פאר וועמען שרייב איך?

פעדער

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
15
רעאקציע ראטע
185
איך האב מיך אריבערגעצויגן דא פון קאווע שטיבל נאכן איינזען אז ווי עס שיינט איז נישט דא קיין צוקונפט דארט.

איך בין נישט פון די וואס וויילן אין פארעמס פאר לאנגע שעות און פארברענגען און שמועסן וויאזוי עס לאזט זיך. איך בין מער צוריקגעהאלטן און מיין גאנצע באזוכן אינעם פארעם איז הויפטזעכערליך צו טרעפן אינטעלעקטואלע אינהאלט און בארייכערן מיין וויסנשאפט און אין איין וועג ביישטייערן לויט מיין פעאיגקייט.

מיין שאלה צו די חברי הקרעמל איז, צו דען איז דאס פלאץ געאייגענט פאר אזעלכע ווי מיך, ווען איך וועל שרייבן ארטיקלען איבער דאס און יענץ, צו דען וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן קוועלן פון מיין ארבעט אז עס זאל זיך האבן געלוינט מיין צייט און מי דערפאר?

אין קאווע שטיבל איז מיך געווען גרינגער אין א געוויסע זין, צו שרייבן און אינוועסטירן צייט און מוח, צוליב דעם וואס איך האב - ווי נישט ווי - געוואוסט אז אזוי ווי עס איז אן אפענע פלאץ ווי יעדער קען קומען לייענען, וועט זיך זיכער מאכן דורכויס די צייט, אז איינער צו צוויי, וועלן טרעפן גענוג אינטערעסע אין מיין ווערק זיי צו שענקען די פארדינטע אויפמערקזאמקייט. דא אין קרעמל אבער האב איך מורא אז וויבאלט -דערווייל - איז דאס פלאץ נאך פארמאכט, טא וואס האב איך צו שרייבן?

מיין שאלה איז, צו דען זענען מיינע קווענקלענישן באזירט אויף אייגענע מענטאלע אומסטאביליטעט אדער פילייכט ליגט עפעס אונטער זיי.
 
איך מיין אז די עולם איז גרייט צו הערן! ספעציעל די עולם וואס ווייסט וואס דו קענסט דעליווערן! עס איז טאקע אפשר א סיילענט מעדזשאריטי און די וואס לאזן זיך אסאך הערן (נישט קיינעם פערזענליך ח"ו נאר די מצב) שרייבן מער הומאריסטישע און אויבערפלעכליכע ארטיקלען, (וואס איז אויך זייער פיין) אבער ס'איז נאך אלץ דא אסאך טיפע טראכטער וואס וועלן שלינגען מיט דורשט א טיפזיניגע ארטיקל.

איך פערזענליך האב אנגעהויבן צו שרייבן שיינע ארטיקלען איבער אסטראנאמיע, מעטאראלגיע און פילאזאפיע און כ'האב אויך ענליכע ספיקות - ס'זעט נישט אויס ווי די עולם זוכט די זאכן, אבער איך מיין אז ס'איז יא דא א באהאלטענע רוב וואס גלייכט עס. און
אדרבה זאלן די סיניאר חברה אריינקומען מיט זייער מיינונג.
 
איך האב מיך אריבערגעצויגן דא פון קאווע שטיבל נאכן איינזען אז ווי עס שיינט איז נישט דא קיין צוקונפט דארט.

איך בין נישט פון די וואס וויילן אין פארעמס פאר לאנגע שעות און פארברענגען און שמועסן וויאזוי עס לאזט זיך. איך בין מער צוריקגעהאלטן און מיין גאנצע באזוכן אינעם פארעם איז הויפטזעכערליך צו טרעפן אינטעלעקטואלע אינהאלט און בארייכערן מיין וויסנשאפט און אין איין וועג ביישטייערן לויט מיין פעאיגקייט.

