אנקעטע נייע ישוב ערווארטעט אין פענסילוועניע

קידוש השם

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 13, 2025
מעסעדזשעס
3
רעאקציע ראטע
13
פונקטן
3
א נייע געלעגנהייט אין פענסילוועניע:
די מעגליכקייט פאר א חסיד'ישע קהילה אין קינגסטאן אין די לעצטע יארן האט געהאלטן אין איין שטייגן ביז אין די לעצטערע תקופה איז עס אנגעקומען צו קלימאקס, אזש עס איז שוין בכלל נישט קיין ווייטע חלומות און דער ציבור מעג שוין אנהייבן הערן.

דאס אלעס איז צושטאנד געקומען בשמענו את נאקת בני ישראל, ווען די וואוינונג סיטואציע אין די גרויסע חסיד'ישע צענטערן ווערן מער אומדערטרעגליך ווי א שעה גייט פארביי, אפגערעדט ווען די קינדער קומען אהיים פון די אנעפארדעבל חדר גייט עס ארויס פון קאטראל.

"פון וויליאמסבורג ביז קרית יואל, און פון מאנסי ביז לעיקוואד, זענען די שטעט איבערגעפילט, די פרייזן שטייגן כסדר, און יונגע משפחות גייען צוגרינד פשוט זיך צו טרעפן א צוגענגליכע, באקוועמע דירות בלויז צו אטעמען" האט זיך איינער פון די רבנים ביים אסיפה פארגאנגענעם דאנערשטאג אווענט געלאזט הערן.

אינמיטן דעם דרוק, האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן א נייע געדאנק, אומערווארטעט. אין הארץ פון פענסילוועניע, אין די געגנט פון קינגסטאן, שיילט זיך ארויס א פרישע גלעגענהייט, נאכדעם וואס די געגנט אין פענסילוועניע האט שוין א שטארקע, גוט-עטאבלירטע, ליובאוויטשער קהילה, מיט שולן, רבנים, א לעבעדיגע קהילה לעבן, ווי פארשטענדליך מיט אלע אנגלעגענהייטן פאר טהרתן של ישראל בהידור רב און א שטארקע אידישע עקאנאמיע וואס איז כולל אלע ערליי היימישע געשעפטן פונעם יאטקע ביזן גראסעריי, נישט פארגעסן תשמישי קדושה אויך.

יעצט, גייען אן שמועסן צו אנטוויקלען א נייע חסידישע געגנט נאר צען מינוט אוועק פון דעם אלעם, וואס וועט געבן פאר משפחות די געלעגנהייט אנצוהויבן פון פריש מיט גענוג פלאץ, סטאביליטעט, און פלאץ צו שטייגן און צו וואקסן.

די וויזיע פון די עסקנים איז צו קענען ערמעגליכן פארן ציבור צו קויפן אן אייגן דאך איבערן קאפ פאר'ן נישטיגן סומע פון בערך $300,000, מיט 1,600 סקווער פיס פער שטאק, און די יעצטיגע שמועסן רעדט מען פון צוויי שטאק — כאטש גארנישט איז נאכנישט ענדגילטיג. אפילו אין דעם פריען שטאפל, איז דער געדאנק אליין מורא'דיג: א מאדערנע, גרויסע לוקסוריעזע הויז וואס א וואקסנדע משפחה קען זיך ערלויבן, אלץ אין א רואיגע סביבה.

די געגנט אליין איז פעסט איינגערישט צו אנטפאנגען אינזער היימישן ציבור. די לאקאציע איז נאנט צו א גרויסע שפיטאל, נעבן וויכטיגע עקאנאמישע צענטערן, און עס גיט אמת'ע פרנסה געלעגנהייטן. עס איז נישט קיין אפגעזונדערטע אדער שטרויכלענדע שטאט; נאר א פלאץ וואו א משפחה קען לעבן באקוועם מיט אלע זייערע באדערפענישן, בתוכם "וויכטיגע שטיצע פאר פריוואטע שולעס" וואס אין עכשיו המקום להאריך.

