- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 574
- רעאקציע ראטע
- 1,987
ס׳דא וואס האלטן פארקערט
אז די פּעסימיסטן האבן אזוי מורא פון טויט אז זיי מוזן אנטלויפן פון יעדע דערמאנונג דערוועגן
און די אָפּטימיסטן זענען זיך מח׳׳ מיט וויפיל לעבן זיי קענען אמת׳דיג לעבן און זענען משלים אז מיר אלע גייען שטארבן און מיר ווייסן נישט ווען - און דוקא זייער אָפּטימיזם איז וואס לאזט זיי רעדן matter of factly וועגן טויט
איי וועסטו זאגן, וואס דארף מען זיין אזוי ״נעגעטיוו״ און זאגן פון לעבן צו טויט?
פשוט פשט קען זיין: אפנהארציגקייט, די סדר העולם איז קודם לעבט מען, נאכדעם שטארבט מען.
און דרך אגב, איז דא וואס טענה׳ן אז די סיבה פארוואס פאר אסך פון אונז שרעקט אזוי דאס טויט און ס׳פארפאלגט א פחד ווען איינער ברענגט ארויף די טעמע דורך א טראגעדיע ווען ס׳פילט דראענד - איז פשוט ווייל אסך פון אונז האבן ליידער נאכנישט טועם געווען א טעם פון לעבן, ממילא די prospect פון שטארבן ווערט דאפלט שרעקעדיג. (סך גרינגער משלים צו זיין דערמיט ווען קודם קומט אביסל גוטע עולם הזה און נאכדעם גייט מען אויף עולם הבא, אבער ווען מ׳פילט גערויבט פון יעדע געשמאק, און אז מ׳האט נאך בכלל נישט געלעבט - אפילו נישט אביסל ״יוצא צו זיין״ דעמאלס איז עס אכזריות׳דיג צו טראכטן שוין יעצט פון טויט)
@חיים למוות קען אבער זיין גאר אן אנדערע באדייט, ווען איינער באוויינט אז ער איז געבוירן פול מיט לעבנסלוסט און די סיסטעם האט עס אוועקגעריסן און געמאכט א טויטע עקזיסטענץ...
אין אזא פאל קענסטו - פשטות - עס אנקוקן פּעסימיסטיש,
אבער באמת קען עס אויך זיין פארקערט: אנשטאט עס צו באהאלטן און זיך אויפעסן מיט צער אינעווייניג, זאגט ער עס ארויס גראב און אפן אן קיין בושה (ער איז נישט דער גנב, וואס האט ער זיך צו שעמען?) און אזא צוגאנג פון unapologetically זאגן דעם אמת קען פון יסוד זיין גאר אן אפטימיסטישע approach לפענ״ד