מיין שאלה צו די חברי הקרעמל איז, צו דען איז דאס פלאץ געאייגענט פאר אזעלכע ווי מיך, ווען איך וועל שרייבן ארטיקלען איבער דאס און יענץ, צו דען וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן קוועלן פון מיין ארבעט אז עס זאל זיך האבן געלוינט מיין צייט און מי דערפאר?

אין קאווע שטיבל איז מיך געווען גרינגער אין א געוויסע זין, צו שרייבן און אינוועסטירן צייט און מוח, צוליב דעם וואס איך האב - ווי נישט ווי - געוואוסט אז אזוי ווי עס איז אן אפענע פלאץ ווי יעדער קען קומען לייענען, וועט זיך זיכער מאכן דורכויס די צייט, אז איינער צו צוויי, וועלן טרעפן גענוג אינטערעסע אין מיין ווערק זיי צו שענקען די פארדינטע אויפמערקזאמקייט. דא אין קרעמל אבער האב איך מורא אז וויבאלט -דערווייל - איז דאס פלאץ נאך פארמאכט, טא וואס האב איך צו שרייבן?

מיין שאלה איז, צו דען זענען מיינע קווענקלענישן באזירט אויף אייגענע מענטאלע אומסטאביליטעט אדער פילייכט ליגט עפעס אונטער זיי.
איך גלייב אז דיין ארבעט וועט דא זיין טייער געשעצט, און איך האף מערערע ליינער וועלן זיך אפרופן און ארויסברענגען די הכרת הטוב פאר דיינע ווערק. (נישט אלעמאל כאפן מענטשן ווי וויכטיג קאמיוניקאציע קען זיין און ווי ווייט פידבעק קען לאזן וויסן אז די מיה און פלאג האט זיך געלוינט און באמת זענען זיך מענטשן מחי׳ דערמיט)

האפנטליך וועלן זיך די טויערן דא עפענען בקרוב פאר נאכמער ליינער וואס וועלן דאנקבאר זיין פאר אלעם וואס דו אפפערסט.
 
קודם ברוכים הבאים הרב פעדער.
כ'האב דיך שוין געמיסט, שוין א לענגערע צייט וואס כ'האב נישט געזעהן דיינע ארטיקלעך און כ'בין גאר העפי אז דו ביסט דא מיט אינז צוריק אוו נישט נאר איך נאר דער גאנצער עולם איז זיך מחי' אז דו ביסט צוריק מיט א פרישקייט.

יעצט לגבי די טרעפיק דא און די דימענד צו ליינען דיינע ארטיקלעך, מיר זענען נאך טאקע אין א בעטא ווערסיע, אבער מיר פארמאגן דא גאר אסאך גוטע שרייבערס און דענקערס וועלכע גייען זייער אפרישיעטן דיינע שרייב ווערק, און מיר האפן בקרוב צו גיין לייוו און דאן וועלן זיך דיינע שרייב ווערק האבן אויסגעצאלט אלף פעמים ככה.

פליז שרייב שרייב און שרייב! זיי אונז מהנה.
זה נהנה וזה נהנה
 
איך האב מיך אריבערגעצויגן דא פון קאווע שטיבל נאכן איינזען אז ווי עס שיינט איז נישט דא קיין צוקונפט דארט.

איך בין נישט פון די וואס וויילן אין פארעמס פאר לאנגע שעות און פארברענגען און שמועסן וויאזוי עס לאזט זיך. איך בין מער צוריקגעהאלטן און מיין גאנצע באזוכן אינעם פארעם איז הויפטזעכערליך צו טרעפן אינטעלעקטואלע אינהאלט און בארייכערן מיין וויסנשאפט און אין איין וועג ביישטייערן לויט מיין פעאיגקייט.

מיין שאלה צו די חברי הקרעמל איז, צו דען איז דאס פלאץ געאייגענט פאר אזעלכע ווי מיך, ווען איך וועל שרייבן ארטיקלען איבער דאס און יענץ, צו דען וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן קוועלן פון מיין ארבעט אז עס זאל זיך האבן געלוינט מיין צייט און מי דערפאר?

