- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 178
איך האב מיך אריבערגעצויגן דא פון קאווע שטיבל נאכן איינזען אז ווי עס שיינט איז נישט דא קיין צוקונפט דארט.
איך בין נישט פון די וואס וויילן אין פארעמס פאר לאנגע שעות און פארברענגען און שמועסן וויאזוי עס לאזט זיך. איך בין מער צוריקגעהאלטן און מיין גאנצע באזוכן אינעם פארעם איז הויפטזעכערליך צו טרעפן אינטעלעקטואלע אינהאלט און בארייכערן מיין וויסנשאפט און אין איין וועג ביישטייערן לויט מיין פעאיגקייט.
מיין שאלה צו די חברי הקרעמל איז, צו דען איז דאס פלאץ געאייגענט פאר אזעלכע ווי מיך, ווען איך וועל שרייבן ארטיקלען איבער דאס און יענץ, צו דען וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן קוועלן פון מיין ארבעט אז עס זאל זיך האבן געלוינט מיין צייט און מי דערפאר?
אין קאווע שטיבל איז מיך געווען גרינגער אין א געוויסע זין, צו שרייבן און אינוועסטירן צייט און מוח, צוליב דעם וואס איך האב - ווי נישט ווי - געוואוסט אז אזוי ווי עס איז אן אפענע פלאץ ווי יעדער קען קומען לייענען, וועט זיך זיכער מאכן דורכויס די צייט, אז איינער צו צוויי, וועלן טרעפן גענוג אינטערעסע אין מיין ווערק זיי צו שענקען די פארדינטע אויפמערקזאמקייט. דא אין קרעמל אבער האב איך מורא אז וויבאלט -דערווייל - איז דאס פלאץ נאך פארמאכט, טא וואס האב איך צו שרייבן?
מיין שאלה איז, צו דען זענען מיינע קווענקלענישן באזירט אויף אייגענע מענטאלע אומסטאביליטעט אדער פילייכט ליגט עפעס אונטער זיי.