פרום-פלאציע

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
760
רעאקציע ראטע
3,052
ס'פארט ארום יעצט אין די אידישע וואצעפ און טעלעגראם גרופעס א וויי געשריי איבער די אידישע היימישע אינפלאציע וועלכע טוט בלוטיגן דעם אידישן איינקויפער ספעציעל אין די יו"ט סעזאן. דער קעפל פונעם מעסעדזש איז פרום-פלאציע. אין ענגליש Frumflation.

דער שרייבער דארט בלוטיגט איבערן מצב פון די היימישע מארקעט ווי די פרייזן רוקן זיך ארויף אויפן חשבון פון אינפלאציע. און די מיט גרעסערע משפחות און ספעציעל ווען ס'קומט צו שבת און יו"ט שפירן עס אסאך שטערקער.

דער שרייבער פרובירט געבן עצות פון איינקויפן מיט קאפ, אויס-חשבונן וואס איז וויכטיג און וואס נישט וכו' וכו'. די פראבלעם איז אז אין אונזער סאסייעטי מיט אזוינע גרויסע משפחות איז אלעס וויכטיג. סיי די יעדן טאגיקע זאכן און די לוקסוריעזע זאכן ווי למשל נאש. אוודאי אז מ'קען מאכן ווי מער זאכן אליינס איז אויך אן אפציע צו שפארן, אבער קען מען דען? גרויסע משפחות מיט אויסגעדינטע נערוון, קליינע דירות, מיט גענוג וויכטיגע זאכן אויפן קאפ.

ווען איך האב געליינט יענעם ארטיקל האב איך געטראכט ביי מיר מיט וואספארא עצות פון שפארן דער היימישער וועט אויפקומען וועלן די היימישע מארקעטערס און געשליפענע סעילסלייט ארויפקומען מיט גענוג און נאך רייצענדע אדווערטייזמענטס צו געווינען דעם עולם אפ צו שפענדן זייערע טייערע אפגעהארעוועטע געלט פאר די איבעריגע לוקסוס וועלכעס פעהלט באמת נישט אויס. און אויב פעהלט אויס אריינצוברענגן גאט מיט רעליגיע אינעם בילד וועלן זיי דאס אויך טוהן אבי אנצופילן זייערע טאשן פון די ארעמעלייט און אפילו פון מיטעלע פארדינערס מיטן תירץ אז די עשירים וועלכע זענען רייך געווארן אויפן חשבון פון גאט און רעליגיע לייגן עס פשוט צוריק אין די אידישע אקאנאמיע מיט דעם וואס זיי קויפן אתה הראת, חתן תורה, חתן בראשית. און מאכן ריזיגע הכנסת ספר תורה מיט קעניגליכע סעודות. קויפן טייערע פופצן טויזענט דאלארדיגע שטריימלעך. און זענען מנדב פענסי מקוואות מיט ריזיגע ת"ת בילדינגס ווי די נעקסטע דור צאן קדשים וועלן זיך לאזן מעלקן פון די עשירים'ס קינדער און אייניקלעך די ליסט גאוס אן ענד אן. און מ'קומט צוריק צום זעלבן.

איך שלאג פאר אנאנדערע עצה וועלכע ס'גאראנטירט אז ס'גייט אראפברענגן די אזויגערופענע פרום-פלאציע פשוט אויפהערן קויפן די היימישע פראדוקציע! פשוטו כמשמעו.
עניטינק וואס א משפחה ברויך קען מען באקומען אין וואלמארט, טארגעטס, וועגמאן, קאסטקא און נאך אנדערע גרויסע טשעין סטארס. העכסטענס וועט עס נישט פארמאגן די מאשני הכשר, ס'וועט נאר פארמאגן א OU Kaf K Star K וכדומה מילעכיגע פראדוקטן וועלן העכסטענס זיין חלב סתם. שטעלטס ענק פאר ווען טויזענטער משפחות הערן אויף צו קויפן מהדרין, גפן, הדר, ליבער'ס, פאשקעס, מיט נאך אנדערע היימישע פראדוקטן. ס'וועט זיין א קראך אשר כמוהו לא היתה מאז פליצלינג וועלן די שמור לי ואשמור לך עשירים, דינאסטיע פירערס, ראשי קהילה, רעבעס מיט אלע זייערע גרויסע מויל מאכערס זיך טרעפן מיט אראפגעצויגענע אינטערהויזן און זיי וועלן פאר א טשעינדזש ווערן די בעגערס, פאר א טשעינדזש וועלן זיי מיטאמאל ברויכן צוקומען צו יואלי לאנדא'ס גוטהארציגקייט חלוקות.

אין די גאנצע וועלט איז שוין געווען רעוועלוציעס, פארוואס ביים היימישן עולם פופט דער עולם אוועק און עווערי נאו ענד דען קומט איינער ארויס געבט א קרעכץ אפ און דרייט זיך די אנדערע זייט?
קרעמל רופט אויס פאר א רעוועלוציע!!!
 
Frumflation is hitting hard right now. Families are hurting.

What can you do about it?

You’re at the grocery store watching the total climb higher and higher.

You know you can’t cut anything from your list.

Kosher meat feels like a luxury now.

School tuition is rising.

The costs of Yom Tov - what once was a time of joy and family time, are now a time of huge bills and stress.

We’ve reached a point where choosing between essentials is an everyday reality.

The stress is constant.

The sacrifice is real.

You lie awake at night, wondering how to make it through another month.

How will you explain to your kids why they can’t have what their classmates have?