נאך א גרויסע מעלה: קינגסטאן איז נאר צוויי און א האלב שעה פון די פארפאקטע חסיד'ישע געגנטן פון די טריי-סטעיט. די נאנטקייט ערלויבט ווייטער אנצוהאלטן די קשר מיט משפחה, קהילה און מוסדות, אבער גיט דאך גענוג מרחק כדי צו אטעמען, זיך באזעצן, און לעבן מיט כבוד און רואיגקייט. ווען מ'נעמט אין באטראכט אלע די זאכן — ביליגע דירות, ברייטע שטחים, עקאנאמישע סטאביליטעט, א שוין עקזיסטירנדע יסוד, און די געלעגנהייט צו בויען א פולשטענדיגע פרישע חסידישע קהילה — איז די פאטענציאל דא ממש מורא'דיג. די אנטוויקלונג קען ווערן א נייע ערשיינונג אין פענסילוועניע.

אלץ איז נאך אין דיסקוסיע; גארנישט איז נאכנישט אונטערגעשריבן, גארנישט איז אפיציעל. אבער, דער אינטערעסע איז אמת'דיג, די מאמענטום בויט זיך, און אסאך שפירן אז עפעס באדייטנד קען זיין אויפ'ן האריזאנט. ווי חז"ל לערנען אונז, "מקום מגדל את האדם," דאן קען קינגסטאן טאקע ווערן דער פלאץ וואס וועט געבן נייע האפענונג, מנוחת הנפש, און א שטארקע צוקונפט פאר חסידישע משפחות וואס זוכן א לעבן במנוחה און אריינלייגן די עיקר שטרעבן אין מאי חובתי בעולמי און קענען ערציען דורות ביז משיח'ס טאג בשלוות הנפש.
 
פארגעס דערפון.
די סקונדע עס איז ארויף אויף קרעמל האבן שוין אונזערע פליפערס אנגעהויבן צו אינוועסטירן דארט קויפן הייזער שטחים בנינים וכו. ווייל אין 15 יאר ארום גייט עס זיין א גאלד גרוב.
נאך פאר וואס ווען ווי איז שוין די פרייזן העכער ווי לינדען.
---
קענסט שוין יעצט פארגעסן דערפון.
----
הנ"ל כתבתי לפי עניית דעתי בלי שום מקורות.
 
די געדאנק געפעלט מיר שטארק
איך פלעג מיך אסאך דרייען אין קינגסטאן עס איז דא דארט אלעס אויפגעסעט. און הייזער פאר פרוטות
עב' איז יעצט זייער א הייסע מארקעט פאר די לובאוויטשע זיי קויפן דארט הייזער אין די מאסן
 
פארגעס דערפון.
די סקונדע עס איז ארויף אויף קרעמל האבן שוין אונזערע פליפערס אנגעהויבן צו אינוועסטירן דארט קויפן הייזער שטחים בנינים וכו. ווייל אין 15 יאר ארום גייט עס זיין א גאלד גרוב.
נאך פאר וואס ווען ווי איז שוין די פרייזן העכער ווי לינדען.
---
קענסט שוין יעצט פארגעסן דערפון.
----
הנ"ל כתבתי לפי עניית דעתי בלי שום מקורות.
איך האב אסאך געשפענדט צייט מיט עמך אידעלעך וואס זוכן צו שפארן קאסטן מיט בודזשעטינג, איך האב נאר אנעקדאטישע דאטא, אבער פון די פאר הונדערטע מענטשן און שמועסן האב איך איינגעזעהן אז מופן דארף מען פון ספענדן די צוריקטע לייפסטייל.

פון די אלע געגנטער און חלומות וויפיל הערט מען נאכדעם א review א יאר שפעטער וויפיל מ'האט געשפארט? כדרכו קאנטענט קריעטערס?

איינער האט ספרעדשיטס? איך גלייב אז דא דארט דרייען זיך מענטשן וואס האבן חשבונות, אבער צו זאגן אז מ'שפארט? ווער זאגט? ווייל ס'שטייט אויף פעיפער א אנדערע נומבער? יא אבער אז דו דארפסט דרייוון אין שטאט אריין יעדע חתונה און דיין ווייב אויך איבעראל ווי דו פלעגסט נישט און יעצט האסטו לענדסקעפינג, רוימען און קלינען, און אנדערע phantom costs נייע שכר לימוד פרייזן ועוד ועוד זאגט ווער אז overall איז די לעבן ביליגער? איך גלייב נישט גארנישט היינט ביז איך זעה sexy YouTube style שיין מסודר'דיגע נומבערס.

אויף לעיקוואד קען מען זיכער אזוי זאגן, קינגסטאן וועט מען זאגן אזוי 10 יאר ארום...

