פארוואס אזויפיל גיטין? וואס איז די עצה?

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
443
רעאקציע ראטע
2,833
אנ"ש וויליאמסבורג!! הטרם תדע כי אבדה... [70 צוועלעווערס אין א קורצע צייט ל"ע] - אידטיש
מיין קאזין שעפטי שרייבט דארט אזוי:
אנ"ש וויליאמסבורג!! הטרם תדע כי אבדה... [70 צוועלעווערס אין א קורצע צייט ל"ע] - בלאט 3 - אידטיש
אויב כ'מעג מאכן א קליינע סך הכל פון די סיבות וואס די חשובע שרייבער ברענגן ביז אהער.

@געמיטליך ברענגט בשם מאנכע "קאפעל'ס ווערן אריינגעשטעלט אין פיצי כאטקעס, און איז זייער נישט געאייגענט צו אויפשטעלן א נארמאל רואיג לעבן".

הגם ס'קוקט אויס ווי אזא מארקעטינג (ווי דעם זעקה עד לב השמים הארט בעפאר דעם נייעם אידישן קאר סערוויס אין מאנסי האט זיך געפענט). אבער ס'איז דאך וואר אז בית נאה וכו' מרחיבין דעתו של אדם.
--
@שמויגער טויגער (ועמו @בן מלך, @נקודות טובות ,) זאגט "סאיז א פראבלעם איבעראל; מיידעלעך זיכן נישט די אמאליגע לעבן פון א אידישע מאמע." (ווי צדיקים האבן געזאגט ווי אזוי ס'גוי'עשט זיך, אזוי אידיש'ט זיך).

לכאו' נכלל בזה. מ'איז נישט גרייט צו ארבטן שווער פינעף יאהר אויף אביסל שלום בית.

"מחנכים זאגן אז די חינוך ליין איז מער ווייניגער היינט צוטאגס געבליבן פאר מענטשן אן פרנסה" ...
--
דערנאך ברענגט ער נאך געדאנקן שהם היו בעוכרינו. 1. אויפוואקסן בשפה אחת ודברים אחדים אהן קיין מענטשן מיט אנדערע השקפות. 2. עלטערן זיכן שידוכים פאר זיך, די פארפאלק איז ליידער אסאך מאל כרחוק מזרח ממערב. (וואס דאס איז א תוצאה פון די פּיער פרעשור פון מאכן שיינע שידוכים אנשטאט אז די קינד זאל האבן א גליקליך פריילעך ליבליך לעבן).
--
@מסתמא האט ארויסגעברענגט א ברענעדיגן מחשבה. מאכן א בעשאו צוויי (אויף אן אויפן וואס אויב ס'איז נישט קיין זיכערע ניין איז עס יא) איז אריינצווינגן א קינד מיט וועם ער וועט מיז'ן לעבן. (ער ווייסט נישט גארנישט מער נאכן בעשאו ווי פארדעם)

שטייצעך, מ'טשעלענדש'ד נישט דעם מושג פון בעשאו'ס. מ'דארף אבער אויספרעגן דעם קינד פונקטלעך וואס ער וויל, און עם געבן צייט און רעכט אויף נאך בעשאו'ס.

ווייל צווינגן טוהט בּעק פייער'ן ר"ל
--
@געמיטליך (און @מחדש ) זאגן אז ביים ארבטן א יאהר צוויי נאך די צוועלעפטע קלאס "זי הייבט אהן ווערן א גאנצע מיינונג האלטער און די זאך גייט נישט אזוי, אויב איז זי א גאנצע הוגה דעות פארט עס נישט."
(שלום בית האט צעטוהן מיט א פרוי וואס האט נישט קיין אייגענע מיינונג?)
--
@איטשע "בכלל איז היינטיגע צייטן גרינגער צו געבן א גט, נאכדעם וואס עס זענען פארהאן צענדליגע עסקנים מיט ארגענעזאציעס וואס געבן זיך אוועק פאר גרושים וגרושות, זיי טרעפן גרינגער א שידוך, ממילא טראכט מען נישט זיבן מאל פארדעם..."

(כ'האב אמאל געהערט פון איינער וואס זיין ווייב און קינדער זענען אין טערעפי צוליב איהם, אז היינט איז דא אזוי פיהל חולי נפש צוליב דעם וואס ס'איז דא אזוי פיהל טערעפיסטן וואס מאכן אלעס פאר "פראבלעמען"...