The emotional toll is staggering, and it feels like there’s no way out.

But there are steps you can take.

👉 Prioritize your spending:

Start by ranking your expenses: Essential first, then important, and lastly, nice-to-haves.
This helps you see where cuts can be made, even when it feels impossible.

👉 Shop smarter:

Consider buying bulk or stocking up during sales.
It takes effort, but the savings add up over time.

👉 Get the family involved:

Have open conversations with your family about money.
(How to have these conversations is a topic unto itself)

👉 Seek advice:

You’re not alone in this struggle.
Talk to a trusted advisor or community member.
They might offer perspectives you haven’t considered.

It’s about creating a sustainable way to live and thrive in our community despite the challenges.

👉 Share what’s worked for you.

Your experiences might help someone else.
 
כהאב שוין יארן נישט אריינגעטרויטן אין א היימישע סופערמארקעט, איך קויף כמעט אלעס אין וואלמארט.
וואס דען איז וואלמארט אויב נישט היימיש?

ביסט אמאל געווען אין מאנטיסעלא..?
 
מען דארף נישט ניצען חלב סתם, אז מען וועט קויפן Kroger oil אנשטאט גפן וכדומה וועלן אלע היימישע פראדעצירער זיך נעמען צו די מילכיג און עס וועט ווערן גענוג קאמפעטישען צו אראפ ברענגען די פרייז

גראדע האב איך שוין נישט געקויפט או א היימישע סטאר זייער לאנג. איך קויף שוין יארן אין וואלמארט, און איך פיל אויך אינפלציה געפערליך, ממילא איך ווייס נישט צו דאס איז די סעלאשען. איך מיין די ריכטיגע סעלאשען איז אראפ שטעלן זיידי יוסף פון בענקל. קען זיין אז אינפלעישען אין די היימישע גראסערי איז ערגער אויב יא איז עס טאקע א וויי געשריי.
מיין גראסערי ארדער טאטעל איז ארום 50% מער ווי צוויי יאר צוריק. איז עס ערגער אין די היימישע גראסעריס?
 
ס'זיכער אז די היימישע עסן און עסן געשעפטן זענען טייערער ווי ווען מ'קויפט אין ריזיגע טשעין געשעפטן. פיש צום ביישפיל קויף איך אין וועגמאנס און כ'צאל עטליכע דאללער ( כאטשיג 4 טולער) ווינציגער פער פונט און ס'נאך אסאך בעסערע קוואליטעיט פון די אין די כשר'ע געשעפטן. פרוכט און וועדזשטעבלס למשל באנאנא צאל איך .49 א פונט ווען אין די אידישע געשעפטן צאלט מען איבער א טולער פער פונט. געוויסע גריק יאגערט קאסטן כאטשיג האלב די פרייז פון די פון די היימישע חלב ישראל יוגערטס. כ'קען אזוי דורך גיין א גאנצע ליסטע פון זאכן וועלכע זענען טאקע ארויף איבעראל צוליב אינפלאציע אבער ביי די היימישע געשעפטן איז אסאך העכער ארויף.

אבער ס'שטעלט זיך נישט אפ ביי די עסן, דאס גייט אן ביי קליידונג אויך, צו וואס ברויך קאסטן א פשוט'ע שטאפענעם אדער סאמעטענע הוט אזויפיל געלט?? שטריימל?? דאנט געט מי ראנג איך בין א איד און כ'בין מקפיד צו קויפן ביי אידישע געשעפטן, אבער איך ברויך געדענקן אז איך בין אויך איד און ערשט ברויך איך מיך שטיצן.חייך קודמין. איז דארט וואו די חילוק איז אינטער צוואנציג פראצענט (פחות משתות) ברויך מען נאכאלץ שטיצן דעם איד אבער מער פון דעם א פייג
 
ווי אויבן געשריבן קויף איך כמעט נישט אין היימישע געשפטן (נאר ווען איך באזוך משפחה קומט מיר אויס צו קויפן דארט)
אבער די שאלה איז צו היימישע זענען ארויף מער ווי פיפציג פראצענט, און פשוט יעצט כאפט מען זיך וויפיל טייערער זיי זענען לכתחילה אדער זיי זענען ארויף מער ווי פיפציג פראצענט?
ביי קליידער האב איך געזען אז עס משוגע ארויף ביי די היימישע אבער איך אויך נישט געראנט קיין קאמפעריסאן פערצענטווייז
 
ס׳איז זיכער אז די לעצטע צוויי יאר האט מען געהויבען פרייזען טיילווייז צוליב אינפלאציע אבער אויך און בעיקר ״ווייל מען האט געקענט״ דער עולם האט געהאט געלט, ס׳געוועהן גענוג און נאך סעילס מילא האט מען זיך נישט געזיכט צוצושטעלן צום שפאר-זאמער קאסטומער.
אבער יעצט גייען פרייזען אנהייבן אראפצוקומען.
1. ווייל סעילס זענען געפאלן און מען דארף שוין צוקומען צום שפאר-זאמער קאסטומער.
2. דיין גוטע קאסטומער וואס האט פאראיאר נישט געקוקט אויפן פרייז, האט יעצט אנגעהויבען יא צו קוקען אויפן פרייז.

כדי פרייזן זאלן אראפ נעמט צייט, ווייל ס׳קען נעמען פאר א ביזנעס א האלב יאר ביז א יאר צו קראנטשן זייערע נומערן, אבער איינמאל די מציאות פראסקעט זיי אין פנים, איז די מציאות אז פרייזן קומען אראפ.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top