לעיקוואד היינט איז לוקסוס מער ווי סיטי, מענטשן האבן 2 קארס, גרעסערע הייזער מיינט מער מעינטענעס, און ס'איז געווארן א פרעס לאנד מיט אן איבערפלוס פון רעסטוראנטן, און די דימענד דארט פאר גראסערי פראדוקטן ווייל פרויען קאכן קוים איז ריזיג, און while איך האב אויך זייער ליב פוד, מאך איך סתם די פוינט אז די ווארט "מופן" מיינט נאכנישט מ'גייט "שפארן"

כ'האב אפילו נישט געטאשט אויף די פליפן מארקעט דאס איז שוין ביסיידס די פוינט אז אויב איז עס נישט סאושלייזט טוט מען נישט אזויפיל אויף.

באנדע לצים.

קומט מען צוריק צו פערסנאל פיינענס.

ס'איז גאר פשוט:
ס'רופט זיך lifestyle creep

אז פרומע אידן ווילן שפארן קענען זיי היינט קויפן קאנדאם'ס און פייערן רוימערקעס, ווייל א נארמאלע מיטל קלאס פארל שעמט זיך נישט צו רייניגן אליינס. אבער אונז? אונז זענען דאך רעסיסטס... איך מיין "בני מלכים"

איך זאג נישט, יעדער וואס מופט קויפט זיך צוריק אביסל פרידאם, און מאכט די קאמיוניטי אביסל ברייטער, אבער אין די גרויסע בילד דארף מען ארויסמופן פון די קאפ.
 
פאר די געלט פארוואס נישט סקרענטען? ס'איז נענטער.
 
האסט א פוינט אז מענטשן קענען נישט באדשעטן, אבער די פרייז צו קויפן א פשוטע נארמאלע הויז איז ממש נישט שייך כהיום אין די היימישע געגנטער פאר א פשוטע פארדינער. מאנסי? לעיקוואד? אלעס שטייט שוין איבער א מיליאן.
 
פאר די געלט פארוואס נישט סקרענטען? ס'איז נענטער.
קענעדיג פון די נאנט די פלאנירער רבנים עסקנים וכו' ווייס איך צוזאגן אז quality & affordability is their focus and priority יעצט זול וגמור צי סקרענטאן פאלט אינטער די סלאגאן....
 
פלאנירער פון וואס?
גראדע פאר דעם געלט קענען זיי ג'יין אין די מאונטענס , זיך באזעצן אין עני שטעטעל
 
אין הכי נמי, אבער לאמיר זעהן צי עס פאלט אינטער אינזער אויבן דערמאנטע סלאגאן,,,
חוץ פון קאנטריס פארן רייכע שיכט וואס איז דא דארט
די פרייזן ציפעדיג הויך, עקאנאמיע איז טויט , קוואליטעט איז אין די גרעסערע חלק פונעם יאהר כמעט ביי נול ממילא חוץ פין האבן עקזיסטירנדע מקוואות (אויב זיממער איינוואוינער וועלן עס לאזן ניצן ,,) איז גארנישט דא דארט
 
פאר איך ענטפער דיר,
לאמיר הערן וואס האסטו מיט דעם, און וואס פלאנירט מען?
איינער האט שוין געשריבן אויף אייוועלט דערוועגן אפאר חדשים צוריק אבער האט אויסגעזען עפעס א דמיון .
קום אריין מיט דיטעילס ביטע , עס זעט אויס אינטערסאנט צו הערן.
איז די פלאן צו עפענען מוסדות אדער שיקן קיין חב"ד?