אבער דאס אז מ'טראכט נישט זיבן מאל פארדעם האט אן אמת אין זיך. ווארום א שידוך וואס מ'טראכט נישט זיבן מאל פארן חתונה האבן, טראכט מען אויך נישט זיבן מאל פארן זיך גט'ן, ווייל ס'איז קיינמאל קיין שידוך נישט געוועהן.)
--
@דער תהלים איד זאגט אמאל האט מען געבליבן לעבן מיט א נארסיסט, קאנטראלער, זיך געפייניגט און אויפגעשטעלט א שיינעם דור. און היינט האט מען נישט די כוחות דערפאר. (אדער, מ'ווייסט פשוט אפצו'סטעמפ'לן @totty2024 )

@אנדערער האקט עפעס שטארק אין מיינע אויגן. (בשעת @דער תהלים איד האקט די זעלבע...)
"איך ווייס נישט וויפיל עכטע שיינע דורות זענען ארויסגעקומען פון אזעלכע מלחמה זאנעס שטיבער"
"איך גראדע האלט אז א גרויסע טייל פון די אמאליגע נישט גיטין איז געווען א גרויסע חורבן. איך ווייס פון משפחות וואס זענען צושאסן טאקע ווייל די עלטערן האבן זיך נישט צוטיילט"

לגבי די עצם שאלה זאגט ער "די פראבלעם איז אז געוויסע אינגעלייט מיינען אז די ווייב איז א שפחה
און געוויסע ווייבער מיינען אז דער מאן איז א געלט מאשין
זיי ווייסן נישט וואס חתונה האבן מיינט
והוא ימשול בך מיינט נישט אז דער מאן קען אביוזן זיין ווייב"
--
פון דא און ווייטער האט עס זיך דערקייקעלט צו סאטמער...
--
ע"כ דם התמצית...

כ'וועל בל"נ פראבירן צו שרייבן לויט מיין סימפל פארשטאנד מער פון די "ואתה תחזה" (ווייל ב"ה כלל ישראל איז הערליך, און אונז חסידים האבן אזוי פיהל גוט'ס!) כ'וועל עס מרצה זיין פאר ענק כתלמיד הדן בפני רבו, ויהי רצון שדברי יהיו נוחים להתקבל לשמים ולבריות. אמן.
עכ"ל
Screenshot_20240603-141429.png
-----

איצטערט ווענד איך זיך צו ענק חכמי ישראל היושבים בתוך ה'קרעמל צו הערן מער וואס איז פארזעהן געווארן דארטן...
 
די סיבה פארוואס ס'איז דא מער גיטין, איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס לעצטענ'ס - אנדערש ווי אמאל - זענען דא מער מענטשן וואס גט'ן זיך...
 
ווייל אמאל האט מען געלעבט אין סערווייוול מאויד, און היינצוטגס וויל מען לעבן א לכתחילה'דיגן לעבן און נישט סתם אויף אראפצוברענגן דורות מיט די איינצעלנע כוונה זיך נוקם צו זיין אין היטלער
 
ווייל אמאל האט מען געלעבט אין סערווייוול מאויד, און היינצוטגס וויל מען לעבן א לכתחילה'דיגן לעבן און נישט סתם אויף אראפצוברענגן דורות מיט די איינצעלנע כוונה זיך נוקם צו זיין אין היטלער
עקזעקטלי, אמאל האט מען זיך געשלאגען פאר די רעסט פון די לעבן, און היינט גט מען זיך.
אכשר דרא, מיר האבן עס דערלעבט.
 
ווי אויך, אמאל האט מען געציטערט פאר די ווארט ׳גרוש׳ און היינט אז ס׳ווערט מער קאמען וועלן מער און מער מענטשן עס נעמען אלץ אן אפשען... און בכלל אמאל האט זיין א גרוש געמיינט דארפן ווארטן ביז א שדכן וועט זיך דערבארימען און היינט האט מען זיך אויסגעלערנט צו נעמען זאכן אין די אייגענע האנט.

