פאלעסטינא - ישראל

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,775
א ווארט פונעם שרייבער :
די ארבעט איז נאך רויע מאטריאל אבער אזוי ווי עס הערשט א גרויסער צומישעניש צווישען די שמוע דבר ה' וועל איז עס שוין אנידער לייגען און פיקסען בהמשך הימים


כאמאס איז אויפגעשטעלט געווארן נאך ביפאר די יארן 1979 - 1980 (תשל"ט - תש"מ) אין א"י אלץ א ריסיסטענס גרופע אנטקעגען די ישראלישער אקיופאציע פון גאזא סטריף פון עטליכע יאר בעפאר. איז עס געווען גרופירט אין קעניע אפריקא עס איז שווער צו פונקטלאך אנצייגען וואס האט געמאכט די גופע זיך אריבער צוען קיין ישראל אבער עס קענען צו געצייכנט ווערן עטליכע פאסירונגען וואס האט זיי געמאכט זיך צו אימערדזשען קיין אזיע, און די מיטל איסט.

קיין פארמאלער בענקינג סיסטעם: אין די 80'גער יארן איז געווען אסאך מענטשען ספעציעיל פרויען און מענטשען וואס האבן געוואוינט אין די פארשטויסענע געגענטער אין קעניא. בענק זענען געווען נישט פריינטליך צו פרויען און זיי האבן נישט געקענט האבן קיין אייגענע קרעדיט און אפי' דעביט קארטלעך. די מענטשען פון פארשטויסענע דערפלעך אין קעניא זענען געווען געצווינגען צו האלטן אין די בענק גרעסערע סכומים צו קענען האבן א באנק קאנטע. געווענליך נישט פאר זייערע מעגליכקייטן. איז דאן געקומען די חאמאס און ערמעגליכט פאר די באטראפענע צו האבן קאנטע'ס אין זייערע פינאנציעלא אינסטיטוציעס צו קענען אוועקלייגן געלט און ווי אויך האבן עקסעס צו קרעדיט.

אקינאמישער נעסעסעטיס: די שווערע פינאנציעלע אפריקאנישער אקינאמיע איז אין יענע יארן אדורך געגאנגען נאך שווערער דורך-געגנג און ספעציעל אין קעניא. די סטרוקטור פראגראמען וואס איז איינגעשטעלט געווארן אין די געגענטער, דאס מאנגעל אין טרעפן ארבעט, האט באצווינגען די דארטיגע איינוואוינער צו מאכען אפאר פיאסטער אויף סיי וואספארא אופן זיי האבן נאר געקענט. חאמאס האט דאן דארט אין אין רעניא צו געשטעלט אן אינטערסאנטער פראגראם וואס האט צוזאם גענומען די אלע מענטשען וואס האבן זיך זייער געמוטשעטץ און זיי באויפטראגט צו ווערן מעמבערס אין זייער גרופע מיט א באצולינג אויף פינאנסירן פראיעקטן וואס וועט אויף שטעלען קליינע ביזנעסעס, און פארשטייט זיך אויך צו שטעלן ארבעט בתשלום גמול. פאר ווער עס ווערט א מעמבער אין די גרופע. און ביז זאכן וועלן םפארלן אין פלאץ האט א יעדעס נייע איננגעשריבענע מעמבער באקומען זייער פערזענליכע געברויכן.

קאלטור:
דער געדאנק פון קאמיונעטי בעיסד סעווינגס און קרעדיט איז שוין טיף איינגעווארצעלט אין די אפריקאנער אקאנאמיע און דאס זעלביגע האבן די חאמאס'ניקעס פון אפריקע אריין געברענגט קיין מידל איסט, ווי שפעטער אין די ארטיקעל געשריבן מדנ"י האט איינערקענט חאמאס אלץ א טשעריטבל וואוילטעטיגער ארגעניזאציע מיט די אלע אויפוואכונגען וואס זיי האבן מיט זיך געברענגט פון אפריקא צו ארויס העלפן די געפלאגטע אינדיווידואלן פון די ריאון