אבער לגבי סאליווען קאונטי האסטו סתם געשאסן א לאטקע וואס איז נישט אמת,
אין סאליווען קאונטי איז דא כהיום איבער 1000 גאנץ יעריגע חרדישע תושבים ,
סאיז א קארגע שעה פון מאנסי, און 45 מינוט פון מאנרא ,
און זשאבס איז זיכער גרינגער דא, ווי אין די פארשטיפטע קינגסטאן ,
איך געדענק ווען א חבד'סקע ביזנעס חבר מיינע האט געמופט אהין שוין באלד 10 יאר צוריק פון די ערשטע תושבים ,ער האט געצאלט 50 אלפים פאר זיין הייזקע,
אין סוליווען קאונטי האסטו היינט צוטאגס אלעס וואס א פרומע איד דארף אויפן טאג טעגליכן לעבן , אין ביז א שעה אוועק אין מאנסי/מאנרא האסטו אלע מותרות אויב די דארפסט ,און מיט א מעסזענזשער פאר קארגע פאר טאלער, האסטו אלעס ביי דיין טיר ביז א שעה/צוויי ,
אינקלודינג אז אין סוליווען קאונטי איז דא 5 עסטעבלישט מוסדות מיט ישיבות, מיט נאך צענדליגע אדער קרוב צו הונדערטע געשעפטן וואס קענען זיך עפענען אין איין טאג אויב עס פעלט אויס,
ווייטער הייזער איז דא דארט לרחצה אין אלע צענדליגע שטעטלעך פאר אינטער 3/400 טויזענט רעינדזש, איך רעדט פון די זעלבע סארט אלטע הייזקעס ווי קינגסטאן ,
בקיצור קינגסטאן ברענגט נישט גארנישט מער , טאמער עפעס נאר ווייניגער , סאיז גוט צו חלומ'ן מיין איך , און נאכדעם זאגן אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, פארוואס איך זאג עס,
וועגן איך זע נישט וויפעל חסידישע אידן זענען גרייט צו וואינען באנאזאם מיט חב"ד'סקע
It's a different culture
איך ווייס אז דארט איז שוין דא, דאכט זיך א סקווירא חסיד און נאך ,שוין א שטיק צייט, געווארענע חבד'סקע, אבער סאיז נישט פאר סתם א אינגערמאן, אויסער איינער וואס וויל ווערן א חבד'סקע אדער זיך אפשאקלען פונעם סיסטעם
 
לעצט רעדאגירט:
פאר איך ענטפער דיר , וואס האסטו מיט דעם, און וואס פלאנירט מען? שוין געשטאנען אויף אייוועלט דערוועגן אפאר חדשים צוריק אבער האט אויסגעזען עפעס א דמיון .
קום אריין מיט דיטעילס ביטע , עס זעט אויס אינטערסאנט צו הערן.

אבער לגבי סאליווען קאונטי האסטו געשאסן א לאטקע,
אין סאליווען קאונטי איז דא כהיום איבער 1000 גאנץ יעריגע חרדישע תושבים ,סאיז א שעה פון מאנסי, און 45 מינוט פון מאנרא ,און זשאבס איז זיכער גרינגער ווי אין די פארשטיפטע קינגסטאן ,איך געדענק ווען א חבד'סקע ביזנעס חבר מיינע האט געמופט אהין שוין באלד 10 יאר צוריק פון די ערשטע תושבים ,ער האט געצאלט 50 אלפים פאר זיין הייזקע,
אין סוליווען קאונטי האסטו היינט צוטאגס אלעס וואס א פרומע איד דארף אויפן טאג טעגליכן לעבן , אין ביז א שעה אוועק אין מאנסי/מאנרא האסטו אלע מותרות אויב די דארפסט ,און מיט א מעסזענזשער פאר קארגע פאר טאלער, האסטו אלעס ביי דיין טיר ביז א שעה/צוויי , אינקלודינג אז אין סוליווען קאונטי איז דא 5 עסטעבלישט מוסדות מיט ישיבות, מיט נאך צענדליגע אדער קרוב צו הונדערטע געשעפטן וואס קענען זיך עפענען אין איין טאג אויב עס פעלט אויס, ווייטער הייזער איז דא דארט לרחצה אין אלע שטעטלעך פאר אינטער 3/400 טויזענט רעינדזש, איך רעדט פון די זעלבע סארט אלטע הייזקעס ווי קינגסטאן , בקיצור קינגסטאן ברענגט נישט גארנישט מער , טאמער עפעס נאר ווייניגער , סאיז גוט צו חלומ'ן מיין איך , און נאכדעם זאגן אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, פארוואס איך זאג עס, וועגן איך זע נישט וויפעל חסידישע אידן זענען גרייט צו וואינען באנאזאם מיט חב"ד'סקע
It's a different culture
איך ווייס אז דארט איז שוין דא דאכט זיך א סקווירא חסיד און נאך שוין א שטיק צייט, געווארענע חבד'סקע, אבער סאיז נישט פאר סתם א אינגערמאן, אויסער איינער וואס וויל ווערן את חבד'סקע אדער סתם זיך אפשאקלען פונעם סיסטעם
אגב מיר רעדן נישט ווי לובאוויטש איז נאר בערך א צען מינוטיגן דרייוו אוועק אין א פרישן אייגענעם דעוועלאפמענט ווי עס גייט אלעס זיין דאך פארן ערשטע תקופה איז עס נישט אין מדבר לגבי אידישקייט
יא עסקנים דעוועלאפערס רבנים וכו' זענען שוין געזעצן אבער בעפאר מלאזט זיך אריין אין אזא אינטענעמונג (וואס פאטענציאל קען זיין גרייט אויף פסח פ"ח) דארף מען הערן די צבורס תגובה
חוץ פון דעם האט עס געוואלדיגע מעלות ווי למשל לגבי פראפערטי טעקס ,פרייוועט סקולינג, מיט א דגוש אויף עקאנאמיע מעגליכקייטן אין א עקזיסטירענדע נארמאלען עקאנאמיע (איבער צייג זיך אליינס אויף לובאוויטשס וועבזייטל), גיטע שפיטעלער לאקאל האפענטליך אויף שמחות וכו'
דאס איז חוץ וואס אויף די קעטסקילס פרייזן מיין איך מיר זענען מחולוק און די מאנטיסעלא קאמיניטי איז נישט געאייגנט פאר יעדעם איינעם ודי לחכימא ברמוזא ותן לחכם ויחכם עוד

