נייעס אין דער טעכנאלאגישער וועלט

ברק הכחול

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2024
מעסעדזשעס
191
רעאקציע ראטע
775
איך עפן דעם שנירל פאר אלע טעכנאלאגיע נייעס
פון עפל'ס IOS 18 ביז דיסקוסירן די קראודסטרייק אוטעדש
עווענשעלי האפט מען זיך אויסצוברייטערן און צוטיילן אלע נושאים אויף באזונדערע שנירלעך, און פארוואנדלען די טעכנאלאגיע ווינקל צו א צווייטער היים פאר די אלע Tech Nerds


ובזה החלי

גוגל האט אנאונסט די Pixel 9 סעריע און די Pixel Fold

גוגל האט אנאונסירט די נייע פיקסעל 9 מאדעלן
Pixel 9
Pixel 9 Pro
Pixel 9 pro XL
Pixel 9 Pro Fold
און פארשטייט זיך מיט א געוואלד מיט AI פיטשערס

פאר דער ערשטער מאל האט גוגל אנאונסירט צוויי מאדעלס פון די Pixel Pro מיט צוויי נייע סקרין סייזעס Pixel 9 Pro און Pro XL
דער חידוש אין דער סעריע איז דווקא דער Pixel 9 Pro וואס אפערט די פיטשערס פון די Pro מיט א קלענערע סקרין
דער Pixel 9 Pro Fold איז גוגלס צווייטער פּראָבע אויף א פאלדעבל טעלעפאן און עס קוקט אויס אז די פירמע האט זיך געלערנט א סך פון דעם אריגינעלן Pixel Fold וואס איז געווארן ריליסעד לעצטער יאר

די Pixel 9 Pro איז דער קלענסטער Pro מאדעל ביז אהער מיט א 6.3 אינטש סקרין

דער Pixel 9 Pro XL האט א 6.8 אינטש סקרין וואס איז גרעסער ווי די Pixel 8 Pro וואס מאכט עס די גרעסטע Pixel Pro מאדעל ביז יעצט
אלא סקרינס קומען מיט א 120 הירץ ריפרעש רעיט מיט אן OLED פאנעל אבער בשעת דער ביז יעצטיגע מאדעל אפערט נאר א FHD רעזולושען די Pixel 9 סעריע קומט מיט א 2K רעזולושען

דער Pixel 9 Pro Fold האט אויך באקומען א שיינעם אפדעיט די דרויסענדיגע סקרין איז געוואקסן פון 5.8 אינטש צו 6.3 אינטש אויך די מעין סקרין איז געוואקסן פון 7.6 אינטש צו 8 אינטשעס

אלא Pixel 9 מאדעלס לויפן אויף דער זעלבער נייע Tensor G4 פראסעסער מיט מער RAM מיט די סיבה צו קענען הענדלען די צוגעלייכטע AI פיטשערס (Gemini Live Pixel Studio)
 
שכח! כ'בין מודה אז כ'פארשטיי נישט אלעס. איין זאך איז מיך קלאר, כ'קויף נישט מיין קומעדיגע פאון פאר איך רעד מיט @ברק הכחול
 
שכח! כ'בין מודה אז כ'פארשטיי נישט אלעס. איין זאך איז מיך קלאר, כ'קויף נישט מיין קומעדיגע פאון פאר איך רעד מיט @ברק הכחול
אדרבה
מקען קומען אין אישי
אדער עפענען א פרישע אשכול ווי דערוילעם העט ארויסהעלפן, כל איש לפי העקספיריענס שלו..
 
די פראגע איז אויב גוגל קען קאנקורירן מיט עפל און גאלעקסי.

לאמיר עס בעסער צעלייגן. האט גוגל געברענגט עפעס צום טיש וואס געלעקסי עס-24 און אייפאון 15 האבן נישט?
,
גראדע פאר די פרייז וואס מען צאלט באקומט מען לכאורה מער ביי פיקסעל.
 