אין קאווע שטיבל איז מיך געווען גרינגער אין א געוויסע זין, צו שרייבן און אינוועסטירן צייט און מוח, צוליב דעם וואס איך האב - ווי נישט ווי - געוואוסט אז אזוי ווי עס איז אן אפענע פלאץ ווי יעדער קען קומען לייענען, וועט זיך זיכער מאכן דורכויס די צייט, אז איינער צו צוויי, וועלן טרעפן גענוג אינטערעסע אין מיין ווערק זיי צו שענקען די פארדינטע אויפמערקזאמקייט. דא אין קרעמל אבער האב איך מורא אז וויבאלט -דערווייל - איז דאס פלאץ נאך פארמאכט, טא וואס האב איך צו שרייבן?

מיין שאלה איז, צו דען זענען מיינע קווענקלענישן באזירט אויף אייגענע מענטאלע אומסטאביליטעט אדער פילייכט ליגט עפעס אונטער זיי.
דער אמת איז, אז ס'דא חכמה אין ביידע וועלטן.
געווענליך וועלן מענטשן וואס זענען שטארק אריינגעטון אין אינטעלעקטואלע נושאים, האבן א שטיקל דעפישענסי ווען ס'קומט צו סאוציעליזירן, טאקע ווייל די סמאל טאלק אינטערסירט זיי נישט קיין סאך.
עכ"ז איז פאר יעדעם דא א תועלת אין סאוציעליזירן, סיי פאר די גייסטיגע געזונט און סיי צו אנקניפן פארבינדונגען מיט מענטשן, וואס פעלט אויס אין רוב מענטש'נס לעבן.

וכן להיפך, מענטשן וואס זענען נאר גוט באהאווענט אין די שמועסעריין, וועלן האבן שוועריגקייטן מיט גרונטליך אנאליזירן א זאך מיט קריטיקל טינקינג, טאקע ווייל זיין לויפן מיט'ן געלאפ פונעם המון עם.
(פארשטייט זיך אז ס'אויך פאראן יחידי סגולה וואס זענען שטארק אין ביידע תחומים, אבער איך רעד באופן כללי)

איז ווילאנג ס'דא א באלאנס וועט יעדער קענען נאשן פונעם צווייטן און זיך משלים זיין וואו ס'פעלט אים השלמה.

ס'וואלט אפשר אויך געקענט זיין א געדאנק פון אנצייכענען שנירלעך אלס 'אינטעלעקטואל' אדער 'שמועסערייען' (קען אפילו זיין א קליין צייכן, קאליר, אימאודשי וכדו') און אויף עפעס אן אופן האלטן א באלאנס.
 
@פעדער אינז לעכצן מיר צי הערן דיינע תוכן, אדרבה קום אריין קלאר.
 
איך האב מיך אריבערגעצויגן דא פון קאווע שטיבל נאכן איינזען אז ווי עס שיינט איז נישט דא קיין צוקונפט דארט.

איך בין נישט פון די וואס וויילן אין פארעמס פאר לאנגע שעות און פארברענגען און שמועסן וויאזוי עס לאזט זיך. איך בין מער צוריקגעהאלטן און מיין גאנצע באזוכן אינעם פארעם איז הויפטזעכערליך צו טרעפן אינטעלעקטואלע אינהאלט און בארייכערן מיין וויסנשאפט און אין איין וועג ביישטייערן לויט מיין פעאיגקייט.

מיין שאלה צו די חברי הקרעמל איז, צו דען איז דאס פלאץ געאייגענט פאר אזעלכע ווי מיך, ווען איך וועל שרייבן ארטיקלען איבער דאס און יענץ, צו דען וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן קוועלן פון מיין ארבעט אז עס זאל זיך האבן געלוינט מיין צייט און מי דערפאר?

