פארוואס לערנט מען נישט דעם עולם טאנצן?

שטייגער

היימישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
71
רעאקציע ראטע
299
כ'מיין פשוטו כמשמעו. פארוואס לערנט מען נישט אויס וויאזוי צי טאנצן נארמאל?

ס'ממש א רחמנות. מ'זעהט יודן ביי שמחת בית השואבה אדער שמח"ת וכדו', מ'וויל טאנצן מ'וויל זיך דערהייבן, אבער די פיס זענען ווי פארגעלמט. די נשמה לעכצט, אבער אלל וואס די גוף קען טון איז זיך ארומשלעפן דעם רינג איינמאל און נאכאמאל, א ספיד ארויף א ספיד אראפ, מיט א קלאפ אהנע קלאפ. די הויכפונקט פון די ריקוד איז ווען עס גייט זיג-זאג אנשטאט גלייך רינגס און ארום.

כ'פארשטיי נישט. ריקודים של מצוה ביי חסידישע יודן איז דאך א ריזיגע עסק, און אזויפיל מאל קומט עס אויס צי פראקטאצירן. טא פארוואס זאל מען נישט נעמען די ביסל מיה עס צי מאכן מהודר? כ'ווייס נישט צי מ'זאל עס לערנען אין ישיבה, אין כולל, אדער אין די אתרוגים ירידים. די פוינט איז אז ס'איז נישט סתם אזא זה קלי'דיגע דין, ס'איז די עצם המצוה! אזא נר חנוכה למהדרין'דיגע דין לפי הבריסקע מהלך.

און קום מיך נישט זאגן אז נעה, די עיקר איז די שמחה אינעווייניג די נשמה זאל טאנצן. פאר דעי געלט קענסט דאך שוין גיין אין בעט און לאזן די נשמה טאנצן
 
שוין גאר קיין געלעכטער נישט.
טאנצן איז די דריטע זאך, קודם ברויך מען עסן נארמאל און נישט פרעסן שטרויאיגע ליידיגע עסן ווי אווערנייט קוגל קישקע און טשולענט ביי יעדע וואכנאכט, טיי אווענט און סתם יומא דפגרא. דערנאך ברויך מען גיין כאטשיג פיר מאל א וואך פאר א מינימום פון פינף און צוואנציג מינוט אין דזשים און מאכן איבונגן און דערנאך קען מען זיך לערנען טאנצן.
 
וואס מיינסטו צי זאגען אז מען קען נישט טאנצען? איך זעה דער עולם קען פיין טאנצען (חיץ די פעטער וואס טוישט די שטריימעל מיטן הוט פון חתן׳ס ברודער, ער איז אלעמאל א האלבע סקונדע אףף ביט).
 
דארף מען זיכן א קליפ פון יואל'יש קרויס טאנצען
 
קום צו מיך, איך וועל דיך שוין לערנען פיין טאנצן...
 
וואס מיינסטו צי זאגען אז מען קען נישט טאנצען? איך זעה דער עולם קען פיין טאנצען
כ'ווייס נישט וואס ביי דיר הייסט "טאנצען" און "עולם". אבער איך האב נאך קיין נארמאל טאנץ נישט באגעגענט, אחוץ פון ירושלמי קליפס.

שפרינגען הארא הייסט ביי מיר נישט געטאנצען
 
כ'ווייס נישט וואס ביי דיר הייסט "טאנצען" און "עולם". אבער איך האב נאך קיין נארמאל טאנץ נישט באגעגענט, אחוץ פון ירושלמי קליפס.

שפרינגען הארא הייסט ביי מיר נישט געטאנצען
נו קלער מיך אויף, וואס מיינט יא טאנצען?
 
יאפס סאיז נישט קיין נייע פראבלעם מקעו זעען ביי אלע חתונות א אינגערמאן העכער פינף אין צוואנציג יאר טאנצט נאר פאר פינף מינוט אזווי די זיידעס און גלייך נאכדעם זעצט ער זיך צוריק אויף זיין גרויסע מחילה און ער קוקט און האט הנאה ווי די אכצן יעריגע בחורים געבן זיך אויס ווען דער אינגערמאן וואלט ווען כאטשיג געגאנגן בייקינג איין מאל א וואך וואלט ער שוין בעסער אויסגעזען איך רעדט שוין נישט פון חס ושלום גיין צו א דשים.

