פרק שירה תשפ״ה

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
790
רעאקציע ראטע
3,919
א פראסק און אריין אין בעט.
(מאמע)

און אויב יענקי וועט דיך זאגען זאלסט אראפ טאנצען פון דאך וועסטו עם אויכט פאלגן?
(טאטע)

אז די קענסט יא קומט דיך שוין איינמאל פעטש.
(מנהל)

שטיי אין דעי טייל, טוה אויס דיין גלעזער, לייג דיין פיאות אין בעק פון דיין אויערן…
(מלמד)

נעם דיין תפילין און גיי אהיים.
(משגיח)

א חסידישער אינגערמאן מיט א בלוטוט?
(שווער)

היינטיגע אינגעלייט….
(מידעל עידזשד פארשוין וואס זוכט צי סקאורן פוינטס ביים שדכן)

כ׳האב עס נישט געזעהן ביים טאטען
(Wanabe משפיע)

איך זאג דיר אז ער איז א נארסעסיסט
(נארוואס גראדואירטער סאושעל ווארקער פון וויופוינט אקאדעמי)

ס׳נישט קלאר ווער ס׳האט געשריבען דעם זוהר
(כולל אינגערמאן וואס פאלט בטעות אריין אין קרעמל)

ס׳איז דאך גע׳אסר׳ט דורך אלע רבנים
(צבוע׳ניק אויף דעם גע׳אסרטן אייוועלט)

ס׳איז א עקספיריענס
(אייעוואסק׳ער אינגערמאן)

עס א טשיזבורגער און זאג מיר צו דער וועלט פאלט צאם
(דער רביה״ק השלישי׳ער אינגערמאן)

ס׳ליטערלי קרעיזי
(ישיבה גדולה בחור)

וואס איז נייייעעעעעס
(ישיבה קטנה בחור)

שאט די פ*ק אָפּ
(נארוואס געווארענע אט״ד)

האַאַאַלאָאָאָו
(דער בּאָמער מיטן בּיפּער)

באשעפער איי לאוו יו
(אלטער בחור)

איך טרענספער דיר אריבער 300k מארגען צופרי
(די לוזער פון שול ביים פרובירן צי אימפרעסען זיינע חברים דורך רעדן צי זיך אליינס אויפן פאון)

חנניה בן עקשיא אומר וכו׳ קדיש יתום עלינו
 
א טייל פונעם ציבור - אויף דער אנדערער זייט איז נישט דא קיין פארענטשעס

טויזנטער - מאקסימום 350 מענטשן (מער פון 350 איז שוין "צענדליגער טויזנטער")

איך מיין נישט גארנישט - יעצט קומט א פעסטע טשעפע

ביזנעס עקספערט - שוין געארבעט אין עטליכע פירמעס, אויף דער מינוט אן קיין דזשאב

געלט איז נישט קיין פראבלעם, נאר ס'קומט נישט אריין יעצט - איך דערטרענק מיך אין חובות

א שיינער שידוך - כאטש איין מחותן האט אפאר טאלער

ס'פעלט מיר עכט נישט אויס - איך פגר דאס צו האבן

כ'קאל דיך באלד צוריק - דריי א צווייטן א קאפ

ס'איז דא א געפערליכער טראפיק - איך בין נארוואס ארויסגעפארן

כ'פאר יעצט ארויס - איך גיי נאך עסן לאנטש און מאכן א קאווע

טענק יו האשעם - כ'האב געהאט א שווערן טאג

אלעס איז באשערט - כ'האב נארוואס פארלוירן אפאר אלפים

ס'קומט גוטע צייטן - איך בין טויט אנגעזעצט

לשם מצוה - כ'האב א גרויסע שווערע שאנק וואס כ'בין פויל אראפצושלעפן צום גארבעדזש

געציילטע פלעצער פארבליבן - נאכנישט פארקויפט קיין איין טיקעט

געווענליך נעם איך נישט קיין פעידזש - איך האב א טשערידי לינק יעדע דריי וואכן

זייער נאנט געווען צום רבי'ן זי''ע - געזען דעם רבי'ן אין עלטער פון צוויי יאר

בילדער פארבאטן - יעדער ריר ווערט אפגעכאפט

להסיר מכשול - דער משגיח איז נישט געווארן באצאלט

טעות לעולם חוזר - די רעדאקציע האט זיך נישט געראכטן אויף אזויפיל קריטיק

א קידוש השם אויפן פליגער - א הצלה וואלונטיר איז געווען אין ליזענסק

7:00 בדיוק - ביטע דארט זיין פאר 9:30

כ'האב א שטארקן קשר צו קערעסטיר - דער שלום בית טויג נישט בײ מיר

פרעג מאמי - כ'האב נישט קיין נערווען צו ענטפערן יעצט

כ'האב מיך נישט צוגעגרייט - כ'בין אויפגעווען עטליכע נעכט פאר דער דרשה

כ'וועל עס מאכן בקיצור - איר קענט אלע פארגעסן פון אהיימגיין היינט

ווען דו וועסט ווערן עלטער העסטו פארשטיין - איך ווייס אויך נישט

משמח אלוקים ואנשים - האלט זיך פאר א בדחן

איך בין שוין כמעט מסיים - איך ווייס אז מען וויל מיר נישט הערן, אבער איך וויל נאך רעדן

שוין געמאכט 50 פראצענט פונעם ציל - עס גייט נישט געהעריג ווי געפלאנט

לאל - איך אנערקען אז איר האט געמאכט א וויץ, עס איז אבער נישט פאני

נו וויאזוי גייט די שלום בית? - איך בין דער נייער געשמאקע פעטער פון דער כלה'ס זייט
 
Back
Top