אפענהארציגע אינטערוויו מיט א טאטע וואס מען האט אים אפגעהאקט פין זיין זוהן, ביז עס איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

משתוקק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 22, 2024
מעסעדזשעס
246
רעאקציע ראטע
1,341
פונקטן
223
View: https://youtu.be/IdBMNvHfYlE?si=fh9Gq2hkQSbG3JLI



אזוי ווייטאגליך אין פעינפול דאס צוצוהערן.
עס איז א וויי געשריי אז אזאלכע אביוז קומט נאך פאר.

עס איז נישטא קיין צווייטע זייט אויף נישט לאזן א קינד זעהן זיין טאטע!!
אין כל הכבוד פאר די טאטע צו נעמען די קוראדזש אין כוח ארויסצוקומען אין פובליק!
 
א דאנק פארן שערן. אנגעהויבן הערן, געוואלט וויסן פון וועם מ'רעדט, קענסט צולייגן אויפן קעפל אז ס'איז די אלעמען באקאנטען גאלד מעשה.

אוי טאטע...
 
א דאנק פארן שערן. אנגעהויבן הערן, געוואלט וויסן פון וועם מ'רעדט, קענסט צולייגן אויפן קעפל אז ס'איז די אלעמען באקאנטען גאלד מעשה.

אוי טאטע...
קום אריין אין קורצן מיט די דיטעילס איבער די גאלד פרשה פאר ווער עס ווייסט נישט.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס ערגסטע פון אלס און אלעמען איז אז מען לאזט אים נאכאלץ נישט זעהן זיין טאכטער. רשעות אויף נאך א שטאפל שווער צו פארשטיין.
 
קום אריין אין קורצן מיט די דיטעילס איבער די גאלד פרשה פאר ווער עס ווייסט נישט.
א דאנק דיין עפארט צו עס עפענען, האסטו דא א לינק צי ק"ש וואס די מעשה איז דארט געווארן באריכטעט בשעתו.

איך ווייס נישט וויפול מ'קען קלוגער ווערן דארט, אבער מ'קען זעהן די צימעשעניש.

די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי - בלאט 3 - קאווע שטיבל
 
א דאנק דיין עפארט צו עס עפענען, האסטו דא א לינק צי ק"ש וואס די מעשה איז דארט געווארן באריכטעט בשעתו.

איך ווייס נישט וויפול מ'קען קלוגער ווערן דארט, אבער מ'קען זעהן די צימעשעניש.

די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי - בלאט 3 - קאווע שטיבל
געדענק איך דער אשכול, אבער ס'איז געווען גאנץ ברמז, ווער קען פארציילן אין קורצן, ברענגען די בריוו, וכדומה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס ערגסטע פון אלס און אלעמען איז אז מען לאזט אים נאכאלץ נישט זעהן זיין טאכטער. רשעות אויף נאך א שטאפל שווער צו פארשטיין.
דאס איז די מאמר - השנאה מקלקלת את השורה
ווען עס ווערט שנאה איז דאך דא, די מעשה פון שלמה, ווי זי האט גיזאגט -גזורו גם לי גם לך לא יהיה , די מענטש נאטור פון מדות,האט זיך זייער וויניג גיטוישט זייט אדם וחוה .
 
סאיז גוט אז ער קימט ארויס אפען, ווייל מענטשען מיינען אז היינט איז אכשר דרא און סגעשעהנט מער נישט אזאנע זאכן
יא, אפילו היינט איז דא שלעכטע שלענג, מענער און פרויען, און מדארף עס מגנה זיין,
טוענים פלעגען אמאל העלפען פרויען מיט עצה'ן צו זאגען אז דער מאן איז א מאלעסטער, אזוי וועט ער פארלירען קאסטעדי
דאס רשעות מעג שוין נעמען אן עק [מיכאל ז"ל]
 
גענדיגט קוקן, דאס איז מיין פעלימינערי מחשבות.

1. ערשטנס, איך גיי ניסלעך פאר דעם טאטן, א מוסטער פון א געזונטן מענטש, ער האט אזוי ליב זיינע קינדער, און כמים פנים אל פנים, זיין בחור נעבעך האט אים אזוי שטארק געמיסט, ס'שווער צו טראכטן וואס ס'גייט פאר אין אזא קליין קעפעלע ווען מ'לאזט אים נישט זעהן זיין בלוט און פלייש.

2. איך האב הנאה וואס דער טאטע זאגט אז ער האט עס נאר געקענט הענדלען ווייל ער האט געהאט אמת'דיגע נאנטע חברים, נאכאמאל א דערמאנונג ווי וויכטיג ס'איז צו האבן א חבר.

3. ווי @קו חומטין האט פריער ארויסגעברענגט, די טאכטער לאזט מען אים נאך אלץ נישט זעהן, One would have thought אז א מענטש וועט זיך לערנען עפעס פון דעם סוסייד, אבער נישט אין דעם פאל.