נאך א זאך וואס איך האב באמערקט אז רוב אינגערלייט דריי חדשים נאכן חתונה פלאצט זיי שוין אלע זייערע בגדים סאיז ממש ט נחת צו צוקוקן ווי זייער באכל יערט זיך טאג איין טאג אויס זעעט אויס מלערנט היינט אויס די מיידלעך צו געבן גיטע לאנטש באקסעס פאר די כולל אינגערלייט….
 
טאנצן נארמאל ל"א"ל

מיינסט אוודאי מיט די ווייב אזוי ווי מ'פירט זיך ביי נארמאלע מענטשן... נישט מיט געי זכרים וואס האבן זיך יעצט געענדיגט איך וויל נישט זאגן וואס און זיי גייסטו אנכאפן די הענט און זיי הערן נפח'ען מיטן גאנצן התלהבות... פוי

טאנצן נארמאל מיינט נישט טאנצן קלעזמער סטייל רינגראוזי וואס מ'האט נאך מיטגעברענגט פונדערהיים וואס קריכט שוין פון די הינעראויג

"הארא" מעכטיגע אינווענשן איז גארנישט בעסער... יוסי גרין די זיידע פון אריבער די זעכציג האט נאך געטאנצן די טאנץ אין ישיבה... גוט מארגן גוט יאר, ווער גיט א קרעפ פאר דעם היינט? אהרן לעוו שפילט שוין נישט, און וואלף בער גאלדבערגער האט שוין באלד ריטייערט... ס'איז אנדערע צייטן - ס'שטימט נישט.
איך מיין טאנצן איז קולטור פונקט ווי עסן אז דו לערנסט נישט אויס מענטשן צו אפרישיעטן קולטור גייט מען שווער מיט מיט דעם, סא ס'קוקט אויס ווי יעדער כאפט זיך מיט והא ראיה א גרויסע עולם וואס פיקט אויף סושי פיקט יעצט אויף פלייש באורדס אדער סאוער דאו, אבער איך האלט די ריעליטי איז אסאך מענטשן זענען ביהיינד און ווייסן נישט וואס דו ווילסט פון זייער לעבן האבן.

while צו סאוערדאו דארף מער נישט מער ווי ציין, צו אפרישיעטן טאנץ דארף מען וויסן וואס א genre איז און וואס האט די טאנץ מיט די ביט און נישט מיט די אנדערע ביט. ס'איז אזוי ווי איך זאג, מ'טאנצט נאך די איינס צוויי דריי צוריק אבער די בחור היינט ווייסט נישט וואס ס'האט געמיינט ווען מיכאל האט אראפגעלייגט א ישיש, ישיש עליך און נאך די סטאפן די ביט דארט פאר א סעקונדע, זיי זענען בכלל נישט אויף דעם טריפ...

זעהסט דאס מיינט אז אונז זעמיר out of touch ווייל די גוים הייבן נישט אן צו וויסן פון דיינע דאגות - הערסט שפאנישע מיוזיק ווייסט מען פון סאמבא אדער סאלסא, דאמיניקאנישע מיוזיק האט דעמבאו, אז דו הערסט אלטע 50'ס איז דא סווינג דענסעס וואס די עולם קען, דיסקאו פאר 70ס (די סטייל ווי אונזער מוזיק איז שטעקן געבליבן עד היום נישט די טאנץ אבער) ווען די בהמות וועלן איינזעהן ווי פארמאכט זיי זענען און אפילו צו א טאנץ קומט אריין עדזשוקעישן וועל מיר האבן מיט וועם צו גיין צום טיש...