פיקסעל פאונ'ס זענען פאפולער ביי פאטאגראפיע ליבהאבער צוליב די גוטע קאמערא אפציעס און קוואַליטעט, אויך איז עס פאפולער ביי די ארימערע שיכט, וויבאלד די קריגסט א פרימיום פאון פאר עפארדעבל פרייזן (כ'רעד נישט פון די פאלד וואס איז בערך די זעלבע פרייזן אדער טייערער ווי די קאנקורענטן)
 
האט איינער עקספעריענס מיט די פיקסעל?
יוזער אינטערפעיס.
פילט זיך עס אזוי ווי א סעמסאנג ענדרויד, אדער מער ווי א גוגל עקא סיסטעם ווי עפל און עמעזאן פייער?
 
האט איינער עקספעריענס מיט די פיקסעל?
יוזער אינטערפעיס.
פילט זיך עס אזוי ווי א סעמסאנג ענדרויד, אדער מער ווי א גוגל עקא סיסטעם ווי עפל און עמעזאן פייער?
זיכער נישט ווי א סעמסאנג, וויבאלד סעמסאנג האט א אייגענע user interface אין צוגאב צו זייערע אייגענע עפפס און לעיאוט, און גוגל האט היינט אלעס אליינס, (פאון עפפ, גוגל מעסעדסשינג, גוגל העלט און נאך צענדליגער אנדערע) וואס ווערט גענוצט ביי נאך אסאך ענדרויד פראדעצירער, חוץ דעם האבן זיי א אייגענע user interface פאר די פיקסעל ליניע, (דער שרייבער פון די שורות האט פאר א תקופה געטוישט צו one plus אבער האט שנעל צוריקגעטוישט צו סעמסאנג, נאך וואס איך האב זיך שווער געבענקט צו זייער לעיאוט, עפפס, סעטינגס און אפציעס)
 
די מעלה פון פיקסעלס קעמרע איז אז עס נעמט נישט קיין צייט צו לאודן.
אנדערש ווי ביי סעמסאנג וואס ביז די קענסט כאפן א פיקטשער איז שוין די סצענע פאריבער
 
גוגל האט אויך ריליעס נייע עירבאדס און א נייע פיקסעל זייגער
כהאף נאך אריינצוקומען מיט א באריכט אויף דעם

(און ניין, מהעמער נישט בלייבן סטאק ביי פיקסעל, סקומט נאך א באריכט אויף די נייע IOS 18, כבין נאך אינמיטן טעסטן די בעטע ווערסיע, כווארט עס זאל זיך אביסל בארואיגן, און זיי זאלן ריליעסן די פיינעל וועסיע)
 
HMD האט אנאונסט א נייע Barbie פאון
יע, נאטינג עקסייטינג,מרעדט א פון דא פליפ פאון, מיט א שרייערדיגע פינקע קאליר.

די טעלעפאון איז בעיסעד אויף די נוקיע 2660, מיט א 2.8 אינטש סקרין, און א דרויסענדיגע סקרין פון 1.77 אינטש, מיט א Unisonic T107 פראסעסער מיט 64 מעגא בייט רעם, און 128 מעגא בייט (יא, מעגאבייט) סטארעדש - מיט אן אפציע פאר מער סטארעדש מיט א עס די קארטל.

סקומט מיט א סינגל קעמרע, מיט VGA קוואלעטי, אדער דריי מעגא פיקסל, מיט א 1450 מיליאמפער בעטערי, סהאט אויך א עירפאנס דשעק מיט בלוטוט

בקיצור א מעגא פון א פאון וואס קען קעם קוים טוהן די פונקציע פון פלאצירן א פאון קאול,
אבער העי, איך מעכטיג, איך האב די קילע בארביע פאון
פיינע פלוכעס דער זכר, העע?



1724952213427.png
1724952250190.png
 
פיינעלי האט עפל ארויסגעלייגט זייערע נייע פרודאקטען.

נייע פאון- אייפאון 16 און 16 פרא
נייע זייגער
און נייע עירפאדס 4.
אינטערעסאנט אז די קאלירן הייסן פשוט
פינק בלעק ווייט אנשטאט מידנייט סטארלייט וכדו'
איך מיין ביי 15 האבן זיי שוין אויך געזאגט די נארמאלע קאליר נעמען
 
אין אנדערע טעכנאלאגישע נייעס(?)
האט עמעזאן אנאנסירט אז פרישע פרייוועט לעיבעל
Amazon Saver
פאר גראסערי אייטעמס מיט ביליגע פרייזן
 