און די שורש המהפיכה האט צו טון מיט דאס וואס ׳מענטל העלט׳ האט אנגעהויבן אריינקריכן מער און מער אינעם סיסטעם - אמאל איז גיין פאר טעראפי געווען פארבינדן מיט גרויס סטיגמא.
_ _


דאס לעבן מיט א ׳קאנטראלינג׳ (נארסאסיסט/פערסאנאלעטי דיסארדער) ספאויס קעמען צוטיילן אין 3 לעוועל׳ס. קודם איז דענייעל, דאסיז ווען דער וויקטעם כאפט בכלל נישט אז דער מאן/ווייב איז א חולה און פראבירט כסדר מיט אלע כוחות צו פארמיידן מלחמות/אויסברוכן. אין דעם שטאפל מיינט דער וויקטעם אז אזוי קומט עס און ווי אויך נעמט מען כסדר די שולד אויף זיך און מ׳קוקט ארויף דעם חולה גאר אלץ דער געלונגענער מענטש.
דאס איז לכאורה וויאזוי מ׳האט געלעבט ביז ׳מענטל-העלט׳ אווערנעס איז צושטאנד געקומען.

לעוועל נומער 2 איז ווען מ׳כאפט שוין אז דער ספאויס איז א חולה און מ׳טרייעט דו בעסטע נישט צו ווערן אפעקטעד, בשעת׳ן אכטונג געבן נישט צו טריגערן דעם חולה - מ׳גייט צו טעראפי, מ׳טוט סעלף קעיר וכדו׳.

און דער 3׳טער לעוועל איז ווען מ׳ווערט גענוג געבויעט און שטארק ביי זיך און מ׳נעמטסעך לעבן ווי ס׳דארף צו זיין אויף אלע באקען, מ׳איז מער נישט קא-דיפענדענט און דער קאנטראלער/חולה הייבט אן צו שפרינגען און טענטראמען אז ס׳גייט א רויך...

און דער מציאות איז אז מער און מער מענטשן היינט ריקן זיך ארויף צום דעם 3׳טן לעוועל און וואס געשעט איז אז אדער וועט דער ספאויס זיך כאפן און איינזען וואס א געזונט פרייליך לעבן מיינט און וועט זיך ארויפכאפן אויפן וואגן, אדער....
 
אזויווי יעדע סאסייעטאל פענאמען, האט עס נישט איין 'סיבה' אדער איין שורש.

פארשטייט זיך ביי אנדערע מענטשן קומט עס פון אנדערע פלעצער און פאר אנדערע סיבות, און איינמאל ס'רעגנט שוין - גיסט שוין.

א חלק פון די סיבות זענען אזויווי שוין אויסגעשמועסט דא און דארט - דאס אז מ'האט נישט חתונה מיט די פאסיגע, מ'ווייסט נישט וואס פאסיג מיינט בכלל, אפגערעדט אז מ'ווייסט נישט וואס חתונה האבן מיינט (ביז צוויי נעכט פריער).
פרויען זענען מער אלערט און ווייניגער נייגעריג זיך איינצושפארן און זיך איבערגעבן פאר א מאן וואס קען, ווייסט, און טויגט, שוואכער ווי זי.
און ווי ס'גוי'אישט זיך אידטיש'ט זיך - און פעמיניזם טרעפט די וועג אריין ביי אונז אויך, און אזויווי אין די אלגעמיינע וועלט טוט זיך א קריזיס מיט 'עלטערע בחורים' - ווילן אסאך מיידלעך ביי אונז אויך בכלל נישט חתונה האבן (- מאכט מען אסיפות צו אסר'ן סעלפאונ'ס...)

און יא, איינמאל עס זענען דא מער גיטין (אפי' נאר נאמבערווייז נישט פראצענטואל) זענען אטאמאטיש דא מער ארגעניזאציעס און חיזוק גרופעס דערפאר, אז עס זענען דא מער גרופעס - ווערט עס ווייניגער סטיגמע, אז ס'ווערט ווייניגער סטיגמע ווערט עס גרינגער צו נעמען אין באטראכט, אז ס'ווערט גרינגער צו קאנסידערן, קאנסידערט מען עס,
און זאגטס מיר דעם פלאכן אמת - ווען מ'קאנסידערט עס איז דען דא בכלל א צווייטע אפציע?:giggle:
 
איינער וואס איז באקאנט מיט די סיטואציע, זאגט מיר אז די סיבה איז ווייל אכציג פערצענט בחורים היינט צו טאג זיצן אויף פארן און האלב דערפון פארופען זיך עמטליך אלץ אפיקורסים און די צאמשטעל מיט די תמימות׳דיגע מיידלעך הייבט נישט אן צו שטימען
 
לכאו' אכציג פראצענט פון די בחורים 'וואס דו קענסט'...