נאכדעם דארף מען נאר זעהן עס צוצושטעלן מיט מחיצות און א בחור מעג נאר טאנצן מיט זיין מין, ערשטע עידזש טאר נישט מיט א צווייטע עידזש, א מיידל נאר מיט א מיידל, א פרוי מיט א פרוי, און איר טאכטער אויב זי טראגט מיט די עירוב, אזוי קען מען עס מסדר און בערך נאך 68 יאר ארום ווען די וועד וועט האבן אלע תקנות פיינעלייזד פאר די נעקסטע דור פון ריקודים, מ'זוכט נאך א רב זאל זיין די ראש בית דין פון די ארגון קיינער וויל נאכנישט ארויסקומען פובליקלי. ס'איז דא שמועות אז ברלנד ארבעט אויף די פרויען דיוויזיע
 
שכח פאר מיר דערמאנען איך לאך שוין אפ פון דעם יארן. ס'פאנגט זיך אן פריער: קען איינער מיר אויסרעכענען די ליסטע פוןחרדי'שע
?genres
שנעל - חסידיש
שנעל - חב"ד
שטייט - חסידיש מער פינקי, פעקעלע, מאטי שטיינמעץ
שנעל - ישיב'יש למשל שאו שערים ראשיכם
שנעל - פוכי זיידע סאנגס
שנעל - הכנסת ספר תורה
סעמי שנעל מצוה טאנץ למשל תהא השעה
הארא - מיכאל
הארא - צאלי
הארא - באמישע
ספרדישע אראבישע - שוועקי חיים ישראעל די שיט מיט
פאפ ווילדע קלאב מיוזיק EDM פון צען פופצן יאר צוריק וואס איז הייס ביי אונז... די עולם כאפט עס יעצט הערשט...
קומזיץ - נישט שנעל, נישט שטייט, "מער צופראסקעט מ'טריפט יעדער פארט ערגעץ אנדערש" פוינט איז מ'זינגט מיט... משוגע קריעטיוו
וואס נאך איז דא?

ניגוני התעררות
ניגוני התוועדות
און חופה... אמפק"גד

אזוי קען מען טריפן אויף זינגען סטיילס אויך
וואס איז די הייסע זאך? יא מרדכי בען דעוויד משוגענע חידוש האסטו געהערט ווי ער נוצט די שטימע אזוי אינטערסאנט מיט די קאפשטומע? אוודאי, ער האט דאך קיין גויאישע זינגער וואס לייגט דאס אראפ זעכצן מאל בעסער קיינמאל נישט געהערט איז מרדכי זיין ליבלינג...
די זעלבע מיט שלום לעמער מיט ברוינשטיין און די אלע וואס פיקן אויף ווייל זיי זענען ריין גויאיש אבער פאר אונזער קליינקעפיגע השגות איז דאס א נייע וועלט...
אויך האב מיר אונז א וועלט פון חזנות א יאסעלע אך וואס פארשטייסטו? א קרעכץ א וויין, זיין הננו זיין אידישע מאמע וואס ער האט נישט געמאכט נאר קאפי פעיסט פון אנדערע...אפילו ס'איז דא די שענסטע איטאליענער און פראנצויזן וואס יכ'לען אבער ניין יוסעלע דארט ענדיגט זיך עס. די וועלט שאקלט זיך און יאסעלע...
א רזא דשבת, נוסח התפילה... מ'האמיר ב"ה פארשידנס.

כאפסט? ס'האט זיראו depth אלעס איז superficial ביי די ריל וועלט ווי איך גלייך צו זאגן איז עס נישט אזוי, יא זיי זענען דאך ליידיג און פוסט, אבער סאמהאו זייער מיוזיקל דזשאנרעס האט אסאך מער קאפ און מוח און די געווענליכע ליסענער ווייסט וואס איז וואס און וויאזוי עס צו אפרישיעיטן. אבער יא מ'דארף דאך זיי פיינט האבן ווייל זיי זענען דאך דיפרעסטע פאדראגטע פארטעמ'טע קעפ אבער אונז זעמיר די שיט....

נאכאמאל וואס האסטו נאר געפרעגט וועגן טאנצן?
 