אין קאווע שטיבל איז מיך געווען גרינגער אין א געוויסע זין, צו שרייבן און אינוועסטירן צייט און מוח, צוליב דעם וואס איך האב - ווי נישט ווי - געוואוסט אז אזוי ווי עס איז אן אפענע פלאץ ווי יעדער קען קומען לייענען, וועט זיך זיכער מאכן דורכויס די צייט, אז איינער צו צוויי, וועלן טרעפן גענוג אינטערעסע אין מיין ווערק זיי צו שענקען די פארדינטע אויפמערקזאמקייט. דא אין קרעמל אבער האב איך מורא אז וויבאלט -דערווייל - איז דאס פלאץ נאך פארמאכט, טא וואס האב איך צו שרייבן?

מיין שאלה איז, צו דען זענען מיינע קווענקלענישן באזירט אויף אייגענע מענטאלע אומסטאביליטעט אדער פילייכט ליגט עפעס אונטער זיי.
אדרבה שרייב פליז מער.
פון דעם אשכול אליינס האסטו שוין געהויבן דעם לייענערס אינטערעסע
 
ס'וואלט אפשר אויך געקענט זיין א געדאנק פון אנצייכענען שנירלעך אלס 'אינטעלעקטואל' אדער 'שמועסערייען' (קען אפילו זיין א קליין צייכן, קאליר, אימאודשי וכדו') און אויף עפעס אן אופן האלטן א באלאנס.
נישט פארדעם האט מען סעקשאנס ווי שמועסן, מחשבה..?
 
כ'האב עס אפשר נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט, מיין געדאנק איז, אז לאמיר זאגן פאר יעדע צוויי שמועסן שנירלעך, זאל זיין איין אינטעלעקטואלע.
 
@פעדער טייערע, אונז ווארטן פאר דיינע געשראבעכצער

טאקע, די פלאץ איז נאכנישט אפען פאר יעדעם, אבער ווער ס'וויל עכט, קען אנקומען, און איך גלייב אז בקרוב וועט זיך עס עפענען פאר יעדעם
 
ש'כח פאר אלע ענטפערס און פארן צייגן אינטערעסע אין יענעם'ס שריפט, עס געבט א גרויסע שטופ.

איך דארף זיך נאך פארמאל באדאנקען פאר די איבערגעגעבענע מנהלים און אנפירער וועלכע האבן גענומען דעם איניציאטיוו צו עפענען קרעמל.

ס'מיך געפאלן וואס @זית רענן האט ארויסגעברענגט. איך מיין אז יעדער האט דא א ראלע צו שפילן, די וואס פארברענגען און סאשעלייזן, זאלן זיכער מאכן צו ווייזן אנערקענונג פאר די וואס שרייבן לענגערע ארטיקלן און די שרייבערס זאלן פראבירן ארויסצוגיין פון זייער "קאמפערט זאון" און פארברענגען מער. דער גאנצע אויסשטעל פון קרעמל וואס איז אסאך בעסער ווי פון קאווע שטיבל, וועט זיכער צוהעלפן דערצו.
 
דא איז אן ארטיקעל וואס אנכי הק' האט געשריבען אין ק"ש בער אין די דעי

פארוואס שרייבט דער פותח האשכול ?

שליחה דורך לייביששרייבער » דינסטאג מאי 09, 2023 7:04 pm

סיי ווער עס שרייבט אין די בלאג סייט'ס ווי ק''ש, איי וועלט אדער סיי וועלעכער אנדערער פובליק דאומעין בלאג שרייבט פאר א סיבה וואס נישט איעדער וואס ליינט פארשטייט על מה ולמה שרייבט דער שרייבער.

נעמט אין באטראכט אז איינער וואס פארמאגט זיין/ איר אייגענער בלאג סייט האט א פינאציעלע אינטערעסע, ווי למשל עד-סענס עדוועטייזער וכ''ו.

דער שרייבער וואס שרייבט לאנגע אשכולות און תגובה'ס אויף די פובליק בלאג סייט האט דאך נישט די מתן שכרו/ה בצידו/ה וואס מאכט אים/איר שרייבען.

