- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2024
- מעסעדזשעס
- 248
- רעאקציע ראטע
- 1,024
די איינשווערונג פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ אלס דער 47סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז סקעדזשולד פאר אין קנאפע צוויי וואכן.
פרעזידענטליכע איינשווערונגען זענען אייביג געווען א חשובע סימבאלישע עווענט, אבער ס'איז נישט אייביג געגאנגען גראד און געלאסן ווי געפלאנט.
לאמער דורך לויפן די אמעריקאנע היסטאריע..
די איינשווערונג פון פרעזידענט ענדראו דשעקסאן (מארטש 4, 1829)
די ערשטע איינשווערונג אויפן מזרח פארטש פונעם קאפיטאל (וואס איז אגב פארבליבן א מסורה). נאך זיין רעדע האט ער איינגעלאדנט דעם המון עם צו סעלעברירן מיט אים אינעם ווייסן הויז. די סיטואציע איז געווארן כאאטיש ווען די 'המון עם' (וואס איז געווען מערסטענטייל פון זייינע שטיצער) האבן זיך פרובירט אריינצושטופן, און פון גרויס דראנג האבן זיך אסאך מעבל צובראכן און די טעפיכער זענען געווארן פארשמירט פון פאנטש (וואס איז געווען א פאפולערער טרינק אין יענע צייט). דשעקסאן האט געדארפט אנטלויפן דורך א פענסטער, און זיינע מענטשן האבן פארטיילט וויסקי אינדרויסן כדי צו ארויסציען דעם עולם.
די איינשווערונג פון פרעזידענט וויליאם הענרי העריסאן (מארטש 4, 1841)
די איינשווערונג איז פארגעקומען אין א קאלטן רעגנדיגן טאג. העריסאן האט געהאלטן די לענגסטע איינשווערונגס-רעדע (צוויי שעה!) אן קיין מאנטל אדער שיץ קעגן די קעלט. א חודש דערנאך איז ער געשטארבן פון א לונגען-אנצינדונג.
זיין קאדענציע פון בלויז 31 טעג בלייבט די קורצסטע אין אמעריקאנער היסטאריע.
די צווייטע איינשווערונג פון פרעזידענט אברהאם לינקאלן (מארטש 4, 1865)
דאס איז געווען די ערשטע איינשווערונג מיט דער באטיילונג פון אפרו-אמעריקאנער און די ערשטע מאל אין 30 יאר וואס א פרעזידענט איז געווארן איינגעשוואוירן א צווייטע מאל.
דאס איז געווען א חודש פאר די ענדע פון די סיוויל וואור, און א חודש און א האלב פאר ער איז ערמארדעד געווארן, ער האט געגעבן א קורצע אבער זייער פאווערפול ספיטש איבער חמלה און פיוס, און גערופן צום פאלק זיך צו פאראייניגן, איינער פון די שטארע קוואוטס פון זיין רעדע
"With malice toward none; with charity for all; with firmness in the right as God gives us to see the right, let us strive on to finish the work we are in, to bind up the nation's wounds."
די איינשווערונג פון פרעזידענט יוליסס ס. גרענט (מארטש 4, 1869)
גרענט האט זיך געפונען אין א רייבעריי מיטן ארויסגייענדיגן פרעזידענט ענדרו דזשאנסאן איבער וויאזוי צו באהאנדלען די דרום שטאטן. גרענט האט אפגעזאגט צו פארן אין דער זעלבער קארעטע ווי דזשאנסאן צום קאפיטאל, וואס איז געווען א שטארקע פערזינליכע באליידינגונג פאר דשאנסאן.
און רעאקציע, האט דזשאנסאן באשלאסן צו מחרים זיין די צערעמאניע און נישט אנטייל נעמען אין איר.
די צווייטע קאדענציע פון גרובער קליוולאנד (מארטש 4, 1893)
קליוולאנד איז געווען דער איינציגסטער פרעזידענט אין אמעריקאנער געשיכטע וואס איז ערוויילט געווארן צו צוויי אפגעשיידטע טערמינען (1885 און 1893). ביז דער געווינס פון טראמפ איז ער געווען דער איינציגער מיט אזא רעקארד.
די איינשווערונג פון דזשאן עף. קענעדי (יאנואר 20, 1961)
בשעת דער קארדינאל ריטשארד קושינג האט געזאגט די פתיחת הזמן דרשה, האט א רויך אנגעהויבן גיין פון אונטערן פאדיום צוליב א קורץ שלוס אין איינע פון די היעטערס.
דערנאך איז די טעקס געפארן ווייטער אנע פראבלעמען, דזשאן עף. קענעדי האט געהאלטן איינער פון די מערסט באקאנטע איינשווערונגס רעדעס אין אמעריקאנער היסטאריע.
די באקאנטע קוואוט קומט פון זיין רעדע
"Ask not what your country can do for you—ask what you can do for your country."
די איינשווערונג פון ריטשארד ניקסאן (יאנואר 20, 1969)
בשעת ניקסאנס איינשווערונג האבן אויסגעבראכן שווערע מהומות אנטקעגן דער וויעטנאם מלחמה, און בכלל קעגן ניקסאנס פאליסיס, די פּראטעסטירער האבן געווארפן שטיינער, טאמאטאס און וואס נישט, אין ריכטונג פון די שיירה, און פערדן מיסט אויף די אויף די באטייליגטע פונעם טעקס.
די Youth International Party באקאנט אלס (Yippies) האבן סימבאליש איינגעשוואוירן א חזיר מיטן נאמען Pigasus אלס פרעזינדענט, אין א סאטירישער מחאה קעגן די פאליטישע סיסטעם.
זיי האבן נאמינירט די חזיר אוגוסט 23 1968, ביים דעמאקראטישן קאנווענשאן אין שיקאגא.
די פאליציי האט עס קאנספיסקירט, און ארעסטירט עטליכע אקטיוויסטן
די איינשווערונג פון באראק אבאמא (יאנואר 20, 2009)
ביי אבאמא'ס איינשווערונג איז פארגעקומען א טעות אין די ווערטער פון דשאן ראבערטס. דערפאר האט מען אים נאכאמאל איינגעשוואוירן אן קיין פובליק צוזאמקום אדער תנ"ך.
די איינשווערונג פון דשאו ביידן (יאנואר 20, 2021)
עס איז געווען בלויז די צווייטע מאל אין אמעריקאנער היסטאריע וואס דער ארויסגייענדיגער פרעזידענט – טראמפ – האט באקאיטירט די איינשווערונג מיט דער טענה אז די וואלן זענען געפעלשט געווארן.
די איינשווערונגס-צערעמאניעס אין אמעריקע זענען נישט בלויז סימבאלישע אקטן, נאר אויך א שפיגל פון דער היסטארישער צייט אין וועלכער זיי פאסירן.