איין מעלה געב איך פאר מאנטיסעלא אז אין די זוממער איז דא אלע ארליי געשעפטן, מיט אסאך מענטשן..... חוץ פון דעם שפייעט דער עולם דארטן הייסע ניקלס
אוי די זארגבארע אויגן פון די איינוואויער ווען די בני שטאט פארן אהיים נאכן זוממער,,,
און בביי די וועי די חודש קימט זיי אויס די זעלבע (אפילו אן קיין עקאנאמיע) ווי און מאנסי
 
לעצט רעדאגירט:
אגב מיר רעדן נישט ווי לובאוויטש איז נאר בערך א צען מינוטיגן דרייוו אוועק אין א פרישן אייגענעם דעוועלאפמענט ווי עס גייט אלעס זיין דאך פארן ערשטע תקופה איז עס נישט אין מדבר לגבי אידישקייט
יא עסקנים דעוועלאפערס רבנים וכו' זענען שוין געזעצן אבער בעפאר מלאזט זיך אריין אין אזא אינטענעמונג (וואס פאטענציאל קען זיין גרייט אויף פסח פ"ח) דארף מען הערן די צבורס תגובה
חוץ פון דעם האט עס געוואלדיגע מעלות ווי למשל לגבי פראפערטי טעקס ,פרייוועט סקולינג, מיט א דגוש אויף עקאנאמיע מעגליכקייטן אין א עקזיסטירענדע נארמאלען עקאנאמיע (איבער צייג זיך אליינס אויף לובאוויטשס וועבזייטל), גיטע שפיטעלער לאקאל האפענטליך אויף שמחות וכו'
דאס איז חוץ וואס אויף די קעטסקילס פרייזן מיין איך מיר זענען מחולוק און די מאנטיסעלא קאמיניטי איז נישט געאייגנט פאר יעדעם איינעם ודי לחכימא ברמוזא ותן לחכם ויחכם עוד
בקיצור די רעדסט פון בויען א פרישע דעוועלעפמענט פון ברענד ניו הייזער ? א מעשה פון אפאר יאר ארום ,איך הער , דעמאלטס גאר ביליג קען עס שוין נישט זיין, טאמער שטעלסטו צו מוסדות וכדומה, דארפסטו באצאלן פאר עס ,עיין ערך לעיק פראנט,
און אז די בויעסט פון פרישע ,קענסטו טין די זעלבע אין קעטסקילס, ווען אידישע אינפרעסטרוקטשער האסטו דארט מער , און נעעטער צו עקזיסטינג אידישע ישובים ווי די האסט מער זשאבס.
די דארפסט נישט מופן אין מאנטיסעלאו,קענסט מאכן א ישוב אין יעדע שטעטל אין די קעטסקילס, אנגעהויבן פון ווארטסבערו ביז ליווינגסטען מענאר ,
געמיינט אז מען רעדט פון מופן אין אלטע הייזקעס ווי די חבד'סקע פאר שפאט ביליג,
אקעי לאמיר ווארטען און זען אי"ה

די קעטסקילס האט כהיום שיינע הערליכע געגענטער , אנגעהויבן מיט
קרית יטב לב-בלומינגבערג
קרית ברסלב-ליברטי
שכונת מאנטיסעלאו
וויזניץ-קיימישע
ישיבות סאוט פאלסבורג-ליטווישע
די געגענט אין וואודרידש

טאמער זאגסטו אז די אלע בערך טויזענט משפחות כן ירבו שפייען ניקעלס, דעמאלטס אידן אין די אנדערע ישובים שפייען בלוט, די אלע משפחות לעבן באשיידן און די לעבן קאסט ביליגער ווי אין אנדערע ישובים.