לעצט רעדאגירט:
טאנצן נארמאל ל"א"ל

מיינסט אוודאי מיט די ווייב אזוי ווי מ'פירט זיך ביי נארמאלע מענטשן... נישט מיט געי זכרים וואס האבן זיך יעצט געענדיגט איך וויל נישט זאגן וואס און זיי גייסטו אנכאפן די הענט און זיי הערן נפח'ען מיטן גאנצן התלהבות... פוי

טאנצן נארמאל מיינט נישט טאנצן קלעזמער סטייל רינגראוזי וואס מ'האט נאך מיטגעברענגט פונדערהיים וואס קריכט שוין פון די הינעראויג

"הארא" מעכטיגע אינווענשן איז גארנישט בעסער... יוסי גרין די זיידע פון אריבער די זעכציג האט נאך געטאנצן די טאנץ אין ישיבה... גוט מארגן גוט יאר, ווער גיט א קרעפ פאר דעם היינט? אהרן לעוו שפילט שוין נישט, און וואלף בער גאלדבערגער האט שוין באלד ריטייערט... ס'איז אנדערע צייטן - ס'שטימט נישט.
איך מיין טאנצן איז קולטור פונקט ווי עסן אז דו לערנסט נישט אויס מענטשן צו אפרישיעטן קולטור גייט מען שווער מיט מיט דעם, סא ס'קוקט אויס ווי יעדער כאפט זיך מיט והא ראיה א גרויסע עולם וואס פיקט אויף סושי פיקט יעצט אויף פלייש באורדס אדער סאוער דאו, אבער איך האלט די ריעליטי איז אסאך מענטשן זענען ביהיינד און ווייסן נישט וואס דו ווילסט פון זייער לעבן האבן.

while צו סאוערדאו דארף מער נישט מער ווי ציין, צו אפרישיעטן טאנץ דארף מען וויסן וואס א genre איז און וואס האט די טאנץ מיט די ביט און נישט מיט די אנדערע ביט. ס'איז אזוי ווי איך זאג, מ'טאנצט נאך די איינס צוויי דריי צוריק אבער די בחור היינט ווייסט נישט וואס ס'האט געמיינט ווען מיכאל האט אראפגעלייגט א ישיש, ישיש עליך און נאך די סטאפן די ביט דארט פאר א סעקונדע, זיי זענען בכלל נישט אויף דעם טריפ...

זעהסט דאס מיינט אז אונז זעמיר out of touch ווייל די גוים הייבן נישט אן צו וויסן פון דיינע דאגות - הערסט שפאנישע מיוזיק ווייסט מען פון סאמבא אדער סאלסא, דאמיניקאנישע מיוזיק האט דעמבאו, אז דו הערסט אלטע 50'ס איז דא סווינג דענסעס וואס די עולם קען, דיסקאו פאר 70ס (די סטייל ווי אונזער מוזיק איז שטעקן געבליבן עד היום נישט די טאנץ אבער) ווען די בהמות וועלן איינזעהן ווי פארמאכט זיי זענען און אפילו צו א טאנץ קומט אריין עדזשוקעישן וועל מיר האבן מיט וועם צו גיין צום טיש...

נאכדעם דארף מען נאר זעהן עס צוצושטעלן מיט מחיצות און א בחור מעג נאר טאנצן מיט זיין מין, ערשטע עידזש טאר נישט מיט א צווייטע עידזש, א מיידל נאר מיט א מיידל, א פרוי מיט א פרוי, און איר טאכטער אויב זי טראגט מיט די עירוב, אזוי קען מען עס מסדר און בערך נאך 68 יאר ארום ווען די וועד וועט האבן אלע תקנות פיינעלייזד פאר די נעקסטע דור פון ריקודים, מ'זוכט נאך א רב זאל זיין די ראש בית דין פון די ארגון קיינער וויל נאכנישט ארויסקומען פובליקלי. ס'איז דא שמועות אז ברלנד ארבעט אויף די פרויען דיוויזיע
סאו נאר וואס איז גוי׳איש איז גוט און קולטוראל, אבער וואס איז אידיש איז נעריש און אפגעפרעגט, דעיס איז א פארמאכטקעפיגקייט מער פון צימערמאן וכת דיליה, ס׳דא couple טענץ און ס׳דא חסידישע טענץ, ס׳נישט קיין סתירה ס׳צוויי אנדערע זאכען ס׳נישט קיין סאב-זערא געים, ס׳דערמאנט מיר פון די אט״ד וואס קען שוין נישט אין מויל נעמען קיין טשולענט און קיגעל ווייל ער האט שוין טועם געוועהן חזיר, מזה ומזה אל תנח ידך ווייסט מען ביי אונז, איינער וואס אלעס אידיש איז עקלדיג און נעריש ביי עם, ווייזט עס אויף פארמאכטקייט.
 