סעלף עמפאוערמענט:
ווי מאדנע דאס הערט זיך זענען די אראבישע פרויען (נאך עד היום גראדע. די חלק האט זיך נישט איינגעגעבן) געווען אן אונטערטעניגקטע פארקענעכטעטע חלק פונעם פאלק. זיי האבן נישט געקענט האבן קיין שום זעלבסט ווירדע אויסער דינען איר מאן (וואס האט געהאט נאך ווייבער) מיט זיינע שגעונען און תאוות. נישט קיי טאשען געלט נישט קענען טוהן עניטינג זיי גלייכען אויסער וואשן די וועש ביים טייך אין זיצען אין קאך און קאכן פאר זייערע בעלי בתים (ליין מענער) דאס האט חאמאס אין אפריקא עלימינירט אינגאנצען און געגעבן גלייך בארעכטעגונג פאר די קעניא פרויען זיי זאלן קענען דרייוון האבן אייגענע באנק קאנטעס אין זייערע בענק און אפי' צו געשטעלט ארבעט. אבער אין די מידעל איסט פרומערע מוסעלמעינישע קרייז האבן דאס זיי נישט געקענט דורך ברעכן אינגאנצען. אפאר זאכן גראדע יא. ווי א פרוי זאל קענען באזיצען א דרייווערס לייסענס. א פרוי זאל קענען גיין אין יוניווערסעטי (וואס האבן זיי פון יוניווערסעטי אויב נישט קענען עס שפעטער אין לעבן ניצען, זיי האבן געהאלטן בשיטות דבר"י אז מיידלעך טארן נישט גיין ליידיג מען דארף זיי דעם קאפ אנפילן מיט עפעס אפי' שפעטער וועלן זיי נאר זיין קלאפטעס און מאמעס צו זייערע ש.... שרייבן ריספעקטפול קינדער.

די זעלביגע פראבלעימן וואס די קעניאר איינוואוינער האבן געהאט. איז אויך געווען זייער מצוי אין די מידל איסט ריאן. נאך וואס די אטאמען האבן פארלאזט דעם ריאן און קיין געהעריגע שליטה איז אין די געגענט נישט געווען, האבן זיך די דארטיגע איינוואוינער געפונען אין זייער א דערדריקענדער מצב אויף אלע פראנטן. פינאציעלע און פערזענליכע געברויכן זענען נישט געווען איינע פון די זאכן וואס זיי די דארטיגע איינוואוינער האבן געהאט צוטריט.

אין די דעמאלטסדיגע פאלעסטינע האט געוואוינט א פליט קעניא מיטן נאמען דזשאמיאט און ער האט גענומען די זעלבע סיסטעם וואס האט דארט געהאלפן די מינאריטעט און אריבער געפלאנצט אין פאלעסטינע.
קומט צוריק ווייל מיר האלטן אין איין אפדעיטן די תגובה
כדי צו פארשטיין די איצטיגע קאנפליקט און די פאליטישע נייעס ארום דעם קאנפליקט דארף מען צוריק עטליכע 50 יאר כדי ארויס צו האבן וואס די וועלט זאגט לכאן ולכאן.

אזוי ווי די אידן זענען אן עם קשי עורף זענען די אראבער אויכעט. פארגעס נישט מיר זענען ערשטע קאזינס פון איין זיידע מיט די זעלבע דזשינס וואס עס לויפט אין אונז, לויפט אין די אראבער אויכעט.

איי די בני עשיו, דאס איז שוין א דור שפעטער, די דזשין האט שוין א גרעסערע אויסוואל און עס איז שוין נישט אזוי שטארק צו ארויס ברענגען די פערסאנאלעטי פון "קשי עורף דזשין". נישט אז מיר אידן ליידן זיך נישט אן דורך-אויס די היסטאריע פון אונזערע פירסט רימאווד קאזינס די בני עשיו אבער עס איז עטוואס אנדערשט די פירסט רימאווד קאזינס האבן אונז פיינט ווי דער רמב"ם שרייבט הלכה ידועה עשיו שונא ליעקב

אין די היסטאריע פון סאהי מיסולמענאר שפרעכונגען איז איין שפריך ווארט וואס האט שטארק געשלאגען ווארצלען מיט די רעסיסטענס פון די מיסילמענאר און האט געטראפן א פלאץ אין די אויפשטעלינג אויף כאמאס.

כאמאס אפיציעל באקאנט אלץ די רעסיסטענס מאוומענט איז א סוני איסלאמישער ארגענעזאציע מיט א צוויטייגע ראלע פאליטיש און מיליטעריש.
די גרופע פארפיגט איצטערט מיט א גובראנעטאריע איבער די גאזא סטריף וואס געפונט זיך אין פאלעסטינישע טעריטאריעס

דאס געבורט קען ווערן געצויגן צו די ערשטע טעג פון די ערשטע פאלעסטינישע אינטאפאדא. יענע צייט איז געווען איבערגעפילט מיט פראטעסטן און ווילדע אטאקעס אנגעפירט ביי די פאלעסטינער אלץ אן ענטפער צו די ישראלישער מיליטערישער אקיופאציע אין די וועסט בענק און די גאזא סטריף

די נקידה וואס האט געברענגט צו די ערשטע אינטאפאדא וואס איז פארגעקומען אין דעצעמבער די 9'טער אין יאר 1987 תשמ"ז אין די רעפיודזשי קעמפ פון דזשאבאליע.

