פארוואס געוויסע פרייע האבן פיינט פרומע

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
560
רעאקציע ראטע
3,056
פארוואס די חילונים האבן פיינט די פרומע
איך פלעג קיינמאל נישט פארשטיין פארוואס (געוויסע) פון די פרייע אין ארץ ישראל קענען נישט פארליידען די פרומע אבער די פרייע אין אמעריקא זעהט מען נישט אז זיי זאלן פיינט האבן די פרומע, די האלטסט נישט פון אונזערע שיטות פיין, וואס שטערט דיר אז איך שוויץ אין א רעזוואולקע, וואס גייט דיך אן אז איך האלט שבת, קוויטעל זיך ביים רבי׳ן וכו׳.
עד שדרשה בן קהל׳ס הרי אני כבן (גילוי) שנה וזכיתי שתאמר, זיץ איך אזוי אין פארק און זעצט זיך לעבן מיר אראפ עפעס א חרדי, פיין העל איך האבן מיט וועם צו רעדן דא, ער האט אויסגעזעהן אזוי חאניאקיש און פארקוועטשט אבער איך עקסעפט א יעדעם, פונקט ווי איך עקסעפט די געי און די לעסביען וכל שום וחניחא דאית להון אזוי אויכט עקסעפט איך איעדע חאניאק און ראצער, ליב האבן א צווייטען גייט אויף ביידע זייטען, בקיצור צויריק צים נושא איך נעם מיר אזוי ארויס מיין פאון, און והנה און פרעגט ער מיר צו ס׳כשר, ונפל האסימון, דער זאך האט געקליקט, ס׳איז מיר קלאר געווארען די אויבער דערמאנטער קשיא.
דער אמעריקאנער פרייער אקסעפט דער פרומער ווייל מה אכפת לו ווי אויבען דערמאנט, עס גאלע, עס דיך די געזינט אין שובבים טוה וואס די ווילסט וואס גייט עס עם אן, אבער די ישראלישער, די פרומע קריכען עם אויף די געהירען, מען שטעלט עם די טרעפיק מיט פארברענטע גארביזש קענס וועגען די גיוס, זיין געשעפט מוז ער פארמאכען עלעף אזייגער, מען פראטעסטירט אקעגן עם פארן זיין אפען שבת, מען שרייט אויף עם נאצי, מען ווארפט שטיינער וכו׳ וכו׳ מען מאכט עם משוגע אוואדע האט ער פיינט די פרומע, ער האט נישט קיין פראבלעם מיט די דת היהודית, ער האט פיינט דאס וואס מען האט געמאכט פון דעם דת היהודית, דעי שייגעץ שטיק אינעם נאמען פון גאט ברוך היא דאס האט ער פיינט.
 
וכספי מה הוא אומר?
די פאוער און די קארופשן פון די פרומע פאליטישן'ס, דאס ברענגט די שנאה. וצא ותראה די גרעסטע שנאה איז אקעגן גור (כאטש גור איז טאקע גאר א שטארקע אפעזיט פונעם פרייען איד, אבער זיי טוען נישט די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס), און דאס איז ווייל גור האט א משונה'דיגע פאוער אין די מדינה.

און ס'איז נישט נאר די פאוער און די קארופשן, נאר אויך (און דאס איז אביסל ווי דו זאגסט) דאס וואס דו פרומע פאליטישן'ס פרובירן צו ארויפצווינגען זייערע השקפות אויפן פרייען גאס, צו איז עס תח"צ בשבת, צו נישואין אזרחיים, צו חמץ אין די שפיטעלער, וכי כי רוכלא ניזיל ונחשוב, כי רבים הם.

ועל כולם איז עס איבער די שטוינענדע העזה, צו מאכן לענגערע מי שברך'ס פאר חיילי צה"ל ווען זיי גייען ארויס צו אומבאגרייפליכע סכנה'דיגע מצבים (ווי א כניסה קרקעית צו לבנון), און מיט די צווייטע האנט זיכער מאכן אז דיינע חברה לייגן נישט אריין קיין פינגער אין קאלט וואסער לטובת די מדינה, נאר פארנומען א גאנצע צייט ווי קען מען ארויסקעוועטשן נאך אפאר שקלים פון די תקציב המדינה, וואס איז אין א גרעון צוליב אזעלכע וואס ארבעטן נישט, צאלן נישט קיין טעקסעס, און לעבן אויף די מדינה'ס חשבון.

קיין איינע פון די אויבן דערמאנטע זאכן איז נישטא אין אמעריקע, די חרדי'שע אידן האבן נישט קיין שטארקע פאוער אין פאליטיק, און זיכער נישט קיין קארופטירטע פאליטישן'ס. זיי פרובירן נישט ארויפצוצווינגען זייער השקפת החיים אויף קיין איין פרייען איד. און זיי זוכן זיך נישט ארויסצודרייען פון געזעלשאפטליכע חיובים (עכ"פ אויף א שטארקן בולט'ן אופן).
 
איך האב אסאך שטערקערע קשיא פארוואס האט דער פרומער פיינט א אנדערע פרומער? ביידע דינען דאך דעם זעלבע גאט,ביידע האבען דעם זעלבע שו״ע? נאר וועגען די הוט אדער רעקעל איז העכער/נידריג דארף מען אזוי פיינט צו האבען?
 
איך האב אסאך שטערקערע קשיא פארוואס האט דער פרומער פיינט א אנדערע פרומער? ביידע דינען דאך דעם זעלבע גאט,ביידע האבען דעם זעלבע שו״ע? נאר וועגען די הוט אדער רעקעל איז העכער/נידריג דארף מען אזוי פיינט צו האבען?
פון וועלכע שנאה רעדסטו? וועלכער פרומער האט פיינט א אנדערער פרומער?
אויסער אויב דו רעדסט פון די ברודערליכע קריגערייען, וואס ווי אלע ברודער קריגן זיך, קריגן זיך אוך די היימישע אידן צווישן זיך.
אבער אין א עת צרה וכדו', וועט מען די העמד אויסטון פאר א צווייטן איד. און נישט נאר פאר די פרומע, נאר פאר פרייע אידן אויך.
 
טאקע די זעלבע שנאה/ אהבה האט דער חילוני צי די חרדי. פאקט איז אז יעדער האט א שנאה צי איינער וואס איז אנדערש און אויס זעהן אדער לעבענס שטייגער
 
טאקע די זעלבע שנאה/ אהבה האט דער חילוני צי די חרדי. פאקט איז אז יעדער האט א שנאה צי איינער וואס איז אנדערש און אויס זעהן אדער לעבענס שטייגער
ביטע עקסקלוד מיך פון דיינע פאקטען.
 
פארוואס די פרומע (געוויסע עכ״פ אין א״י) האבן פיינט די פרייע???
 
Back
Top