פראגעס און ענטפערס איבער קרעמל

אשפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 16, 2024
מעסעדזשעס
162
רעאקציע ראטע
307
וואס טוט איר אז איר האט א שווערע פראגע וועגן אונזער קרעמל וואס די גרעסטע חכמים אויפן אלגעמיינעם געוועב קענען נישט ענטפערן? דא איז דער ארט צו קומען פאר אלע דיינע פראגן און בויך קוועטשענישן פון אונזער קרעמל פארום.

אויב דארפט איר פשוט הילף וואזוי זיך אומצוגיין אין קרעמל. איז די שנירל הילף איבער 'קרעמל' די ריכטיגע פלאץ. די שנירל איז געאייגט פאר פראגעס.
 
איז דא ערגעץ ווי מען קען זען די רעאקציע ראטע פאר אלע תגובה'ס און אלע מעמבער'ס? ווי אויך, די ליסטע פון וויפיל תגובות יעדע מעמבער האט?
 
כ'האב שוין דערגרייכט ב"ה צו 75 תגובות, און כ'קען נאכאלץ נישט קאמענטירן אין מאחורי, ביטע ארויסהעלפן, מיין פעדער איז אנגעשפיצט
 
כ'האב שוין דערגרייכט ב"ה צו 75 תגובות, און כ'קען נאכאלץ נישט קאמענטירן אין מאחורי, ביטע ארויסהעלפן, מיין פעדער איז אנגעשפיצט
מזל טוב 😊

עס נעמט צומאל א טאג ביז די סיסטעם סקרינט אלע מעמבערס פאר פרישע וועטעראנען, האפענטליך ביז מארגען וועט עס זיין מסודר ביי דיר.
 
כ'האב פארשפראכן ארויסצולייגן אן אנקעטע איבער א געוויסע נושא אין מיין נייע שנירל

כ'ווייס נישט וויאזוי, ביטע אנווייזן
 
מ'קען עפענען אנקעטעס אין 'בין איש לאשתו'
קענסט דריקן אויפן מיטלסטן אפציע poll (אונטערן קעפל)
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב יעצט פראבירט צו עפענען א נייע שנירל און אנשי שם, און ס'שטייט אז עס ווארט פאר עפראוועל. וואס איז פשט פון דעם?
 
איך האב געהאט די זעלבע ווען איך האב געעפנט די שנירל איבער די פאליטישע פארטייען. וואסי טאקע פשט???

איך האב נישט געשריבן קיין שום סענסעטיווע נושא.

approval -.png
 
מען דארף פארמאגן מינימום 2 רעאקציעס פער הודעה
 
וויפיל הודעות דארף מען האבן ?
 
מהאט פון מיר פארמעקט אסאך תגובות און רעאקטען ווייסט איינער צו וועם איך קען מיר ווענדען פארוואס?
 
אז עס איז דא א געוויסע אשכול וואס אינטערסירט מיך נישט
און איך וויל אפי' נישט זעהן אז עקזעסטירט
איז דא מעגלעכקייט צו טוהן א זאנץ?
 
Back
Top