א ישראלישער מיליטערישע טרעקל האט אין אן עקסידענט מיט א ציווילעזירטער קאר זייענדיג א גורם אין די טויט פון פיר פאחעסטינער ארבייטער, דריי פון די הרוגים זענען געווען פון די רעפיודזשי קעמפ פון דזשאבאליע

די פאלעסטינער באשולדיגען אז די עקסידענט איז נישט געווען א פאטאלישער טעות פון סתם אן אומפארזיכטיגער דרייווער, נאר א דיקעטאר נקמה אקציע פאר די רציחה אקטי וואס די פאלעסטינער האעבן אויס געפירט נישט צו לאנג צוריק אויף א ישראלישער בירגער אין די גאזא סטריף.

מדינת ישראל האט געלייקענט די באשולדעגונג און ווייטער געזאגט אז די עקסידענט איז געווען א פארדריסליכער טעות פון אן אופארזיכטער דרייווער וואס האט ריזאלטעט די פאטאלישער אומקום אויף די פיר אראבער

די מעשה האט אריינגעצויגען די מיסאלמענישער פובלוקים צו אומרוען, פראטעסטן, און שווערע געוואלדטאטן.

די גאסן אין די בילדינגס אין די געגענט זענען פארשמירט געווארן מיט גראפיטי. די איינוואוינער דארט האבן אראפ געשטעלט בערגאדעס אינמיטן די גאעסם אפצושטעלן דעם פארקער אלץ פראטעסט, און געווארפן שטיינער און מאלאטאוו קאקטעילס (היימיש געמאכט באטעל באמבעס) ביי די אינסטאלירטע איי די עף מיליטערישע אינסטאלאציעס דורך-אויס די גאזא סטריף און די וועסט באנק.
די געשלעגען זענען אויסגעפירט געווארן אדורך די אראבישע ציוויליזאציע, און ווי אויך האבן זיי געסטרייקט און גערופן פאר בויקאטס אויף ישראלישע מתנחלישע פראדוקטן אדער צו גיין ארבעטן פאר זיי. און ווי אויך אויף די ציווילער אדמינסטראטישע סערוויסעס אין די גאזא סטריף און די וועסט בענק. דאס האט גורם געווען א שטארקעק טראסקע אין די לאקאלער אקאנאמיע.

דאס נישט איינקויפן אישראלישע פראדוקטן, דאס נישט באצאלן שטייערן ביי די גאזיאנס דאס בויקאטן מיסאלמעינער קארס מיט ישראלישע לייסענס, און די אומרוען ארום די סטריף האט געמאכט א שטארקער אויף-וואכונג אין די מדינת ישראל גיבנארטאריע און זיי האבן מחליט געווען צו דערשטיקען די אומרוען מיט א כח פון אכטציכ טויזענט סאלדאטן צו באאבאכטן דעם סטריף און ריספאנדען מיט כח צו סיי וואספארא שלעגעריי עס וועט פארקומעןץ איין שטיין וואס איז געווארפן געווארן זענען א טוץ מיט שיס פולווער צוריק געפלויגען וואס האט דערהארגעט דעם ווארפער און און אלע וואס האבן זיך נאר געפונען אין די געגענט פונעם ווארפער. שטארקע קריטיק איז געקומען צו פליען אנטקעגן די ריספאנס כח וואס מדינת ישראל האט גענוצט אנטקען שטיינער און מאלאטאוו קאקטעיל שיסער. עס איז נישט קיין פארגאנג צו ענטפערן מיט טויט פייער פאר א שטיין אדער א באטעל וואס איז געפלויגן.

גרויסע פיגורן ביי די מסאלמענער ווי למשל אבעל אזיז על ראנטיסי און ווי אויך שעיך אהמעד יאסין און סאלא שעהעדע מיט נאך אנדערע האבן גערופן די פובליקום םונעם סטריף זיך צו פארטיידיגען אנטקען די ישראלישע פייער וואס האלט און איין אומברענגען מיסילמענישע מיליטאנטען. נאך א יעדע אייצינדסטער מאסק צוזאמענקום איז געקומען א פייער דרשה צו פארטיידונגען זיך און צוריק שלאגן מיט כח ביז מסירת נפש.