און די דארפסט נישט ווארטען צוויי יאר צו בויען,קענסט יעצט עפענען א יושב אין פאלסבורג ,לאק שעלדריק, ווארטסבעראו, עלענוויל, וואדבערען ועוד ועוד ,ביליגע הייזער ,בתי מדרשים און מקוואות,כשר'ס און וואס נישט
 
לעצט רעדאגירט:
בקיצור די רעדסט פון בויען א פרישע דעוועלעפמענט פון ברענד ניו הייזער ? א מעשה פון אפאר יאר ארום ,איך הער , דעמאלטס גאר ביליג קען עס שוין נישט זיין, טאמער שטעלסטו צו מוסדות וכדומה, דארפסטו באצאלן פאר עס ,עיין ערך לעיק פראנט,
און אז די בויעסט פון פרישע ,קענסטו טין די זעלבע אין קעטסקילס, ווען אידישע אינפרעסטרוקטשער האסטו דארט מער , און נעעטער צו עקזיסטינג אידישע ישובים ווי די האסט מער זשאבס.
די דארפסט נישט מופן אין מאנטיסעלאו,קענסט מאכן א ישוב אין יעדע שטעטל אין די קעטסקילס, אנגעהויבן פון ווארטסבערו ביז ליווינגסטען מענאר ,
געמיינט אז מען רעדט פון מופן אין אלטע הייזקעס ווי די חבד'סקע פאר שפאט ביליג,
אקעי לאמיר ווארטען און זען אי"ה
ברוך השם געלאנגענע חברה זענען איוואלווד מהאפט אויף הייזער- בעיסמענט נישט אויף געפיקסט מיט ערשטע פלאר פאר 285 אינקלודינג מקווה חדר שיל וכוי' אין פארשטייט זיך א שטאט אוועק געשטעלט אויף די אייגענע פיס מיט מענטשען וואס שטעלן זיך אוועק אויף די אייגענע פיס אזאך וואס ווייניג ישובים פארמאגן

אגב איבער א מנין אידן וואס האבן ריעל עסטעיט וכו' דארטן אין די געגנט האבן שוין געמאלדן מיט גרויס אינטערעס אז זיי ווילן אהין מופן וואס דאס איז גאר א פאזיטיווע אנטוויקלונג אין מערקווענדיג דאס איז נאך פארן פארמאל אנאנסירן בנוגע דעם שטעטל
 
ברוך השם געלאנגענע חברה זענען איוואלווד מהאפט אויף הייזער- בעיסמענט נישט אויף געפיקסט מיט ערשטע פלאר פאר 285 אינקלודינג מקווה חדר שיל וכוי' אין פארשטייט זיך א שטאט אוועק געשטעלט אויף די אייגענע פיס אזאך וואס ווייניג ישובים פארמאגן
איינער בויעט עס לשם מצוה?
סאיז דא נדבנים פון שווערע מיליאנען פאר מוסדות,מקוואות און בתי מדרשים ?
ברענד ניו הייזער פאר 285 ? מיט צוגעשטעלטע מוסדות?
פוסטע דמיונות ,סארי
הלוואי ווען סאיז מעגליך
 
קענעדיג פון די נאנט די פלאנירער רבנים עסקנים וכו' ווייס איך צוזאגן אז quality & affordability is their focus and priority יעצט זול וגמור צי סקרענטאן פאלט אינטער די סלאגאן....
קום אריין קלאר, מען רעדט פון אויפבויען פרישע הייזער? אויף דעם דארף נישט צו זיין קיין חילוק פון א וואלד אין/לעבן סקרענטען אדער קינגסטאן.

סקרענטאן איז סיי נענטער, און סיי א גרעסערע שטאט ווי קינגסטאן וואס האט מער מעלות ווי פרנסה געלעגנהייטן, גרויסע גויאישע געשעפטן א.ד.ג.

אלטע הייזער איז נישט קיין גרויסע חילוק אין פרייז איינע פון די אנדערע.
 
Back
Top