פריינט ווערט מען א פיינט, וכן להיפך. און געלערנט דעם ביבי׳ן א לעסאן!
 
איך הער, די ביידען אדמיניסטראציע האט יא פארשטאנען אז כאמאס איז געווען די צוריק האלט פאר א דיעל, און די ביידען אדמיניסטראציע האט בכלל נישט געהאט קיין מוראדיגע ליבשאפט צו ביבי נתניהו, אבער קוקט אויס אז דו ווייסט בעסער, אויף וואס איז דיין אסאמפשען געבעיסט אז ביבי איז דער וואס האט נישט געוואלט קיין דיעל?
 
איך האף אז ס'איז אמת אז כאמאס האט אפגעהאלטן די דיעל און נישט ביבי.
אבער, די ביידן אדמינסטראציע דארף - פארשטייט זיך - דעפענדן זייער עליי - איזראעל, ואשר על כן איז זייערע ווערטער נישט אינגאנצן מוכרח.

און וואס איז די אסעמפשן אז ביבי האט נישט געוואלט, זעסטו דאך פון בנגביר און סמוטריץ'ס ווערטער, אז זיי האבן אפגעהאלטן די דיעל חודש מאי וכו', זיי, נישט כאמאס.
 
איך הער, די ביידען אדמיניסטראציע האט יא פארשטאנען אז כאמאס איז געווען די צוריק האלט פאר א דיעל, און די ביידען אדמיניסטראציע האט בכלל נישט געהאט קיין מוראדיגע ליבשאפט צו ביבי נתניהו, אבער קוקט אויס אז דו ווייסט בעסער, אויף וואס איז דיין אסאמפשען געבעיסט אז ביבי איז דער וואס האט נישט געוואלט קיין דיעל?
ביידען האט געוואלט א דיעל, ער האט פארשטאנען אזויווי @כספי שרייבט אז ביבי האט קעגנערשאפט אין זיין פארטיי און ער מיז זיך צושטעלן, האט ער פראבירט צו שטיפן כאמאס.
טראמפ קערט נישט אויב ס׳איז א גוטע דיעל, אדער אויב ביבי האט קעגנערשאפט פון אינסייד. האט ער צודריקט דעם ביבי און ס׳לעבעדיג, די משכונות קומען אהיים!

בדרך אגב כ׳האב ערגעץ געזען אז די סיבה פארוואס טראמפ האט געשטופט ביבי צומאכן די דיעל, איז וועגן מרים אדלסון.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top