כאמאס איז געגירנדעט געווארן ביי על ראנטיסי און יאסין מיטן שורש פון אחמד מואיאמא-על-איסלאמיע א ריליגיעזער פיליאלע פון די אגיפטישע מיסלמענישער בראדערהוד וואס איז אויף געשטעלט געווארן אין גאזא סטריף אין יאר 1973 תשל"ג.

בעפאר די ערשטע אינטאפאדא, האט די ישראלישער גאווערמענט געקוקט אויף די ארגענעזאציע מיט אן עין טובה, און אפי' מיט געארבעט מיטן שעיך יאסין און זיינע איסלאמיסטישע גרופע, מודזשאמא-על-איסלאמיע. מדינת ישראל האט איינערקענט די גרופע אלץ א וואוילטעטיגע ארגענעזאציע און געשטיצט די געדאנק און אפי' עס אידארסירט ביי די גרינדונג אין יאר 1979 אין א צעראמאניע לכבוד דעם גאזא יונעווערסעטי חנוכת הבית, אט די אינוווערסעטי איז שפעטער געווארן א מיליטענט אגענעזאציע.

די דעלמאסדיגע פאלאסטינער גרופע מיטן נאמען פאטאח אנגעפירט ביי דעם מייסטער טערארריסט יאסיר אראפאט צוזאמען מיט די פאלעסטינער ליבערעישאן ארגענעזאציע (פי. על. או. באקאנט דורך די אנטעבי היידזשעקינג. א פליגער וואס איז דאן געפלויגען פון ת"א קיין פאריז און געווארן דיווערטעד קיין אנטעבי)

מדינת ישראל האט דאן זייער שטארק געוואלט און ווי אויך פרובירט צו פארסירן א כח אנטקען די כוחת וואס יאסיר אראפאט די ארגאנעזירער און פירער פון די פאטאח פארטיי און די פאלעסטינער רעסיסטענס גרופע פאלעסטינער ליבערעיזאן אגענעזאציע. PLO באמאס איז נאך דאן געווען אן ארגאנעזאציע אין די ווינדלען און נאך נישט געהאט די כוחות זיך צו שטעלן אנטקעגן די ישראלישע כוחות.

אחמעד יאסין א געבורענער אין על-דזשורא א קליינטשיג ווילידזש נעבן די שטאט אשקעלן וואס איז דאן געווען אינטער די בריטישע מאנדאט אויף פאלעסטינע. אין 1948 תש"ח ווען די ישראלים האבן דעסיידעט צו פריי מאכן די געגענט פון אשקלון פון די אראבישע איינוואוינער דארט וואס זענען געווען פארעכנט ווי טערראריסטישע גרופעס זיך אויף האלטענדיג דארט. אלע איינוואוינער דארט זענען געווארן געשטיפט ווייטער אוועק פון די גרעניצען וואס די ישראלישע מדינה האט דאן געמאכט צו די על שאהאטי קעמף ווי דער אחמעד איז אויף געוואקסען וואס איז די גאזא סטריף

נאך איינער וואס האט זיך עווענטואל געקרוינט אלץ פירער פון כאמאס איז ראנטיסי וואס איז געווען 9 יאר אלט אין יאר 1956 תשט"ז האבן די ישראלישע פארסעס געהארגעט זיין פעטער אין די שטעלט כאן יוניס. ראנטיסי האט זיך אריין געלייגט אין זיינע דזשנעטיק שטודיעס אין מצרים'ס אלעסאנדריע יונעווערסעטי. ער האט זייער שטארק מצליח געווען אין זיינע לימודים די בעסטע פון זיין קלאס. ער איז געווארן א סערטעפייד פיזישאן וויילענדיג אין מצרים האט ער געדזשוינט די מאסלים בראדער-הוד.

אין 1976 תשל"ו איז ראנטיסי צוריק געקומען קיין גאזא צו ווערן א לערער אין די דארטיגע אוניווערסיטי די סובדזשעקטס דזשענעטיקסמ

חאמאס'ס ערשטע אטאקע אין די רידזשען איז געווען אין יאר 1989 תשמ"ט מיטן פארכאפונג און הארגען'דיג די צוויי ישראלישער סאלדאטן אבי סאספראטעס און אילן סאדאן.

אין די תקופה זענען א געוואלד מיט שאהיד אינדיווידואלן געווארן איינגעשפארט אין מדינת ישראל תפיסות.

קאסינקווענטלי האט די פריש געבוירענער נישט מער ווי אפאר יאר אלט גרופע כאמאס אויף געשטעלט א גרופע וואס האט זיך גערופן יוניט 101 מיט די איין איינציגע מטרה צו פארכאפן ישראלישער סולדאטן אנגעפירט ביי מאחאמעד אל-מובאחא .

