פארוואס שרייבט א פותח פון א שנירל

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
736
רעאקציע ראטע
1,690
סיי ווער עס שרייבט אין די בלאג סייט'ס ווי ק''ש, איי וועלט אדער סיי וועלעכער אנדערער פובליק דאומעין בלאג שרייבט פאר א סיבה וואס נישט איעדער וואס ליינט פארשטייט על מה ולמה שרייבט דער שרייבער.

נעמט אין באטראכט אז איינער וואס פארמאגט זיין/ איר אייגענער בלאג סייט האט א פינאציעלע אינטערעסע, ווי למשל עד-סענס עדוועטייזער וכ''ו.

דער שרייבער וואס שרייבט לאנגע אשכולות און תגובה'ס אויף די פובליק בלאג סייט האט דאך נישט די מתן שכרו/ה בצידו/ה וואס מאכט אים/איר שרייבען.

יא, די אלע קאמענטעיטארס פון דריי שורות היכי תיתא, זיי ווערען אינגעידזשד אין א געשמאקער כאילו טשעט און פארברענגען איינגענעם די צייט מיטן ליינען געשמאקע ארטיקלען וואס דער כותב האט דעראויף געארבעט שעות אריכות. און מיט איין ווארט א קאמענט איז ער א חלק פון די זאך הוא מותיב, והוא מפרק און מען פארברענגט אנגענעם, געשמאקער אינטערטעינמענט למה לא?
אבער דער ארידזשענעיטאר פון אשכול וואס שרייבט די טויזענטער קערעקטארס וואס איז זיין/איר חלק מכל עמלו/ה?

נאר וויסן זאלט איר דער פותח האשכול האט אן אינלעכער דראנג פון מניק זיין מטובו/ה מער ווי יונק זיין.

אן א יניקה קען ער דאך נישט מניק זיין דער שרייבער/קע וואס לייגט אריין שעות אריכות קען נישט געבען פון זיך וואס ער/זי האט נישט ע''כ מיז דער מחבר/ת אויך יונק זיין.

נאר וואסדזשע דען זיין/איר יניקה וועט זיין אז דער אשכול ווערט א לעבעדיגער אשכול עס טוהט זיך אינעם אשכול. קאמפלימענטן פליען אויפן חשבון פונעם שרייבער/קע. די לינקס מערן זיך ווי שוועמעל נאך א רעגען דאס איז די יניקה פארן שרייבער/קע אזוי קענען זיי ווייטער מניק זיין.

אבער גאט זאל באהיטן אז די שרייבער/קע באקומט א קאלטער אויפנאמע אדער חלילה שפאז אויף זיינע/אירע באשרייבונגען זיין/איר האראוואניע ווערט נישט רעקאגנייזד לפי די כוחות וואס ווערן דערינען אריין געלייגט ווערט ל''ע פארטריקענט דעם דד הדיו און הילד/ה אינני כי לקח אות/ה כח היניקה.

וואס איז דער אינערליכער דראנג און פארוואס דארפן די שרייבערס/קעס וואס מאכן נישט קיין געלט פון זייערע פעדערס די קאמענטארן פון קאמפלימענטן און אינטערעקשאן פון זייערע תגובות און אשכולות.

נא לאמיר זעהן אינטערעקשאן וועלן מיר פרובירן ארום רעדן אפען וואס ווילן מיר פארוואס טוהן מיר דאס און די אלע אויבן דערמאנטע פראגעס.
 
אוודאי אזוי, אבער מען דארף אויך נעמען אין באטראכט אז פאר יעדע רעאקציע, זאל עס זיין לייקס אדער תגובות, זענען פארהאן צענדליגער ליינער בהווה ובעתיד וואס האבן געוואלדיג הנאה פון די שרייבעריי און געדאנקען וואס ווערט ארויסגעברענגט, אשע״כ, א שנירל מיט פינף-צען ראעקציעס קען מען אננעמען אז הונדערט מענטשען אדער מער האבן המאה געהאט דערפון, פארשטייט זיך אז עס וואלט געווען א שיינע זאך אז יעדע זאל מיטטיילן ווען מען האט הנאה פון עפעס און באפרידיגען דעם שרייבער אבער דער וועלט ארבעט עפעס נישט אזוי, אדם לעמל יולד, מ׳שרייבט און מ׳שרייבט און מ׳קוקט ארויס אויף דעם אזוי געגארטען לייק, מ׳קען שטארבען דריי מאל פאר מ׳זעט דעם רעאקציע אבער מ׳דארף זיך מחזק זיין און ווייטער שרייבען, דער באשעפער וועט שוין העלפען.
 
דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס איך האלט נישט מיין נאמען פאר א סוד, ווייל איך וויל הערן פון מענטשן אין בית מדרש, תרמב, פיין געשריבן! און איך באקום טאקע גריסן גאר אפט, אסאך מענטשן וואס קענען נישט שרייבן, ווילן דאך געבן א קאמפלימענט, אז ער קען דיר קען ער עס דיר זאגן.
 
עס ווענט זיך אין אפאר פאקטארן. וואספארא ארטיקלען, און אין וועלעכע ביהמ''ד.

בעוה''ר קען איך צו דעם נישט זוכה זיין ע''כ איז פארמיקט געווארן א שנירל.
 
עס ווענט זיך אין אפאר פאקטארן. וואספארא ארטיקלען, און אין וועלעכע ביהמ''ד.

בעוה''ר קען איך צו דעם נישט זוכה זיין ע''כ איז פארמיקט געווארן א שנירל.
דו וועסט זיין סורפרייזד אפשר, איך שרייב אויף קאווע שטיבל און איך דריי זיך אין א גרויסע סאטמארע בית מדרש, די מענטשן ווייסן פון מיין ניק צו זאגן, און איך האב נישט קיין שום אישו פון קיינעם, איך טריי צו טראכטן אין וועלכע בית מדרש איך וואלט געדארפט מורא האבן אריינצוגיין.
 
איך מיט מיינע שיפע טאשן, די איצטלא דרבנן. מיין שטעלע און סטאטוס וועט עס בשו''א ערלויבן. ביי אנדערע גלויב איך וועט עס נישט ארבעטן. א יעדער פאר זיין סיבה.

די פאסאד אוי די פאסאד, מי ידמה לך. וויפיל צער און ווייטוג דער פאסאד איז גורם מידי יום ביומו פאר אלע סארטן און אלע קרייזן.
 
דו וועסט זיין סורפרייזד אפשר, איך שרייב אויף קאווע שטיבל און איך דריי זיך אין א גרויסע סאטמארע בית מדרש, די מענטשן ווייסן פון מיין ניק צו זאגן, און איך האב נישט קיין שום אישו פון קיינעם, איך טריי צו טראכטן אין וועלכע בית מדרש איך וואלט געדארפט מורא האבן אריינצוגיין.

איך וואלט געווען א תרמ"ב איד וואלט איך אויך נישט געהאט קיין פראבלעם...

מסתמא האסטו שוין חתונה געמאכט אלע קינדער און אייניקלעך.
 
Back
Top