ווייל איך קען מער ווי צוואנציג פראצענט 'ערליכע' בחורים... (אנלעס איך קען נאר די ערליכע...)
 
כ׳האב געשריבן וואס כ׳האב געהערט פון מחנכים, עסקנים וכדו׳.
פון אן אנדערן האביך געהערט אביסל אנדערש: ״ס׳כמעט נישט דא היינט קיין בחור ביי די 18 וואס זאל נישט האבן געזען פארן (עטליעסט 1 מאל) במשך די בחור׳ישע יארן״.
 
סא ערשטנס, פון האבן געזען (געציילטע אדער גאר) איין מאל פארן ביזן 'זיצן דערויף' און זיך דעקלערן אלס 'עמטליכע אפיקורסים' איז א שטיקל גאנג.

צווייטנס, איך האנדל אליינס מיט בחורים, און איך האב אויך געהערט פון געוויסע מדריכי חתנים, אז עס איז ווייט נישט אזוי שלעכט ווי דו לייגסט עס אראפ.

אבער איי געס מיר רעדן פון אנדערע דעמאגראפיעס.
 
איינער וואס איז באקאנט מיט די סיטואציע, זאגט מיר אז די סיבה איז ווייל אכציג פערצענט בחורים היינט צו טאג זיצן אויף פארן און האלב דערפון פארופען זיך עמטליך אלץ אפיקורסים און די צאמשטעל מיט די תמימות׳דיגע מיידלעך הייבט נישט אן צו שטימען
ווילסטו זאגן אז איינס פון דריי בחורים 'פאררופן' זיך 'עמטליך' אלס אפיקורסים?

פון וואטשן פארן ווערט מען נישט קיין אפיקורס..
 
תמצית דערווייל.

@בלי שם האט עס גע'נאגלט...

@דער גאלדענער אדלער @קהל׳ס נער זאגן מ'האלט נישט ביים לעבן בדיעבד. (אנגעהויבן פון א קלאפטע, גע'ענדיגט ביי פשוט ס'איז נישט קיין שידוך).

@נפשי איז מסביר בטוב טעם, מ'לעבט מער נישט מיט א אומ'געזונט'ן (עכ"פ אויב ס'עפעקט דעם אייגענעם געזונט.)

@אלפא קומט אריין זייער קלאר (ווי אלעמאל)!!
1. מ'האט נישט חתונה מיט די פאסיגע,

2. מ'ווייסט נישט וואס פאסיג מיינט בכלל,

3. אפגערעדט אז מ'ווייסט נישט וואס חתונה האבן מיינט (ביז צוויי נעכט פריער).

4. פרויען זענען מער אלערט און ווייניגער נייגעריג זיך איינצושפארן און זיך איבערגעבן פאר א מאן וואס קען, ווייסט, און טויגט, שוואכער ווי זי. און ווי ס'גוי'אישט זיך אידטיש'ט זיך - און פעמיניזם טרעפט די וועג אריין ביי אונז אויך, און אזויווי אין די אלגעמיינע וועלט טוט זיך א קריזיס מיט 'עלטערע בחורים' - ווילן אסאך מיידלעך ביי אונז אויך בכלל נישט חתונה האבן (- מאכט מען אסיפות צו אסר'ן סעלפאונ'ס...). 5. און יא, איינמאל עס זענען דא מער גיטין (אפי' נאר נאמבערווייז נישט פראצענטואל) זענען אטאמאטיש דא מער ארגעניזאציעס און חיזוק גרופעס דערפאר, אז עס זענען דא מער גרופעס - ווערט עס ווייניגער סטיגמע, אז ס'ווערט ווייניגער סטיגמע ווערט עס גרינגער צו נעמען אין באטראכט, אז ס'ווערט גרינגער צו קאנסידערן, קאנסידערט מען עס,און זאגטס מיר דעם פלאכן אמת - ווען מ'קאנסידערט עס איז דען דא בכלל א צווייטע אפציע?:giggle:

@נפשי דערמאנט דעם פראבלעם פון פּארן וואס מ'טענה'ט אז זיין אדיקטעט שטערט שלום בית בכמה אנפין.
--

האט איינער נאך סיבות?
וואס וואלט עטץ געטוהן אנדערש?
 