ווען די מדינה האט געטראפן דעם געשטארבענעם פארכאפטע סאלדאט אבי סאספארטעס האט דאס אויף געפלאקערט א שריקליכער נקמה אקציע וואס האט געפירט צו די ארעסט אויף אפאר כאמאס פירער אריינגערעכנט יאסין וואס איז פארמשפט געוורן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

דאס טרעפן דעם געשטארבענעם מדנ"י סאלדאט אבי ע"ה האט פראמפטירט א שטארקע ריספאנס פון די מדנ"י מיליטער. אסאך חאמאס פירער זענען דאן גענומען געווארן אין ארעסט אריינגערעכנט יאסין וואס איז דאן פארמשפט געווארן צו לעבנס לענגליכע טורמע. דאן האט מדנ"י אראפ גענומען דעם גוט אויג וואס זיי האבן געהאט אויף די גרופע און עס פארדאמט און צוריק געצויגען די סטאטוס וואס עס האט עס געגעבן אפאר יאר פריע ר פאר א וואוילטעטיגע ארגענעזאציע. אין יאר 1990 תש"נ האט מדנ"י נאכאמאל געמאכט אסאך ארעסטן וואס האט געפירט צו די צוזאמענפאל פון די א.ג. גרופע דאן.

חאמאס האט אנגעהויבן ארבעטן אויף א ווידעראויפבוי אויף זייער גרופע מיט א שטארקע דיפיוס אין אנגסט צווישען זיי וואס א דירעקטע תוצאה איז געווען די מעסקאר פון על-אקצא אין אקטובער 1990. דאן האבן די ישראלים אוםגעברענגט 17 פאלעסטינע פייטער'ס אין זייער פרואוו אפ צו שטעלן די ארטאדאקסישע מתנחלישע מאוומענט צו בויען דעם יסוד צום דריטען ביהמ"ק אויףן מקום המקדש. ביי די הנחת אבן הפינה האבן די פאלעסטינער ריספאנדעד מיט געוואלדיגע געוואלדטאטן.

יענער מאנטאג איז עמטליך א נאמען געגעבן דעם שווארצן מאנטאג ווען די פאלעסטינער האבן דערקלערט עמטליך אז א יעדעס סאלדאט וואס טראגט די אישראלעישער יוניפארם איז א ציל צו די פאלעסטינער. ווי אויך האבן זיי דאן גערופן פאר פאלעסטינע מסירות נפש א דזשיהאד מלחמה אנטקעגן די ישראלים.

חאמאס האט זיך דאן רעארגענעזירט אונטער די דירעקטע פירערשאפט פון על-מדזשד, על-מודזשהידין און על- פילאסטיניון צו פארמירן אן אפיציעלער מיליטער (וואס זיי האבן ביז דאן נישט געהאט) זיי האבן דאס גערופן איזאד-דין-על-קאסאם בריגאדעס, לשמו ולזכרו צו די שעיך וואס איז געווען א פראמענירטע אנפירער און אן אנגענומענער שעיך ביי די פאלעסטינער. אלץ די בריגאדע'ס אנפירער איז געשטעלט געווארן יעשא איעש גרואדעאירט אין ביראט יוניווערסטי אלץ אן אינדזשענער און האט זיך ספעציאלעזירט אין מאכן באמבעס וואס האט געגעבן א שטארקע פאזיציע פאר אפענסיע פאר די פאלעסטינער. ער האט געפירט א קאמאנדא אנטקעטן די בריטישע מאנדאט אין די יארן פון 1934 - 1935 און זיין טויט אין יאר 1935 האט געשפילט א גרויסער ראלע אין די אויפלאקערונג אין די אראבישע רעוואלט אין פאלעסטינע וואס איז אנגעגאנגען אין די יארן פון 1936-1939

ער האט געשפילט א גרויסער ראלע אין די חאמאס סויסייד באמבעס ביז אין יאר 1996 תשנ"ו ווען די ישראלים האבן איהם אלעמאנירט כמיטט אלע סויסייד באמבעס און מארטירער איז געווען צוזאם געשטעלט דורך איהם מיט זיינע צוויי הענט.

אין יאר 1992 האבן די פאלעסטינער געהארגעט א גרעניץ אפיציר (שוטר ממשמר הגבול מג"ב) ווען דער אפיציר איז געעוען באאויפטראגט אויף א דאפארטאציע פון אריבער 400 פאלעסטינער דזשיהאדיסטן קיין דרום לבנון וואס איז דאן געוועזן אונטער די ישראלישער אקיופאטציע.