די באאינג סטארליינער איז למעשה אהיימגעקומען פון ספעיס בשלום אן קיין מענטשן
די אסטראנאטן וועלן דארפן ווארטן ביז פעברואר אהיימצוקומען
ספעיס עקס וועט ארויפפליען סעפטעמבער 24 מיט צוויי אסטראנאטן אנשטאט פיר און אהיימקומען אין פעברואר מיט פיר
נאסא זאגט: אונז האבן צוויי גוטע פארטנער'ס באאונג און ספעיס עקס ווען איינע פון זיי האבן פראבלעמן ווארפן אונז נישט שטיינער, אונז ארבעטן מיט זיי צו אדורך גיין די פראבלעמן
 
גוגל האט אנאנסירט אז זיי פלאנען אריינצולייגן א דיינעמיק איילענד אזוי ווי עפל
1001248171.jpg

זיי גייען עס אריינלייגן אין די ענדרויעד 16 אפערעיטינג סיסטעם, וואס גייט הערשט ווערן ריליעסט אין צווייטע חלק פון 2025

זייער פראקטיש צו זעהן וויפיל צייט סאיז נאך געבליבן ביז די טעקסי קומט אן, אדער וועלכע ניגון סשפיעלט אין די בעקראונד וכו'

1001248197.jpg
 
לעצטע פאר יאר האט מען כמעט נישט פארבעסערט די סמארטפאונס. צווישן געלעקסי S-22 און S-24 איז כמעט נישטא קיין חילוק.

דאס איז א גרויסע פראבלעם פאר די טעכנעלאגיע פירמעס.

נו, הייבט מען אן פארפירן דאס עולם.
עפל לייגט צו א קנעפל אויף די זייט,
גוגל לייגט צו אן אינזל,
סעמסאנג לייגט צו א זילבערנעם רינגל ארום די קאמאראס,
נישט פארגעסן פון די נייע טונקל גרינעם קאליר...

מען הענגט אויף גיגאנטישע טאוולען העכער די בעטערי טונעל אריינגאנג, ווי מען זעהט קלאר די נייע קנעפל אויף די איי פאון און עולם גולם (אינקלודינג מיך) "רעשט" אויס די קארטל.

מען שפאצירט נאך ארויס פונעם עפל געשעפט מיט א הארטע ווייסע בעג, איבריגע צו זאגן אז מען געבט אזא לייג ארויף אויף סטאטוס א בילד פונעם שטאלצע בעג... אינטערשטע ליניע די מארקעטינג ארבעט!
 
לעצט רעדאגירט:
גוטע נקודה @צוזאמגעדרייט

גראדע פיקסעל האט לויט מיין עפיניאן געמאכט די מערסטע אינפראוומענט דורך אויס די לעטסטע 4/5 יאר
(עפל און סעמסאנג האבן זיך אויך געטוישט, אבער נישט מי יודע מה)
 
גוטע נקודה @צוזאמגעדרייט

גראדע פיקסעל האט לויט מיין עפיניאן געמאכט די מערסטע אינפראוומענט דורך אויס די לעטסטע 4/5 יאר
(עפל און סעמסאנג האבן זיך אויך געטוישט, אבער נישט מי יודע מה)
יא ווייל פיקסעל איז געווען אונטערשטעליג, זיי האבן זיך בלויז א שאקל געגעבן. אנהייב זמן סטייל.

למעשה האט יעצט פיקסעל א מעלה אז מען באקומט פאר א גוטע פרייז א "טאפ אוו די ליין דיווייס" כ'מיין אז סעמסאנג און עפל שטייען אביסל בעסער.

די נאנקייט אין קוואליטעט און דאס ווייטקייט אין פרייז איז עפעס צו ארויספונקטן.
 
קיינער קען נשט בייטען עפפעל׳ס קאמערעס (נישט די הארדוועיר, נאר די פיקטשער פראסעסינג).
קוק אן א בילד פון א עפל ווס. א גאלעקסי לא קרב זה אל זה.
מען דארף אבער זיין גרייט צי ליידען פון עפפעלס משוגעת׳ן אויף צי האבן א גוטע קעמערע.
ווען וועלט איז וועלט קויף איך א גאלעקסי מיט עפעל׳ס קאמערא סיסטעם.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top