פראגעס און דיסקוסיעס אין מדעי היהדות

מר זוטרא

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2024
מעסעדזשעס
8
רעאקציע ראטע
42
א שנירל וואס זאל זיין געווידמעט פאר שאלות, דיסקוסיעס און חידושים בכל מכמני התורה, אויף די אקעדעמישע גאטונג.
 
מען קען פרעגן אויף מדעי היהדות, אבער איז עס דען מדעי היהדות, סה״כ האבן די ראשונים איבער געזאגט וואס די סייענטיסטן בזמניהם האבן געהאלטען,
אז די טרעפסט א שטיקל גאלילעי אדער אריסטוטעל אין די ראשונים, וואס יענע טעאריע איז שוין לאנג אויפגעוויזען פאלטש, דארף מען עס דען בכלל פארענטפערען, די ראשונים האבן זיך ספעציאליזירט אין תורה און ווען זיי האבן געהאט א סייענטיפשע שאלה זענען זיי געגאנגען פרעגן די סייענטיסטן און באזירט אויף די אומריכטיגע אינפארמאציע האבן זיי געבויעט זייערע שיטות.

די חורבן ווערט ווען די היינטיגע ביצים׳לאזע פוסקים, זענען געבליבען סטאק מיט סייענס פון טויזענט יאר צוריק און קענען נישט/ווילן נישט אפדעיטען די מציאות, ווייל ווי קאָן מען דען גיין קעיגן א רש״י, ברידער די גייסט נישט קעגן רש״י די גייסט קעגן א סייענטיסט ותו לא.

ווארט טויזענט יאר וועט מען זאגן ווי קאָן מען גיין קעיגן א נטעי גבריאל, און זיי וועלן נישט קענען פארשטיין אז ס׳נישט מער ווי א דר. פאוטשי וואס האט פארקויפט פאלשע סייענס.
 
לעצט רעדאגירט:
וזה החלי, אן אבזערוואציע אויפן ספר הכוזרי; רי''ה שרייבט אין מאמר ראשון וז''ל ''בין טיעוניו של החבר היו כאלה ששכנעו אותי ותאמו את אמונתי'' (ספר הכוזרי, מאמר ראשון. תרגום שוורץ) עס איז עפעס משמע פון זיין שפראך ווי ער זאל ווען האבן געוויסע רעזערוואציעס אויף די טענות פון די חבר, שרייבענדיג ''היו כאלה ששכנעו וכו' '' הגם וואס ר' יהודה הלוי ניצט די ליטעראטארישער ''חבר'' אלס א פראטעגעניסט פארצולייגן זיין אייגענע טעאלאגישע אנשויענגון וצ''ע
 
לעצט רעדאגירט:
אזוי לערענדיג די ערשטע משנה אין מסכת אבות ''הוו מתונים בדין והעמידו תלמידים הרבה ועשו סייג לתורה'', איז מיר בייגעפאלן אז אפשר מיינט גאר ''ועשו סייג לתורה'' אז ''לא הכל שפיט'' נישט איבעראל קען די תורה אריינרעדן, ועשו סייג, זאגט די משנה, מאך א ''סייג'' אויף די תורה, און נישט ווי די אנגענימענע פשט ועשו סייג, מאך סייגים פאר די תורה.
צב''ש טרעפען מיר, ''דרך ארץ קדמה לתורה'' אז צימאל איז 'דרך ארץ' איבער די 'תורה' די פירענדע געזעץ אין די ספעציפישע מרחב.

די רישא ''הוו מתונים בדין'' קען אפשר זיין א סמך וסעד צו דעם פשט.

עס לאזט זיך שווער גלייבן אז פריעדיגע מפרשים זאלן האבן פארזעהן די מעגליכקייט פאר אזא טייטש און הגם איך האב נאכגעזיכט און גארנישט געפינען, אלזא טייערע פריינט, אויב ווייסטו פון א מפרש וואס טראכט ענדליכס ביטע לאז מיר וויסן.
 
לעצט רעדאגירט:
מען קען פרעגן אויף מדעי היהדות, אבער איז עס דען מדעי היהדות, סה״כ האבן די ראשונים איבער געזאגט וואס די סייענטיסטן בזמניהם האבן געהאלטען,
אז די טרעפסט א שטיקל גאלילעי אדער אריסטוטעל אין די ראשונים, וואס יענע טעאריע איז שוין לאנג אויפגעוויזען פאלטש, דארף מען עס דען בכלל פארענטפערען, די ראשונים האבן זיך ספעציאליזירט אין תורה און ווען זיי האבן געהאט א סייענטיפשע שאלה זענען זיי געגאנגען פרעגן די סייענטיסטן און באזירט אויף די אומריכטיגע אינפארמאציע האבן זיי געבויעט זייערע שיטות.

די חורבן ווערט ווען די היינטיגע ביצים׳לאזע פוסקים, זענען געבליבען סטאק מיט סייענס פון טויזענט יאר צוריק און קענען נישט/ווילן נישט אפדעיטען די מציאות, ווייל ווי קאָן מען דען גיין קעיגן א רש״י, ברידער די גייסט נישט קעגן רש״י די גייסט קעגן א סייענטיסט ותו לא.

ווארט טויזענט יאר וועט מען זאגן ווי קאָן מען גיין קעיגן א נטעי גבריאל, און זיי וועלן נישט קענען פארשטיין אז ס׳נישט מער ווי א דר. פאוטשי וואס האט פארקויפט פאלשע סייענס.

לייג צו קאפ, האסט ווארשיינדליך פארשטאנען אז ''מדעי היהדות'' געט זיך אפ מיט די אפאלאגעטישע ענטפערס מבית מדרשם של הידברות וערכים אין די נושא פון חז''ל און מאדערענעם סייענס, עס איז את גרייז, מיט מדעי היהדות מיין איך חכמת ישראל אדער ווי גערופען אין דייטש ''Wissenschaft des Judentums'' עס איז די שטודירונג פון אידישע טעקסט און היסטאריע מיט אקעדעמישע מיטלען ווי פילילאגיע, סאציאלאגיע, ארכיעאלאגיע אא''וו.
 
אזוי לערענדיג די ערשטע משנה אין מסכת אבות ''הוו מתונים בדין והעמידו תלמידים הרבה ועשו סייג לתורה'', איז מיר בייגעפאלן אז אפשר מיינט גאר ''ועשו סייג לתורה'' אז ''לא הכל שפיט'' נישט איבעראל קען די תורה אריינרעדן, ועשו סייג, זאגט די משנה, מאך א ''סייג'' אויף די תורה, און נישט ווי די אנגענימענע פשט ועשו סייג, מאך סייגים פאר די תורה.
צב''ש טרעפען מיר, ''דרך ארץ קדמה לתורה'' אז צימאל איז 'דרך ארץ' איבער די 'תורה' די פירענדע געזעץ אין די ספעציפישע מרחב.

די רישא ''הוו מתונים בדין'' קען אפשר זיין א סמך וסעד צו דעם פשט.

עס לאזט זיך שווער גלייבן אז פריעדיגע מפרשים זאלן האבן פארזעהן די מעגליכקייט פאר אזא טייטש און הגם איך האב נאכגעזיכט און גארנישט געפינען, אלזא טייערע פריינט, אויב ווייסטו פון א מפרש וואס טראכט ענדליכס ביטע לאז מיר וויסן.
די מאירי האט א פשט וואס גייט אביסל אין דעם דירעקציע
 
האסט געבויט א פשט אויף 'דרך ארץ קדמה לתורה'..
ווי איז טאקע די מקור פון "דרך ארץ קדמה לתורה"??
 
א שנעלע גוגל סורטש.
דאמר רבי ישמעאל בר רב נחמן: עשרים וששה דורות קדמה דרך ארץ את התורה, הדא הוא דכתיב (זהו שכתוב) "לשמור את דרך עץ החיים" (בראשית ג). "דרך" - זו דרך ארץ ואחר כך "עץ החיים" - זו תורה. – מדרש רבה ויקרא פרשה ט פסקה ג, וכן פרשה לה פסקה ו
 
איך ווייס נישט צו דאס קומט אהער אבער איך האב נישט געטראפן א בעסערע פלאץ וואו עס צו לייגן, ס'דא די מעשה נסים פון די מחניים ביכלעך וואס הייסט די סידור האט געראטעוועט, דא איז ער מסביר וויאזוי ס'ארבעט.
View: https://www.youtube.com/shorts/0KJtaKCLj-o?feature=share
 
Back
Top