חאמאס האט דאן אנגעבונדען פארבונדונגען מיט די חיזבאלא טערארר גרופע פון לבנון וואס האבן זיך דארט אויף געהאלטן רעפיודזש אין זייערער צייטוויליגע טענט היימען, דארט האט דיחאמאס אנפרטרויט די חיזבאלא גרופע מיט די סוד ווי אזוי צו קאנסטראקטן די סויסייד באמבעס און די קאר באמבעס.

די ישראלים ביי די דעפארטאציע האט ארויף געשטעלט אויף די פארטריבענע א קערפיו אין די גאנצע גאזא סטריף פאר צוויי וואכן וואס האט געקאסט אן אסטראמישע סכום פער טאג (געשאצט איבער א מיליאן דאללער פער טאג)

9 חדשים שפעטער האבן די ישראלים געלאזט די פארטריבענע צוריק גיין צו זייערע הייזער

מיט די אקציע איז א"י געווארן פארדאמט דורך די גרנצע וועלט די סעקיורעטי קאנסיל פון די יו. ען. האט דאן אויסגעפירט מיט א רעזעלוציע וואס איז יונענעמעסלי געווארן אנגענומען אז מדינת ישראל איז באגאנגען און וויאלעיטעט די מענטשען רעכטן פון די פאלעסטינער. ווי נאר די פאלעסטינער זענען געווארן אנגענומען אלץ וויקטימס אין די מעשה פון רוב מיטגלידער פונעםן יו. ען. קאונסיל זענען זיי דאך די באעוולטע, האט חאמאס לכבוד דעם אויס געפירט צווי סויסייד אטאקעס אין די וועסט בענק די ערשטע איז געווען אין מעלה דזשאנקשען אין אפריל 1993. א קאר איז אריין געשטעלט געווארן צווישען צוויי באסעס וואס האבן געפירט סאלדאטן פון איין פלאץ צום צווייטן. אבער לדעווניהם אויסער די באמבעדירער אליינס און נאך אן אראבער האט די אטאקע געפעהלט וועגן די מעקעניקס פון די באמבע איז געווען פעלערהאפטיג. אבער די חאמאס מיליטענטס האבן נישט אויף געגעבן זיי האבן עס איבער געמאכט און צו געלייגט קאמפאנענטס צו די באמבע אז ווען דאס רייסט אויף זאל עס מאכן א שרעקליכער שאדן נאך מער ווי סתם א באמבע רייסט אויף. ווי למשל די באמבע איז געווארן ארום גענומען מיט קליינע פיצקעלע שרויפן וואס אויסער די בלעסט פלאץ וועט פליען אזא שרויפן גאר ווייט ווי ווען איינער וואס כאפט אזא שרויף פון דערווייטענס וועט לכה"פ ווערן פארוואונדערט שווערליך אדער אפי' שטארבן אויב כאפט ער אזא שרויף אין א ווייטעל ארגען.

די סארט אויף געוואלדטאטן זענען נאך דאן נישט געווען רוטין צו וואס די מדינה האט זיך געגרייט אין די ערשטע יארן פון די אינטיפאדא, די געוואלדטאטן וואס די חאמאס גרופע איז מער וייניגער געווען פארנומען מיט בעפאר דעם איז געווען אנטקעגען פאלעסטינער וואס זענען נחשד געווארן אלץ קאלאבעטירער פון ישראל.

אין די יארן פון די ערשטע אינטאפאדא איז די חאמאס גרופע נישט געווען אן אנגענומענע גרופע אין גאזא ווייניגער ווי 3% גאזא'נס האבן געשטיצט זייערע אקציעס אבער אין יאר 1989 ביי די ערשטע אינטיפאדא האט די גרופע אנגעהויבן באקומען מאמענטום און שטיצע פון די איינוואוינער פון די סטריף אויכעט, פאטאח איז געבליבען מיט די פאליטישע פונקציע'ס פונעם סטריף אין חאמאס איז געווארן כאילו די מיליטערישער פיליאלע פונעם סטריף.

ווער געדענקט נישט 1994 תשנ"ד די תענות אסתר אין די מערת המכפלה מיט ברוך גאלדשטיין די סעטלער פון חברון, ווען די אראבער זענען געווען אויסגעצויגען אויף דער ערד זיך ביקענדיג אין זייערע פרעפלערייען אין די אבראהים מאסק (דאס איז די אראבישע זייט פון די מערת המכפלה)ווי ער האט אריין געשאסען אין 29 אראבישע מחילות מיט א מיליטערישער ביקס. די ווייטערדיגע שלעגערייען האט אומגעברענגט נאך 19 אראבער. און 5 ישראלים.

