פאני ווידעאס

אויב איינער וואלט גענטפערט העריס, וואלט ער עס ארויפגעלייגט? אדער ס'איז א שטארקע פרא - טראמפ נעטווארק?

למאי נ"מ, וואס טוה איך אויב איינער שטעלט מיך אפ. כ'זאג העריס, פארוואס? וואס זאל איך ענטפערן, אנפאנגען א גאנצע אריכות'דיגע דרשה, אדער א פאר דעמאקראטישע טאלקינג פוינטס?
 
דער לעצטע אינגערמאן אויפן ווידעא nailed it! :D
די שאלה איז וואס איז טאקע פשט אז אונזער היימישע עולם איז אזוי פארקויפט געווארן פאר עם?
מ'קען נישט באשולדיגן די מידיע, סיי ווייל ביי אונז איז מען נישט אזוי צורך מידיע, סיי א גרויס חלק מידיע איז אנטי-טראמפ (ווי דער איד, די צייטונג, ועוד), און בפרט וואס אונזער עולם ווערט נישט אזוי מושפע פון די מידיע, און וואס איינער וועט זיי זאגן וועט מען טראכטן פונקט פארקערט, איפכא מסתברא.
איז וואס האט אריינגעברענגט אונזער עולם פאר טראמפ אזוי שטארק?

אין ק"ש איז געווען א ארטיקל פון החכם הנודע ונבנתה העיר אונטערן טיטל 'למה הלכו בני ישראל אל הדאנעלד' (עפעס אזוי), געדענק איך אבער נישט וואס ער האט געשריבן דארט.
 
אויב איינער וואלט גענטפערט העריס, וואלט ער עס ארויפגעלייגט? אדער ס'איז א שטארקע פרא - טראמפ נעטווארק?

למאי נ"מ, וואס טוה איך אויב איינער שטעלט מיך אפ. כ'זאג העריס, פארוואס? וואס זאל איך ענטפערן, אנפאנגען א גאנצע אריכות'דיגע דרשה, אדער א פאר דעמאקראטישע טאלקינג פוינטס?

איך מיין הייב אן א לאנגע דרשה, אדרבה זאל דער אינטערוויוער פראבירן דיר אפצופרעגן...

די שאלה איז וואס איז טאקע פשט אז אונזער היימישע עולם איז אזוי פארקויפט געווארן פאר עם?
מ'קען נישט באשולדיגן די מידיע, סיי ווייל ביי אונז איז מען נישט אזוי צורך מידיע, סיי א גרויס חלק מידיע איז אנטי-טראמפ (ווי דער איד, די צייטונג, ועוד), און בפרט וואס אונזער עולם ווערט נישט אזוי מושפע פון די מידיע, און וואס איינער וועט זיי זאגן וועט מען טראכטן פונקט פארקערט, איפכא מסתברא.
איז וואס האט אריינגעברענגט אונזער עולם פאר טראמפ אזוי שטארק?

אין ק"ש איז געווען א ארטיקל פון החכם הנודע ונבנתה העיר אונטערן טיטל 'למה הלכו בני ישראל אל הדאנעלד' (עפעס אזוי), געדענק איך אבער נישט וואס ער האט געשריבן דארט.

דאס איז שוין א נושא וואס איז דיסקוסירט און אנאלאזירט געווארן דורך אלע קארפן קעפ ביינונז. אין קאווע שטיבל איז געווען מער ווי איין ארטיקל דערויף, קטלא קניא האט גערעדט דערפון, אין דער וועקער איז געווען אן ארטיקל (קען זיין די פון ונבנתה..)

יעדע האט זיך זיין פשט דערין, מיין מיינונג איז אז מיר אידעלעך זענען אין אלע דורת געווען אנטי-עסטעבלישמענט (די גויאישע פארשטייט זיך - אונזער האט מען עפעס זייער ליב..) מען האט אויף אלע וועגן פראבירט אונטערצוקויפן, אראפצורייסן, און אויסצושפילן די עסטעבלישמענט, ע"ע חינוך, געלט, וכו'.
איז געקומען טראמפ און אנגעהויבן מיט זיינע אטאקעס אנקעגן די עסטעבלישמענט, און נישט קיין ווינדער מיר האבן עס/אים אזוי ליב באקומען..
 
אונז האבן אזויפיל זאכן וואס אונז זענען כמעט אייניג מיט טראמפ,

מיט טראמפ קענסטו זיין איין טאג א פריינד און די נעקסטע טאג א פיינט, אויב זאגסטו א ווארט וואס אים געפעלט נישט ביסטו שוין א אלטע פיינט,
אונז זעמער אויכט אזוי, (ווען יענער איז נישט משולנו).

טראמפ האלט די מידיא האט אים פיינט,
אונז האלטן די מידיא האבן פיינט חסידישע אידן.

טראמפ האלט זיך קלוגער ווי יעדעם איינעם,
אונז האלטן אויכט אז אונז זעמער די קלוגסטע.

טראמפ איז א משוגענער,
אונז זעמער אויכט משוגע… 😂
 
Back
Top