4. ער האט אינמיטן ארויסגעברענגט אן אינטערעסאנטע טעאריע, אז די סיבה ביי אסאך וואס לאזן נישט די קינדער זעהן דעם טאטן אדער פארקערט, קומט פון דעם ווייל זיי ווילן אזוי בארעכטיגן דעם גט. ער זאגט אז ווען די טאטע אדער מאמע גייט או טי די, וועט מען כמעט נישט זעהן א פייט וועגן די קינדער, ווייל די פרוי פילט זיך בארעכטיגט פארן זיך גט'ן, משא"כ ווען או טי די איז נישט אינוואלד, ניצט די פרוי אדער מאן די פייט אז די אנדערע זאל נישט זעהן די קינדער, אלס אזא באווייז כאילו פארוואס מ'האט זיך געדארפט גט'ן. אינטערעסאנטע אבער סענסעבול פערספעקטיוו.

5. צום לעצט, איך בין נישט ארויסגעקומען קלאר פארוואס ער גייט נישט צו קאורט, דעמאלס פאר זיין זון פארשטיי איך, ער האט סעקרעפייסט זיין ניד כדי נישט משוגע צו מאכן זיין זון מיטן אויפטרעטן אין קאורט וכדומה, אבער יעצט פאר די טאכטער, פארוואס נישט? ס'איז דאך א לייף אר דעט סוטאציע....
 
גענדיגט קוקן, דאס איז מיין פעלימינערי מחשבות.

1. ערשטנס, איך גיי ניסלעך פאר דעם טאטן, א מוסטער פון א געזונטן מענטש, ער האט אזוי ליב זיינע קינדער, און כמים פנים אל פנים, זיין בחור נעבעך האט אים אזוי שטארק געמיסט, ס'שווער צי טראכטן וואס ס'גייט פאר אין אזא קליין קעפעלע ווען מ'לאזט אים נישט זעהן זיין בלוט און פלייש.

2. איך האב הנאה וואס די טאטע זאגט אז ער האט עס נאר געקענט הענדלן ווייל ער האט געהאט אמתדיגע נאנטע חברים, נאכאמאל א דערמאנונג ווי וויכטיג ס'איז צו האבן א חבר.

3. ווי @קו חומטין האט פריער ארויסגעברענגט, דעם טאכטער לאזט מען אים נאך אלס נישט זעהן, One would have thought אז א מענטש וועט זיך לערנען עפעס פון דעם סוסייד, אבער נישט אין דעם פאל.

4. ער האט אינמיטן ארויסגעברענגט אן אינטערעסאנטע פאקט, אז די סיבה ביי אסאך וואס לאזן נישט די קינדער זעהן דעם טאטן אדער פארקערט, קומט עס פון דעם ווייל זיי ווילן אזוי בארעכטיגן דעם גט. ער זאגט אז ווען די טאטע אדער מאמע גייט או טי די, וועט מען כמעט נישט זעהן א פייט וועגן די קינדער, ווייל די פרוי פילט זיך בארעכטיגט פארן זיך גטן, משא"כ ווען או טי די איז נישט אינוואלד, ניצט די פרוי אדער מאן די פייט אז די אנדערער זאל נישט זעהן די קינדער, אלס אזא באווייז כאילו פארוואס מ'האט זיך געדארפט גטן, אינטערעסאנטע אבער סענסעבול פערספעקטיוו.

5. צום לעצט, איך בין נישט ארויסגעקומען קלאר פארוואס ער גייט נישט צי קארט, דאלמאטס פאר זיין זון פארשטיי איך, ער האט סעקרעפייסט זיין ניד כדאי נישט משוגה צו מאכן זיין זון מיטן אויפטרעטן אין קארט וכדומה, אבער יעצט פארן טאכטער, פארוואס נישט? ס'איז דאך א לייף אר דעט סוטאציע....
ניין ס'נישט, ווייל דעי טאכטער האט אים קיינמאל געקענט אפי' vs די זוהן וואס ער האט געזען פאר דריי יאר אין חדר
 
ניין ס'נישט, ווייל דעי טאכטער האט אים קיינמאל געקענט אפי' vs די זוהן וואס ער האט געזען פאר דריי יאר אין חדר
איי געס ס'פעלט מיר דיטעילס, קענסט ביטע פארציילן די מעשה אין קורצען, ווי אלט די קינדער זענען, אין ווען מ'האט זיך צעטיילט וכו..?
 
מענדי אונגאר זעהט יא זיין קינד?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איי געס ס'פעלט מיר דיטעילס, קענסט ביטע פארציילן די מעשה אין קורצען, ווי אלט די קינדער זענען, אין ווען מ'האט זיך צעטיילט וכו..?
לויט ווי ער זאגט איז זיין זוהן געווען דעמאלסט כיתה א אין האט זיך געקענט טרעפן מיט אים פאר דריי יאר ווען נישט וואלטער מסתמא אים אויכט נישט געדענקט

אין זיין טאכטער איז נאך יונגער געווען סא לאמיר זאגן יונגער פון 4 זיכער אז וויאזוי זאל איר אים קענען ווען זי האט אים קיינמאל געזען פון די גט
 
בלויז אנגעהויבן זען, דאס ברענגט ארויף קאשמארן...

געדענק איך ווי איך האב געוויינט ווי א בעבי ביים הערן דעם טאטע'נס הספד אויף זיין בחור'ל.

לב מי לא יחרד
 
אבער די געגועים זענען אזוי גרויס

FB_IMG_1711961340804.webp
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top