יצחק רבין די דעמאלסידעגר פריים מיניסטער האט טאקע פארדאמט די אקציע פון ברוך גאלדשטיין די סעטלער אבער פארט האט ער נישט געוואלט ארויס ריקען די סעטלערס פון די סעטעלמענטס אלץ מורא פון די סעטעלמענט ווידערשטאנד.
די פאלעסטינער האבן געשוואוירען נקמה, אויב וועט מדנ"י נישט אויסלעשן דעם פייער וואס די אקציע האט אנגעצינדען און די שלעגערייען צווישען די ציווילער באפעקערונג מיט די מיליטער מוז זיך זאפארט אפשטעלן. אויב נישט וועלן די ציוניסטישע ציווילער באפעקערונג האבן דעם זעלבען גורל מיט א שמוץ אריבער.

א"י האט דאן ווידער איינגעשטעלט א קערפיו אין חברון פון אריבער 120 טויזענט פאלעסטינישע חברונער איינוואוינער. די 400 סעטלער איינוואוינער זענען נישט געווען אונטער די קערפיו רעגיולאציעס.

יצחק רבין האט דאן זיך געוואנדן צו יאסיר אראפאט די פירער פון די PLO זאגענדיג אז די אטאקע איז קלאר נישט די אישראלישער שטאנד און איז א דילעברעט אקט פון מערדער נישט פאליטיש פון ביידע זייטן סיי די סעטלערס און סיי די ארבער. עס איז א פערזענליכער געפעבט צווישען צוויי פראקציעס און די מדינה וועט טוהן אלעס מעגליך דאס צו אפשטעלן.

אין זיין אדרעסע אין די כנסת האט ער ווידעהוילט זיין שטעלונג אז דער ברוך גאלדשטיין און זיין אקציע איז א מערדערישער און נישט קיין פאליטישער, די איידיע פון די סעטלערס איז פארדאמט, און ער בעט ביים ישראלישער פובליקום צו רעכענען די סעטלערס וואס האבן אין זייער מחשבה אזאנא אקציעס צו זיין פארווארפן און נישט ווערן גערעכענט ווי א חלק אין די ישראלישער ציוויליזאציע.

כדי ארויס צו ברענגען די שטארקייט פון זיין פאזיציע האט ער פארלאנגט אז כנסת זאל פארלאנגען אז אלע אנהענגער אין די מאיר כהנא (כהנא צדק גרופע) מאוומענט זאלן ווערן איינגעשפארט אין די ישראלישע תפיסות און די וואס ווערן נישט פארשפארט אלץ לא עוד עול בכפם זאלן נישט קענען האבן קיין דריסת הרגל אין סיי וואספארא סעטעלמענט קיבוץ און אין אראבישע געגענטער.

די PLO ארגאנאזאציע האט דאן אויך פארלאנגט אז אלע סעטלערס זאל דארפן איבערלאזן זייערער מיליטערישער סארט געווער. א אומפארטייאישער מיליטער פון די יו. ען. צו באאבאכטן די אראבישע געגענטער פן אזאנא איבער-פעלער.

פארשטייט זיך אליינס אז ישראל האט בשו"א מסכים געווען צו אקצעפטירן די ביידע ארויס געשטיפטע פארלאנגען פון די PLO.

דער אינצידענט האט ל"ע אויסגעשפרייט א נייער טעפיך פאר די פאלעסטינא טערראר מיליטענט גרופעס. מכלומרשט נאר צו טארגעטן מיליטערישע איינהייטן אבער דאן האט זיך א סעריע פון סויסייד באמבאדירונגען גענומען אויף רייסן איינס נאך דער צווייטער אין די מדינה בכל מקומות שאפשר אן קיין אונטערשייד ווי, וואס, און ווער.

און אפריך 6 1994 האט א באס אויף געריסען אין אפולה 8 אישראלישער געהארגעטע אין די אטאקע און 34 פארוואונדעטע, א וואך דערנאך האט זיך א סויסייד באמבאדירער אויף געריסען אויף א באס אין חדרה ווי 5 זענען ל
ע געהארגעט געווארן און 30 פארוואונדעט. אין ת"א קורץ דערנאך האט נרך א באס אויפגעריסען און 22 זענען ל"ע אומגעברענגט געווארן און 45 פארוואונדערעטץ נאך שווערע דרוק פון די אפיציעלער פאלעסטינער אוטאריטעט וואסס איז געווען איינגעשטעלט אין די סטריף און אין די וועסט בענק האבן די חאמאס פירער זיך געבראכן פון די דריק און האבן עגריט צו אפשטעלן זייער אפאראציעס אין א"י אבער די צוזאג האט אנגעהאלטן פון תענות אסתר ביז פורים, ווייל די ישראלים האבן אוםגעברענגט דעם אינדזשינער ווי מען האט עם גערופן (ווי פריער דערמאנט) יאהא איאש די 29 יעריגער פירער פון על-קאסים בריגאדע.