יא, די אלע קאמענטעיטארס פון דריי שורות היכי תיתא, זיי ווערען אינגעידזשד אין א געשמאקער כאילו טשעט און פארברענגען איינגענעם די צייט מיטן ליינען געשמאקע ארטיקלען וואס דער כותב האט דעראויף געארבעט שעות אריכות. און מיט איין ווארט א קאמענט איז ער א חלק פון די זאך הוא מותיב, והוא מפרק און מען פארברענגט אנגענעם, געשמאקער אינטערטעינמענט למה לא?
אבער דער ארידזשענעיטאר פון אשכול וואס שרייבט די טויזענטער קערעקטארס וואס איז זיין/איר חלק מכל עמלו/ה?

נאר וויסן זאלט איר דער פותח האשכול האט אן אינלעכער דראנג פון מניק זיין מטובו/ה מער ווי יונק זיין.

אן א יניקה קען ער דאך נישט מניק זיין דער שרייבער/קע וואס לייגט אריין שעות אריכות קען נישט געבען פון זיך וואס ער/זי האט נישט ע''כ מיז דער מחבר/ת אויך יונק זיין.

נאר וואסדזשע דען זיין/איר יניקה וועט זיין אז דער אשכול ווערט א לעבעדיגער אשכול עס טוהט זיך אינעם אשכול. קאמפלימענטן פליען אויפן חשבון פונעם שרייבער/קע. די לינקס מערן זיך ווי שוועמעל נאך א רעגען דאס איז די יניקה פארן שרייבער/קע אזוי קענען זיי ווייטער מניק זיין.

אבער גאט זאל באהיטן אז די שרייבער/קע באקומט א קאלטער אויפנאמע אדער חלילה שפאז אויף זיינע/אירע באשרייבונגען זיין/איר האראוואניע ווערט נישט רעקאגנייזד לפי די כוחות וואס ווערן דערינען אריין געלייגט ווערט ל''ע פארטריקענט דעם דד הדיו און הילד/ה אינני כי לקח אות/ה כח היניקה.

וואס איז דער אינערליכער דראנג און פארוואס דארפן די שרייבערס/קעס וואס מאכן נישט קיין געלט פון זייערע פעדערס די קאמענטארן פון קאמפלימענטן און אינטערעקשאן פון זייערע תגובות און אשכולות.

נא לאמיר זעהן אינטערעקשאן וועלן מיר פרובירן ארום רעדן אפען וואס ווילן מיר פארוואס טוהן מיר דאס און די אלע אויבן דערמאנטע פראגעס.

המשך יבוא בעז''ה בקרוב ממש. דזשאסט א שפריץ א קליינער טעיסט פון א מחשבה אשכול.

הק' לייביש שרייבער

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
באניצער וועלכע האבן געלייקט לייביששרייבער פאר די הודעה (12 בסך הכל):berlbalaguleh, קהל'ס נער, ערנסטגערעדט, נוח, שמעון וואלף, אלע צוזאמען, באחיינטער, המלוכה והממשלה, שעפטאל, יואב, תרמב, אלפא
 
@פעדער דו שרייבסט פאר אונז אלע!
כ'האב פונקט לעצטענ'ס גערעדט מיט איינעם ער האט געטענה'ט אז קרעמל דארף כאטש צעהן דיכטער'ס, אבער ס'עקזיסטירט נאר איין!
 
יא, איך פרעג זיך זעלבסט די פראגע נאכן עפענען א שיינע פאר שנירלעך און זען זייערע שוואכע אינטערעס.
איז פאר וועמען שרייב איך?
(די שנירלעך מיט די מערסטע אינטערעסע דא איז רכילות, שמוץ, מחלוקת און יענטא'נען. פוק חזי)
 
טאקע, די פלאץ איז נאכנישט אפען פאר יעדעם, אבער ווער ס'וויל עכט, קען אנקומען, און איך גלייב אז בקרוב וועט זיך עס עפענען פאר יעדעם
דאכטצעך אז דער פארום איז שוין לעצטנס אפן פאר סיי וועמען צו ליינען - (אבער קאמעטירן אדער לייקן קען מען נאר ווען מען האט זיך רעגיסטרירט און אריינגעלאזט געווארן)
 
Back
Top