דא האב איך אויך לעצטנס געשריבן איבער דעם.
 
האט איינער נאך סיבות?
כ׳מיין מ׳האט שוין אויסגערעכנט גענוג לעגעטימע סיבות דא איינס בעסער פונעם צווייטן.

און בעצם מיינעך אז ס׳פעלט נישט אויס צו גריבלען אויף סיבות פארוואס מ׳גט׳סעך בו בזמן ווען מענטשן ווייסן נישט די סיבה פארוואס זיי האבן בכלל חתונה טו בעגין וויט... ווי שוין ערווענט דא.

לאמיר זיך מתבונן זיין אין די מהות פון א מערידזש. ס׳טאקע דא א נאטירליכע קשר נפשי ופנימי דורך די עטרעקשאן פון די פעמענין און מעסקעלין ענערדזשיס, און די לעבן מיט ליבשאפט איינער צום אנדערן גיבט באמת צו ספייס צום לעבן, אבער אָן א חצוניות׳דיגע כלי ווערט זייער שווער פאר די אהבה צו האבן א קיום.

פראקטיש גערעדט איז אזוי.

ווי מער טעכנעלאגיע ווערט פארגעשריטן און די וועלט ווערט מער און מער באקוועם אלץ ווייניגער איז דער מענטש פארנומען מיט ׳עכטע׳ סורווייוועל סארט דאגות, ווי א מאן/פרוי/משפחה איז געווען א גרויס פלאס פאר די ווירטשאפט און אלץ מער איז גרינגער זיך אליין אן עצה צו געבן אלץ סינגל.

לדוגמא, ווען פרויען האבן נישט געארבייט און מענער האבן נישט געהאט א ׳דעלי׳ ביי די האנט. איז די פרוי געווען אנגעוויזן [פאר סורווייוועל] אויף דעם מאנ׳ס הכנסה און דער מאן איז געווען אנגעוויזן אויפן פרוי צו קענען עפעס ארייננעמען אין מויל. און די ליסטע גייט ווייטער, ווי וואשן וועש ביים טייך/וואש מאשין, נייען בגדים, ועוד ועוד.

ווען איינער איז אנגעוויזן אינעם אנדערן, משפיע ומקבל, ווערט די קשר און אהבה שטערקער און שטערקער. אבער ווען דער מאן האט נישט וואס צו משפיע זיין פאר איר, ניטאמאל אויף אהיימצוברענגען נייעס איז ער ווערט ווייל זי הערט/ליינט עס אליין. ידיעות, הלכה און השקפה קען זי בעסער פון אים, און אפילו ״געלט״ ווערט בדרך כלל געסווייפט פונעם קארד און זי דארף אים נישט בעטן...

יעצט, וואס טוטסעך מיט ״קינדער״? [אזאך וואס דארף שטארק מקשר זיין מאן און ווייב, ווייל ביידע האבן א טיפע אינטערעסע דערין]

ס׳זעלבע זאך, אמאל איז האבן א גרויסע משפחה געווען יעדן׳ס חלום און מ׳האט ארויסגעקוקט דערויף, בשעת היינט קוקט מען עס אָן ווי אן עול און ביי אסאך מענטשן איזעס בלויז א מיינוס.

דעריבער, מיין איך אז די פראגע דארף זיין: פארוואס האב איך חתונה?

אויב איז די בחור/מיידל׳ס סיבה ווייל האלב פון זיין כיתה זענען שוין חתנים. ווייל מ׳וויל נישט זיין א אלטע בחור/מיידל ווייל מ׳וויל נישט זיין א נעבעך, ווייל מ׳וויל האבן קינדער וואס זאלן זיין צו הילף אויף די עלטערע יארן וכדו׳ אדער דזשאסט ווייל יעדער האט חתונה, דאן מיינט עס אז די סיבה איז בכלל נישט ווייל דער בחור/מיידל איז אינטערסירט און דעם מיידל/בחור. איז אויב האט מען חתונה אלץ אן ׳עסקעיפ׳ פון עפעס ווי איידער אינטערעסע אין דעם מענטש מיט וועם מ׳שטעלטסעך אינטער די חופה, וואס באמת קעמען ערווארטן און עקספעקטן פון אזא מערידזש??
 