יאנעווער דער 5טער אין 1996 האט זייך צוזאם געזאמעלט א ריזיגער המון כמעט 100 טויזענט מעסילמעינער זיך צו באטיילוגען אין די לויה פון איאש. פון דאן און ווייטער האט זיך חאמאס נאך שטערקער ווי פריער גענומען צו זייער אפאראציעס.

אין 1997 האט זיך דער נייער פרעימער ביבי נתניהו פארלייגט אויף צו אומברענגען אויף איינע פון די הויכע שישקעס און פירער אין חאמאס קאלהעד מאשאל וואס האט דאן געוואוינט אין ירדן מיט נערוו גאז אבער די אקציע איז געווארן געענטפערט מיט פייער דורכן קעניג חוסעין פון ירדן סטראשענענדיג אז טאמער וועט א"י נישט צו שטעלן דעם אנטידאוט פון דעם נערוו גאז צו ראטעווען די לעבן פון מאשאל און אויך באפרייען שעיך יאסין וואס א"י האט פארמשפט צו לעבנס לענגליכע תפיסה, וועט ער מאכן זיכער צו ברענגען די אגענטן וואס זענען געווען אינוואלווד אין די אטאקע אין געריכט און אויס פירן זייער אורטייל אין פארנט פון די גאנצע וועלט.

צוו מוסד אגענטן האבן זיך אריין געשווערצט אין די ירדנישע גרעניצען דורך געפעלטשטע קאנאדישע פאספארטן און אונגעשפריצט מאשאל מיט די נערוו גאז אויף די גאס אין אמען ירדן. די אגענטן זענען געווארן געכאפט ביי די מעשה פון דעם קעניגס געווארדיע.

אבל וחפי ראש האט א"י געדארפט נאך געבן ביידע תנאים און יאסין איז צוריק אריינגעליפערט אין גאזא מיט א מלכותדיגער אויפנאמע.

פארשטייט זיך אליינס אז די ישראלישער דורכפאל האט געברענגט גרויס פאפיולעריטי פאר די חאמאס גרופע דורך-אויס אלע מיסאלמעינישער גרופעס

די צווייטע איטיפאדא וואס האט זיך אנגעהויבן אין סעפטעמבער 2000 וועגן די קאונטער אינסערדשאנסי קאמפיין וואס מדנ"י האט דאן אנגעפירט איז געווארן געשטיצט ביי אריבער 86% פון די פאלעסטינערץ די אינטעפאדא איז געווען א דירעקטר ריזאלט פון די דורך געפאלאנע מיטינג וואס איז פארגעקומען אין קעמף דעוויד מיט די דעלמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט קלינטאן.

אריאל שרון די אפעזיצע פירער האט דאן געמאכט א וויזיט צו די טעמפל מאונט (מקום המקדש) אין ירושלים, און א גרויסער פראטעסט אנטקעגן איהם איז געהאלטן געווארן דארט בשעת זיין באזוך, די ישראלישער סיקיורעטי פארסעס האבן געענטפערט די פראטעסטירער מיט ראבערנער בולעטס אין טרערן גאז וואס האט פארוואונדען א געוואלד מיט פראטאסטירער ציווילער און נישט ציווילער אייניג. די געוואלדטאטן זענען ארויף העכער עד כדי כך אז די ישראלישער מיליטער האט דאס געדארפט ענטפערן מיט פייערץ און דאן האט זיך א פרישע פלייץ פון טערארר מיט סויסייד באמבאדירער אנגעהויבן אינערהאלב אלע ציוויליזידטע געגענטער אין ירושלים און די אומגעגענד.

די צווייטע אינטיפאדא האט אומגעברענגט 3000 אראבער און 1000 ישראלים, און 64 פון אנדערע נעשינאלעטיס.

דאס איז בעסיקעלי די סטארי פון די לעצטערע געשעענישען אין די רידזשען. ביז די איצטיגע אקטאבער אטאקע וואס איז במשך די לעצטע פאר יאר איז פארהעלטנמעסיג געווען רואיג.
 
Back
Top