וויאזוי דו פארשטייסט מיט דיין פערזענליכע טראמא אדער עטיטוד...

אסאך מאל טרייסטו ניטאמאל צו פארשטיין... איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט אידיש פון 1900 אין רומעניע, אבער היינט דארף מען זיין בלינד צו זעהן אז אידיש מיט וואס מ'פירט זיך האט נישט דוקא קיין שייכות און מ'דארף נישט זיין אטד.
די אבסעסיע פון קאנסערוואטיזם האט אונז געברענגט צו א מצב אז מ'איז ממש סטאק מיט אלטע זאכן וואס איז נישט דא קיין דרכא אחרינא, ווי כאילו פאטעיטא קוגל האט עפעס א הייליגקייט און טשאלנט ברענגט נענטער צום באשעפער, ניין ס'איז אוקריינישע מאכלים פון הונדערט צו צוויי הונדערט יאר צוריק... ליסן ס'איז אויך גוט, אבער מ'קען חוזק מאכן פון עס ווייל וועסט נישט טרעפן א קולטור וואס מ'איז אזוי אבסעסד מיט אלע זאכן פאר אזא לאנגע סטרעטש אף טיים אויסער ביי די אמיש.

כ'ווייס ס'איז זייער סענסעטיוו אויב מ'מאכט לצנות אבער דינייעליזם פון אונזער פארמאכטקייט און צוריקגעבליבנקייט איז פשוט דעלוזשנל אדער ignorant פון נאטירליכע עוועלושן אין די שכינות.
 
דו ווילסט דוקא זיך טענה'ן, איי לאוו sociology איך האב למשל נישט קיין פראבלעם מיט די מלחמה איבערלעבער קאפל וואס האבן נאך געהאלטן הענט דא אין אמעריקע ווייל זיי זענען פארט מאן און ווייב, איך האב גאנץ ווייניג א פראבלעם מיט א חיים מענדל מערמעלשטיין וואס האט געמאכט דזשאוקס און ענטערטעינמענט (אויף זיין לעוול) הארט נאך די מלחמה, אבער פאר דיר איז דעס פרעמד ווייל לויט די היינטיגע נארמעס איז דאס אפגעפרעגט און די סאושל קאנסטראקט דיקטירט אז מ'דארף וויינען לפני הכלה, קעגן די הלכה אבער הלכה איז דאך שטותים, קולטור און סאסייעטי וועגט איבער במציאות. און אז מענטשן זענען געווארן עמאושנל וועגן יתומים און יתומות איז געווארן א נייע שפיל מיט א פינקי וועבער מיט די גאנצע געוויינראציע... אבער אחת דתו זאל איינער דעס אראפרייסן אדער שפעטן פון דעם ווייל ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס און באשולדיגן יענעם אלס קליינקעפיג לאל... ווען די נאר איז ווען נישט דיינער פלעגט מיין מנהל זאגן

נ.ב. ווען דו וועסט אביסל ארומליינען אויף וויקיפידיע וויאזוי genres אין די וועלט ארבעטן פאר א שטיק צייט אויב ס'אינטערסירט דיר ווייל דו ביזט דאך פון די אויפגעקלערטע וועסטו זעהן די קאנטראסט פון וואס מיינט עלעמענטס פון מוזיק און סטייל און ווי ווייניג קאפ און אייגנארטיגקייט ליגט אין אונזער מוזיק דערקעגן.
 
Back
Top