לדוגמא, ווען פרויען האבן נישט געארבייט און מענער האבן נישט געהאט א ׳דעלי׳ ביי די האנט. איז די פרוי געווען אנגעוויזן [פאר סורווייוועל] אויף דעם מאנ׳ס הכנסה און דער מאן איז געווען אנגעוויזן אויפן פרוי צו קענען עפעס ארייננעמען אין מויל. און די ליסטע גייט ווייטער, ווי וואשן וועש ביים טייך/וואש מאשין, נייען בגדים, ועוד ועוד
יש״כ טייערע חבירים, איך עפרישיעט זייער ענקער פידבעק. און כ׳וויל צולייגן א וויכטיגע נקודה וואס כ׳האב אריינגעשמירט אין די ״ועוד ועוד״.

@לייביש שרייבער שרייבט דא
די וויכטיגסטע זאך אין דיין רילעשאנשיפ מיט דיין אשת חבר, איז פשוטו כמשמעו "סעקס". יא דו הערסט גוט, ריגארדלעס צו דו שפירסט אז דאס איז די שליסל פון דיין פראבלעם, צו נישט.

סאוי לאור וואס כ׳האב ערווענט אז ס׳כמעט נישטא אן אנדערע עספעקט אין לעבן ווי איינער איז באמת אנגעוויזן אויפן אנדערן, דעריבער בלייבט ׳סעקס׳ אלץ דער איינציגסטע בריח התיכון אינעם רילעשענשיפ. און אין א מערידזש ווי ס׳איז נישט ווי ס׳דארף צו זיין איז צרות...

און טאקע אפילו דעי נקודה, איז געווארן און ווערט שוואכער און שווערער.

ווייל אלטערנעטיוו׳ס פארן מאן ווערט מער און מער אוועילעבל, ווי למשל ׳פּארן׳, אזאך וואסיז אמאל נישט געווען, איז היינט עפעס וואס מאכט אים ווייניגער אנגעוויזן אין איר.

און ביי די פרויען אויך, מיינעך אז זיי פארלירן די אינטערעסע און תשוקה צו די מענער. און ס׳איז לכאורה טאקע אויך געבינדן מיט די כלליות׳דיגע נישט זיין אנגעוויזן אין די מענער פאר די חיי יום יום. ווייל די תשוקה ביי דעם פרוי, איז אנדערש ווי ביי מענער ווי ס׳איז בעיקר געבויעט אויף פיזיקעל עטרעקשאן, איזעס ביי די פרויען געבויעט אויף דעם מאנ׳ס זיין די פראוויידער און איר פראטעקטער.
 
איך האב געקלערט פון אן עצה פאר די פילע גיטין פארמערונגען במחנינו, אז מ'זאל פשוט מאכן מער טייערע חתונות, קויפן טייערערע מתנות פאר חתן כלה און מאכן שטארקע אויפרייס שבע ברכות'ן, אזוי ארום וועט די פארפאלק טון כל מה שביכלתם אז די געלט זאל נישט סתם פארוואסערט ווערן, ספעציעל ווען ס'גייט טאקע צו אויף אן אופן וואס חתן כלה האבן נישט געשוויצט קיין מינוט פאר די הוצאות, וואס דאס וועט זיי פילפאכיג געבן מער סיבה צו היטן אויף יענעמס געלט. (דער נייער דור איז זייער קאנסידערעט הער איך).
 
איך האב געקלערט פון אן עצה פאר די פילע גיטין פארמערונגען במחנינו, אז מ'זאל פשוט מאכן מער טייערע חתונות, קויפן טייערערע מתנות פאר חתן כלה און מאכן שטארקע אויפרייס שבע ברכות'ן, אזוי ארום וועט די פארפאלק טון כל מה שביכלתם אז די געלט זאל נישט סתם פארוואסערט ווערן, ספעציעל ווען ס'גייט טאקע צו אויף אן אופן וואס חתן כלה האבן נישט געשוויצט קיין מינוט פאר די הוצאות, וואס דאס וועט זיי פילפאכיג געבן מער סיבה צו היטן אויף יענעמס געלט. (דער נייער דור איז זייער קאנסידערעט הער איך).
איך האב א חבר וואס קען נישט ארויסווארפן זיין טשיינע קלאזעט, ווייל זיין טאטע מאכט נאך פעימענטס אויף עס😂
 
צ/ק די עצה איז זייער פשוט, זיך נישט גט׳ן
 
Back
Top