- זיך איינגעשריבן
- אוג. 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 113
- רעאקציע ראטע
- 545
שטייענדיג געציילטע טעג נאך וואס מדינת ישראל האט סאבאטאזשירט און און סוקסעספול אויפגעריסען די ראדיא מאשינ'קעס מיט וועלכע די חיזבאלא טעראריסטן פלעגן זיך באנוצן לעצטנס (זינט די רבני חיזבאלא האבן גע'אסר'ט סמארטפאון'ס לצורך טעראריזם), איז ארויפגעקומען צום אויבערפלאך ווי שטארק פרימיטיוו די ראדיא טעכנאלאגיע איז, אזוי ווייט אז חיזבאלא האט איינגעזעהן אז דאס באלאנגט אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די אור אלטע ביפערס... (טראץ וואס ס'ווערט אנגעוויזן אז נאר די עליטע חיזבאלא מיטגלידער (רייסערס בלע"ז) האבן ענטהאלטן די וואקי-טאקי'ס, ווידעראום די עמך טעראריסטן זענען בלויז בארעכטיגט פאר די איינפאכע ביפערס.... דאך האט די חיזבאלא וועד הצניעות גע'פסקנ'ט אז - אנדערש ווי פליפ פאון'ס - איז ראדיא נאך גענוג צוריקגעשטאנען און פרימיטיוו, דעריבער וועט דאס נישט שאטן פאר טעראריסטישקייט....).
קום איך אריין אין בית המדרש, אנטפלעקט זיך גאר א צווייטע בילד! דער אפגעריסענער פלעינע אינגערמאן וואס דרייווט אפשר פאר אובער דרייט זיך ארום מיט א פארגעשריטענעם סמארטפאון, דאגעגן דער מעעעכטיגע רייסערישע הצלה מעמבער (!) דרייט זיך ארום ש'מער ש'ווייניגער מיט א 'וואקי טאקי'.... ער לייגט עס גאר ארויס אויפן טלית בייטל ביים דאווענען (נאך אזוי שטייעדיגערהייט אז די אנטענע זאל פאכענען ווי א לולב)... כ'מיין בשלמא דו ביסט א באס דרייווער, החרשתי, אבער דו ביסט דאך איימיצער וואס ראטעוועט לעבן'ס! דו וואלסט ווען געדארפט זיין אויסגעשטאט מיט די מערסט סאפיסטיקירטע קאמוניקאציע מיטלען!, נישט א נארישע וואקי טאקי וואס חיימא און אלע באפערס קענען מיטהאלטן ווען אימער א פרוי ברויך דרינגענד א הייבאם...
קען זיין אז ס'פעלט מיר אינפארמאציע, און אדרבה טאמער איינער קען אריינקומען און מסביר'ן פארוואס הצלה קען נישט מאכן א WHATSAPP גרופ, ווי (בלויז)אלע מעמבערס קענען מיטהאלטן און קאמיוניקירן, און פטור ווערן פון די ביפער-AGE טעכנאלאגיע, זאל ביטע דא אריינקומען און אונז אויפלייכטן די אויגן.

לעצט רעדאגירט: