פראגע בויגן - פערטער און לעצטער פון דעם רונדע - ווער פירט?

קהילה חדשה

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 17, 2025
מעסעדזשעס
8
רעאקציע ראטע
96
פונקטן
13
דאס מאל, אלץ דער לעצטער שאלה פונעם ערשטן ציקל, וועלן מיר שטעלן די קריטיש וויכטיגער פראגע - ״ווער און וויאזוי וועלן זיך זאכן פירן״? דאכט זיך אז אין דעם שטאפל פונעם פראסעסיע איז צייט פארשטעלן א פראגע פון דעם גאטונג.

קודם כל, ס׳דא דער חלק הועד. א ועד און א קאנסטעטוציע איז א יסוד פאר יעדער פונקציונירנדער פארקערפערונג. לאמיר זאגן פאר דעם חלק האבן מיר מיר מער ווייניגער א קלארער ענטפער, איינמאל א יאר איז דא א זיצונג, און מען גייט דורך די ״קאנסטעטוציע״. אויך איז דא די מעגליכקייט פון פאררופן א דרינגענדער זיצונג לויט געוויסע כללים. באשר מה טובו פונעם ועד און קאנסטעטוציע וועלן מיר דורך טון אין א קומענדיגער שטאפל.

נאר חוץ דעם ועד, דארף מען א פירערשאפט פארן טאג טעגליכן, און א ״פני״. דא שטעלט זיך די שאלה, ״מי בראש״?… ווער זענען די שאץ מאץ חברה? ווער פירט? ווער מאכט די זאך פארן? ווער זענען די ״פני״? וויאזוי וועהלט מען זיי אריין? און וויפיל כח האבן זיי צו קאמאנדעווען אויף די אייגענע פלייצע?

ווי מיר האבן ערקלערט אנהייב, ווינטשן מיר זיך א מקום וואס איר עיקר כח המניע ( driving force) איז נישט א כארעזמאטישער פירער אדער א פובליק ווינט, נאר בחכמה תבנה בית, ווי מען בויט א בנין מיט שטאנדהאפטיגע יסודות. דאס דרוקט זיך אויס אין פארעם פון פארשריפטן, וואס גיט די פירערשאפט די כלים אנצוהאלטן א ראטירנדער סאסעציאלער מעכאניזם און עפעקטיווע group cohesion.

יעצט אין די ערשטע פאזעס ווען די טרעפיק איז נאך קליין און די פונדאמענטן נאך נישט אוועקגעשטעלט, איז פשוט אז עס איז דער קרינא דאיגרתא, נאר שפעטער וועט דאס דארפן זיין א זאך פונעם ציבור. ווילן מיר טרעפן דעם ״גאלדי לאקס״ פונקט, דעם שביל הזהב, וויאזוי איבערצוגעבן דעם שרביט ההנהגה פאר קאפריזנדע באשעפענישן באופן פון הרואה את הנולד, אז עס זאל האבן די צווייפאכיגע מעלות פון סיי פארן אויף געזונטע בשלום׳דיגע רעלסן, און סיי אנהאלטן דעם כח המניע. הנהגה איז נישט בלויז טון די אדמיניסטראטיווע ארבעט, הנהגה מיינט עפעס עקסטרע, לאמיר זאגן ברייטע פלייצעס, א געניטשאפט פון ליינען צווישן די שורות, טראגן מיט זיך אן אור, זיין א מעין המתגבר פון ענערגיעס, רוף עס רבישע, מיסטישע, אדער פאעטישע. מאנכע זאגן מען דארף דערמיט געבוירן ווערן, אנדערע זאגן מען קען דאס איינהאנדלען לשעה.

שטעלן מיר אלזא פאר עטליכע פארשלאגן וויאזוי אריין צו וועהלן דער מנהיג מיט זיין מאנטשאפט.


  1. על פי העם - לויט וואהלן ווערט ערוועהלט א מנהיג מיט א מאנטשאפט. יעדער וואס קומט נאך ספעציפישע תנאים וואס וועט מפורט ווערן על מקומו קען ווערן ערוועלט. די ערוועהלטע אפערירן לויט פארשריפטן נאר בכוחם צו בייגן זאכן ביז א געוויסער ליניע. פון די הויפט תנאים. אן ערוועהלטער דינט ביז א יאר בערך, און קען פון פריש ערוועהלט ווערן. דער מנהיג האט א שטערקערער ווארט איבערן ועד פון די איבעריגע ועד מיטגלידער. אזא מהלך האט די מעלה אז דאס פירערשאפט האט מער לעבהאפט און שעפערישקייט.
  2. ווער עס וויל - מען מאכט נישט קיין וואהלן, יעדער וואס קומט נאך ספעציפישע תנאים קען איינגעשריבן ווערן, און וועט אטאמאטיש אנקומען צו א פאזיציע פון זיין אין די שטאב פון הנהגה. די פאזיציע האט נישט צופיל פרייהייט ארויס פונעם סקריפט, פאקטיש איז עס נישט צופיל אנדערש ווי א שליח ציבור. דער מנהיג האט נישט קיין שטערקערער ווארט ווי די איבעריגע ועד מיטגלידער. אזא מהלך האט די מעלה אז עס איז שטייף און ״קאנסיסטענט״, ווייניגער אויסגעשטאנען צו קאפריזן און אומפאראנטווארטליכקייטן.
  3. שטאטוס קווא - מען לאזט א פירער מיט זיין אייגן ערוועהלטער מאנטשאפט כל זמן ס׳פארט א באן, ס׳הייסט,שטאטוס קווא, כל זמן עס איז נישט דא קיין עוררין. דער ועד איז זיינס. אזיינס האט א מעלה אז זאכן קענען אויסגעפירט ווערן שנעל און פעאיג דורך דער וואס ליגט דערין ראשו ורובו אן אומנויטיגע ביאוקראטישכ באגרענעצונגען.
  4. ״קריאי עדה״, מענטשן וואס שמם הולך לפניהם אלץ פעאיגע מנהיגים. קריאי עדה האט א מעלה, זיי האבן ערפארונג, זיי האבן כאריזמע. זיי דארפן ווי אין אנדערע סעיפים נאכקומען באשטימטע תנאים. יעדעס האלבע יאר אן אנדערער, זכות קדומה גייט מיט כל הקודם און לויט די עלטער, מען וועהלט מיט א יא אדער ניין.
  5. על פי הגורל, יעדער קען זיך טרעפן אין א פאזיציע וואס גייט כל כולו לויט א סקריפט. דאס מיינט אז יעדער וואס איז א חלק פון די גרופע דארף זיין גרייט אז יום אחד גייט ער פראווענען רביסטעווע… אין אזא פאל איז בכוחו פונעם מנהיג מחדש צו זיין נישט מער ווי דעם ״פלעיווער״
  6. טעם זקנים - בלויז העכער א געוויסער עלטער, למשל א מנהיג בלויז העכער פופציג און עווענטועל בלויז העכער זעכציג. דאס האט א מעלה, די יונגע כוחות זענען ליבערש מקבל מרות, ס׳גייט א סיסטעם פון ״זקני העיר״ כפשוטו. מענטשן האבן אטאמאטישע רעספעקט. די הנהגה גייט לויט א סקריפט מיט א געוויסע מאס בויגזאמקייט
  7. קיין שום מנהיג, קיין שום פני נישט, דער קהילה פירט זיך בלויז דורך פארשריפטן פון די קאמיטע. דאס האט א מעלה אז קיינער ווערט נישט משה גרויס, און קיינער ווארט נישט אויף זיין עוזר דלים.
  8. עטליכע פון די אויבן דערמאנטע
  9. אינגאנצן עפעס אנדערש
אונזער אימעיל אדרעס איז:
[email protected]
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top