פלוריבוס (pluribus)

איש יהודי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
187
רעאקציע ראטע
813
פונקטן
123
קעראל, א שרייבער וואס ליידט אויף דעפרעסיע און אלקאהאליזם, איז איינע פון געציילטע מענטשן אויף די פלאנעט וואס זענען נישט אפעקטירט פונעם הייוומיינד (hivemind) וויירוס, וואס האט פאראייניגט די מענטשהייט אין איין צענטראלע מוח, די גאנצע מענטשהייט טיילט מיט איין באוואוסטזיין

אין די נייע וועלט איז יעדער צופרידן, מער נישט דא קיין מלחמות אדער קאנפליקטן, און הגם די הייוומיינד פרובירט צי בארואיגן קעראל און איר מאכן שפירן באקוועם, פילט זי ווי עפעס איז נישט און ארדענונג, ווען זי טרעפט זיך מיט די אנדערע אומאפעקטירטע מענטשן מוטשעט זי זיך ארויסצוברענגען וואס די פראבלעם איז

די סעריע ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע פיליזאפישע שאלה, וואלט די וועלט געווען בעסער אויב אונז קענען פטור ווערן פון אלע ווייטאג, אפילו אויב דאס מיינט פארלירן אונזער אינדיווידואליטעט?

די ערשטע צוויי עפיזאדן האבן באקומען גאר הויכע רייטינגס, אריינגערעכנט א 100% פון rotten tomatoes און א 9/10 פון imdb איך האב שוין לאנג נישט אזוי ארויסגעקוקט אויף די קומענדיגע עפיזאד
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top